- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין איראַן געפֿײַערט געוואָרן אַ חגא, וואָס האָט געבראַכט אויף די גאַסן פֿון די גרעסערע שטעט אַ סך טויזנטער מענטשן. די דאָזיקע חגא האָט מיט איר פֿאַרנעם דערמאָנט די גרעסטע פֿאָלקס־דעמאָנסטראַציעס, וועלכע פֿלעגן אַ מאָל פֿאָרקומען בעת די "רויטע דאַטעס" אויפֿן סאָוועטישן קאַלענדאַר — דעם 1טן מײַ און דעם 7טן נאָוועמבער — דעם טאָג פֿון פֿײַערן די אינטערנאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט פֿון אַרבעטער־מאַסן און דעם טאָג פֿון אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אָבער אין איראַן מיט אַן איסלאַמיסטיש־רעוואָלוציאָנערן ראַזמאַך ווערט אָפּגעמערקט "דער אַלוועלטלעכער טאָג פֿון ירושלים". פֿון וואַנען נעמט ער זיך "דער טאָג"? אין פֿעברואַר 1979, נאָכן זיג פֿון דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, איז אויף דער ערשטער זיצונג פֿונעם רעוואָלוציע־ראַט אָנגענומען געוואָרן אַ ספּעציעלער באַשלוס, לויט וועלכן "דאָס איסלאַמישע איראַן האַלט פֿאַר נייטיק צולייגן אַלע כּוחות, אַז דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק זאָל באַפֿרײַט ווערן פֿון דער ציוניסטישער קנעכטשאַפֿט". שוין דעמאָלט האָט דער נײַער גײַסטלעכער פֿירער אַיאַטאָלאַ רוכאָלאַ כאָמעיני בײַם אײַנפֿירן די חגא, געשטעלט אַ "וויכטיקע אויפֿגאַבע נישט בלויז צו העלפֿן די פּאַלעסטינער ברידער צו גרינדן אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע מלוכה, נאָר אויך צו פֿאַרניכטן ישׂראל!" צו דערהייבן דעם "טאָג" צו אַ הייליקער מדרגה, האָט כאָמעיני אָנגעוויזן, אַז די "חגא דאַרף געפֿײַערט ווערן דעם פֿערטן פֿרײַטיק פֿונעם הייליקן חודש ראַמאַדאַן" — אינעם אַזוי גערופֿענעם "יתומים־טאָג". דערמיט גיט מען דער מוסולמענישער וועלט צו פֿאַרשטיין, אַז דווקא איראַן נעמט אויף זיך די אַחריות און זאָרג פֿאַרן יתום — "דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק, פֿאַרשקלאַפֿט און פֿאַרפּײַניקט פֿון די ציוניסטישע רוצחים". אין דער שוועדישער שפּראַך געפֿינט זיך אַ וואָרט, וואָס איז נישט סתּם אַ וואָרט, נאָר אַ קולטורעלער באַגריף: "לאַגאָם". בערך מיינט עס "נישט איבערכאַפּן די מאָס". אין שוועדן האַלט מען, אַז אַ מענטש דאַרף תּמיד זײַן באַשיידן און אויסמײַדן עקסטרעמען; זײַן נישט צו רײַך און נישט צו אָרעם; נישט צו פֿריילעך און נישט צו טרויעריק; זיך נישט אַרײַנמישן אין די ענינים פֿון אַנדערע; בקיצור — זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן. דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן בערך 90 ייִדישע אײַנוווינער פֿון שוועדן — כּמעט אַלע צווישן 50 און 65 יאָר, און ס׳רובֿ פֿון זיי, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה — געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַפֿרײַען אַ ביסל פֿון "לאַגאָם", און פֿון דער שוועדישער געזעלשאַפֿט בכלל. במשך פֿון דרײַ טעג האָבן זיי אין אַ קליינעם האָטעל, מחוץ דער שטאָט שטאָקהאָלם, זיך מחיה געווען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, געהערט לעקציעס, געפֿירט דיסקוסיעס, געזונגען לידער, און געשריבן און פֿאָרגעשטעלט הומאָריסטישע סקיצעס אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט זייער געוויינטלעכן שוועדישן אויפֿפֿיר, האָבן זיי דאָ מיטן גאַנצן האַרצן אַרומגענומען זייערע פֿרײַנד, זיך באַרימט מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע אייניקלעך, זיך געטיילט מיט זכרונות וועגן זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע משפּחות, דערציילט וויצן אויף ייִדיש (נישט תּמיד סאַלאָן־פֿעיִקע), און אָפֿט מאָל זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער. די אונטערנעמונג איז געווען דאָס צוועלפֿטע יאָר פֿונעם שוועדישן "ייִדיש־סעמינאַר". צוליב דעם וואָס ייִדיש האָט דאָ דעם סטאַטוס פֿון אַן אָפֿיציעלער מינאָריטעט־שפּראַך, האָט די רעגירונג אין אַלע פֿריִערדיקע יאָרן ברייטהאַרציק פֿינאַנצירט דעם סעמינאַר דורך אַ סובסידיע פֿון 630,000 שוועדישע קראָנען (100,000$ דאָלאַר), און דערבײַ דערמעגלעכט די אָרגאַניזירער צו ברענגען עקספּערטן און אַרטיסטן פֿון אויסלאַנד צו געבן לעקציעס און פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף מאַמע־לשון. צווישן די געסט פֿון פֿריִערדיקע יאָרן: דער "פֿאָרווערטס"־שרײַבער גענאַדי עסטרײַך; דער פּאַריזער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי; די ניו־יאָרקער אַקטיאָרן אָרון ריקמאַן און יעלענע שמואלענזאָן, און דער רעציטאַטאָר און כּישוף־מאַכער שיין בייקער. הײַאָר האָט מען פֿאַרבעטן די נאָרוועגישע זינגערין בענטע קאַהאַן (וואָס איז, אַגבֿ, אַ ווײַטע קוזינע פֿונעם גרינדער פֿון "יונג ייִדיש" אין ירושלים, מענדי קאַהאַן); דער לינגוויסט דוד־הירשע כּץ, און די שרײַבערין פֿון די שורות. זעלטן ווען האָב איך אַ געלעגנהייט צו שרײַבן וועגן קאָמיקס, איין וואָך נאָך אַן אַנדערער, אין דער צײַטונג. אָבער אינעם נײַעם בוך "Yiddishkeit" , רעדאַקטירט פֿון האַרווי פּעקאַר און פּאָל בול, גיבן זיי איבער דורך בילדערשטרײַפֿן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. ווי אַן אונטערקעפּל פֿונעם בוך שטייט "אַ ייִדישע פֿאָלקשפּראַך און דאָס נײַע לאַנד", און דער טראָפּ פֿון די קאַפּיטלעך ליגט טאַקע אויף ייִדישער אימיגראַנטישער איבערלעבונג אין אַמעריקע. אַזוי ווי אַ גרויסער טייל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט אַ שײַכות צו ייִדישער מוזיק, נעמען מיר דאָס אַרײַן אין אונדזער רובריק. דאָס בוך האָט מען אײַנגעטיילט אין קאַפּיטלעך לויט געוויסע טעמעס, עלעהיי ס׳וואָלט געווען אַן אילוסטרירטע ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די צענדליקער קאָמיקס האָבן געשאַפֿן פֿאַרשיידענע קינסטלער און שרײַבער, אָבער אַלע דערציילן זיי וועגן דער ייִדישער קולטור מיט אַן אָריגינעלן וויזועלן צוגאַנג. האַרווי פּעקאַר איז אַ באַקאַנטער שרײַבער פֿון קאָמיקס, אָבער ער צייכנט נישט די בילדער, נאָר שרײַבט די טעקסטן. ער איז געשטאָרבן אין יוני 2010 און "ייִדישקייט" איז זײַן לעצט בוך. פּאָל בול האָט אַ סך געשריבן וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און בפֿרט דער לינקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָליטיק. אַוודאי האָט מען נישט געקענט אויסמײַדן פּאָליטיק אין אַזאַ אַרומנעמיקער אונטערנעמונג, אָבער אין דעם באַנד פֿאַרנעמט די ייִדישע שפּראַך און קולטור דעם אויבן אָן. מע באַקענט זיך מיט האַרווי פּעקאַרס משפּחה־בוים אינעם ערשטן בילדערשטרײַף וואָס הייסט — "אַ פּראָלאָג", אין וועלכן פּעקאַר דערציילט ווי זײַנע באָבע־זיידע זענען געקומען קיין אַמעריקע פֿון דער ביאַליסטאָקער געגנט, און ער איז דאָ געבוירן געוואָרן אין 1939. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ קליינע שפּײַזקראָם. ייִדיש איז געווען זײַן ערשטע שפּראַך און מיטן זיידן האָט ער גערעדט בלויז ייִדיש. אָבער נאָך דעם זיידנס טויט האָט ער פֿאַרגעסן די שפּראַך. ער האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש און שרײַבט אַז "צוליב דער קאָלירפֿולקייט און ריטעם פֿון ייִדיש האָט עס מיר געטאָן הנאה צו הערן, כאָטש איך האָב עס צוביסלעך פֿאַרגעסן". אַזוי ענדיקט זיך דער "פּראָלאָג" און מיט דעם וויל מען זאָגן, מסתּמא, אַז מיט "ייִדישקייט" האָט פּעקאַר געשטרעבט צו געפֿינען זײַנע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען. "סטאַטיסטיק" וועגן ייִדיש איז זייער אַ דעליקאַטער ענין. ערשטנס, דאַרף מען דאָך ציילן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע מינים און לויט פֿאַרשיידענע סימנים. ייִדן האָבן ספּעציעל ניט ליב ווען מען ציילט זיי. דערפֿאַר זאָגט מען דאָך בײַ אונדז אין דער משפּחה, "ניט איינס", "ניט צוויי", אאַז״וו, אויב עמעצער פֿרעגט די פּשוטסטע נומערישע פֿראַגע; למשל, וועגן וויפֿל "זענען מיר הײַנט בײַם טיש?" מיר זענען טיף איבערצײַגט, אַז קיין גוטס קען דערפֿון ניט אַרויס, אַז ס׳קען נאָר, חלילה, שאַדטן. דערצו, קומט נאָך צו די חשיבֿות פֿון דעם געציילטן. "עני חשובֿ כּמת", זאָגן מיר און אין דער וועלט פֿון לשונות איז ייִדיש נעבעך אַן עני (אָרעמאַן) און ס׳איז ניט כּדאַי זיך דערמיט צו פֿיל צו צאַצקען. אין דער מאָדערנער וועלט אָבער, וווּ רעגירונגען ציילן כּסדר אַלץ און אַלעמען, מוזן זיי, פֿון צײַט צו צײַט, אויך ציילן און "דערציילן" וויפֿל פֿון זייערע אײַנוווינערס ס׳רעדן אויף איין שפּראַך צי אויף אַן אַנדערער. פֿון אָט דעם "דערציילן" וואַקסט אַרויס אַן אַנדער צרה: די לשונות וועמען עס גייט גוט, זיי הייבן אָן צו ווערן נאָך בעסער בלויז פֿונעם דערציילן אַליין. מענטשן האָבן ליב זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט לשונות וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַרויף און זיך אָפּצוטרייסלען פֿון די וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ. צוליב אָט די אַלע סיבות בין איך ניט קיין שטאַרקער מאמין אין שפּראַך־סטאַטיסטיק. אָבער פּונקט ווי בײַם פּסחדיקן סדר איז אויך וועגן דעם ענין "שפּראַך" פֿאַראַן אַ וויכטיקע "פֿערטע קשיא": וואָס איז אייגנטלעך פּונקט די פֿראַגע אויף וועלכער די אויסגעפֿרעגטע מוזן ענטפֿערן. אויב מען בײַט אַפֿילו איין וואָרט פֿון דער פֿראַגע באַקומט מען אַן אַנדער ענטפֿער, פֿון איין לאַנד צו אַן אַנדערן און פֿון איין יאָר צו אַן אַנדערן. די צרה איז וואָס די פֿראַגע בלײַבט ניט אַלע מאָל פּונקט די זעלבע פֿון מאָל צו מאָל. אויב מען פֿרעגט אויף איין אָרט וועגן "מוטערשפּראַך", אויף אַן אַנדערס וועגן "היימשפּראַך" און אויף אַ דריט אָרט וועגן "שפּראַך פֿון דער קינדהייט" באַקומען זיך יעדער מאָל אַנדערע ענטפֿערס אַפֿילו אינעם זעלבן טאָג און פֿון די זעלבע אינפֿאָרמאַנטן. און אויב דערצו בײַט מען נאָך דאָ און דאָרט אַ וואָרט פֿון דער פֿראַגע פֿון איין יאָר צום צווייטן, ווערן שוין די ענטפֿערס צו אַלע פֿראַגעס "ניט־פֿאַרגלײַכלעך" און דאָס איז שוין די "הויפּטזינד" בײַ שפּראַך־סטאַטיסטיקער. דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט נישט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער נישט זײַן דאָס לעצטע. צום ערשטן מאָל האָט מען געבעטן דעם טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, ער זאָל אָנפֿירן ווי דער קינסטלערישער קאָאָרדינאַטאָר, און אַ דאַנק אים און זײַן קינסטלערישער פֿאַרוואַלטונג, האָט מען פֿאַרבעטן גאָר אינטערעסאַנטע לערערס, לעקטאָרן און מוזיקער. צו דערציילן וועגן דער ספֿרדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע האָט מען פֿאַרבעטן דעם מוזיקאָלאָג פּראָפֿ׳ עדוואַרד סערוסי פֿון ישׂראל. נישט נאָר האָט ער געהאַלטן לעקציעס וועגן דעם נײַעם ישׂראלדיקן זשאַנער "מעדיטאַריאַנישע מוזיק", אָבער אויך געפֿירט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן ער האָט געלערנט די אָנטיילנעמער אַלטע ספֿרדישע פּיוטים. די לעגענדאַרע ספֿרדישע זינגערין פֿון באָסניע, פֿלאָרי יאַגאָדאַ, שוין אין די הויכע 80 יאָרן, איז געקומען פֿון איר היים אין וואַשינגטאָן. זי זינגט סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, וועלכע זי געדענקט פֿון אירע קינדער־יאָרן, סײַ אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ. איר קאָנצערט איין אָוונט אינעם גרויסן קאָנצערט־זאַל האָט צוגצויגן אויך צוהערער פֿון דער שטאָט מאָנטרעאָל, וואָס געפֿינט זיך 80 מײַל פֿונעם "בני־ברית" זומער־לאַגער, וווּ "קלעזקאַנאַדע" קומט פֿאָר. "שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און פּאָליציאַנטן אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, וועלכע דער אייבערשטער וועט דיר געבן פֿאַר דײַנע שבֿטים, און זיי זאָלן מישפּטן יושרדיק דאָס פֿאָלק; אַזוי האָט משה רבינו איבערגעגעבן די ייִדן אַ מיצווה, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם באַשעפֿער. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ צאָל מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן מישפּט; דערנאָך זאָגט אונדז די תּורה אָן, ווי אַזוי עס מוז זיך פֿירן אַ ייִדישער מלך, און ווי אַזוי מע זאָל זיך נוהג זײַן בײַם האַלטן אַ מלחמה. אין די הײַנטיקע צײַטן האָבן די דיינים נישט קיין עכטן צוואַנג־כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט די אוראַלטע צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, זענען די הײַנטיקע רבנים, בדך־כּלל, בלויז עצה־געבער, וועלכע פּסקענען שאלות, אָבער האָבן נישט קיין רעכט צו צווינגען די אַנדערע פֿאָלגן זייערע פּסקים און תּקנות. אַפֿילו אין די שטרענגסטע קהילות ווערט די רבנישע מאַכט נישט זעלטן קריטיקירט. ס׳איז קלאָר, אַז די אַמאָליקע היעראַרכיע פֿון "שופֿטים ושוטרים" איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן. איז אַזאַ מצבֿ אַ מעלה, צי אַ חסרון? צווישן די ברכות אין "שמונה־עשׂרה" איז פֿאַראַן די בקשה "השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה" — מיר בעטן דעם באַשעפֿער צו ברענגען צוריק אונדזערע שופֿטים און בעלי־עצה. דער טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות, געשאַפֿן דורך די חז״ל און אויסגעשליפֿן דורך אונדזערע גרעסטע חכמים במשך פֿון צענדליקער דורות, איז זייער גענוי, הגם נישט יעדעס וואָרט אין די תּפֿילות מוז מען אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך. ס׳איז קלאָר, אַז די דאָזיקע ברכה איז פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַנשטאָט די שוטרים, ווערן אין דער תּפֿילה דערמאָנט בלויז די עצה־געבער.
די סאָכע און דער חומש׃ אין מערבֿ איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ייִדן זײַנען געווען די סאַמע דערשטיקטע און רעכטלאָזיקע גרופּע אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. אָבער אין דער אמתן איז די לעגאַלע און עקאָנאָמישע לאַגע בײַם גרעסטן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, די קריסטלעכע פּויערים, געווען אַ סך ערגער. ביז 1861 זײַנען זיי פֿיזיש און געזעצלעך געווען אין רשות פֿונעם פּריץ און האָבן ניט געטאָרט אַפֿילו חתונה האָבן אָן זײַן דערלויבעניש. ייִדן, להיפּוך, זײַנען געווען פֿרײַע שטאָטישע בירגער, הגם זייער וווינרעכט און אַנדערע רעכט זײַנען געווען באַגרענעצט דורך די געזעצן. די באַציִונגען צווישן פּויערים און ייִדן זײַנען געווען קאָמפּליצירטע. די רוסישע רעגירונג האָט זיך געסטאַרעט צו האַלטן אָט די צוויי גרופּעס ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער. די סיבות זײַנען געווען סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און אויך רעליגיעזע׃ די קריסטלעכע מאַכט האָט מורא געהאַט, אַז די ייִדן וועלן "פֿאַרנאַרן" די פּראָסטע פּויערים אין זייער גלויבן. דער דאָזיקער פּחד האָט ניט געהאַט קיין רעאַלן יסוד, ווײַל די ייִדישע רעליגיע זוכט ניט קיין גרים צווישן די אומות־העולם. און עס איז דערפֿאַר גאַנץ מערקווערדיק, וואָס אַ היפּשע צאָל רוסישע פּויערים, און דווקא אין די געגנטן ווײַט פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, האָבן זיך אָנגעהויבן האַלטן בײַ געוויסע מיצוות פֿונעם תּנ״ך. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך אַפֿילו דערקלערט פֿאַר ייִדן און געמאַכט אַן עליה. לויט די רוסישע געזעצן, איז דאָס "אָפּפֿאַלן" פֿון קריסטנטום געווען אַ שווער פֿאַרברעכן, וואָס צומאָל האָט מען באַשטראָפֿט מיט טויט. די פֿראַגע פֿון ענגלישע (ווי אויך אַנדערע) איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק איז תּמיד אויפֿן סדר-היום. צו מאָל פֿאַרנעמט זי אַ העכערן אָרט צווישן די "הייסע" פֿראַגן און צו מאָל לאָזט זי זיך אַראָפּ נידעריקער, פֿאַרבאַהאַלט זיך ערגעץ, אָבער אין גאַנצן ווערט זי קיין מאָל ניט פֿאַרשוויגן. בפֿרט נאָך, אַז אַ היפּש ביסל קורסן אין אוניווערסיטעטן זײַנען אויפֿגעבויט אויפֿן עקזיסטירנדיקן קאָרפּוס פֿון איבערגעזעצטע ווערק. איך לערן אויך אַזעלכע קורסן; אַזוי, אַז מיר איז גוט באַקאַנט דער קאָפּווייטיק פֿון אויסזוכן און אויסקלײַבן די טעקסטן. איך האָב אויך אַ דערפֿאַרונג פֿון הערן און לייענען די רעאַקציע פֿון סטודענטן אויף די ווערק, וואָס איך פֿאָדער צו לייענען. קודם-כּל דאַרף מען זאָגן, אַז מיר פֿאַרמאָגן אַ ממשותדיקע צאָל איבערזעצונגען. אייניקע זײַנען געראָטענע, אַנדערע וואָלטן געקענט זײַן בעסער. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער פֿראַגע. איך האָב ערגעץ געלייענט, אַז בלויז צוויי פּראָצענט ייִדישע ווערק האָבן אַן ענגלישע איבערזעצונג. איך ווייס ניט, ווי אַזוי מע האָט באַקומען די דאָזיקע סטאַטיסטיק. אָבער זי האָט ניט קיין זין, אַפֿילו אויב מע קען זיך אויף איר פֿאַרלאָזן, ווײַל גאָר ניט אַלץ פֿאַרדינט מע זאָל עס איבערזעצן בכלל, און אויף ענגליש — בפֿרט. איך וויל ניט, מע זאָל מײַנע ווערטער פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז איך בין אַ קעגנער פֿון נײַע איבערזעצונגען. אַדרבא. צו מאָל איז בעסער צו האָבן אַפֿילו אַ שוואַכע, פֿאַרגרײַזטע איבערזעצונג איידער ניט צו האָבן קיין שום איבערזעצונג. דער ציל פֿון דעם, וואָס איך וויל זאָגן, געפֿינט זיך אין אַן אַנדער דימענסיע. מיר שײַנט, אַז דער שליסל צום פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש איז ניט די איבערזעצונגען גופֿא, נײַערט אין דעם ווי זיי ווערן פֿאַרשפּרייט און פּראָפּאַגאַנדירט. (סוף פֿונעם אַרטיקל) פּאַריזער קאָמונע, אָדער יוסף הענדלער נאָך צייכנס פֿון יענער עפּאָכע: מיר הונגערן, אין די קעשענעס פֿײַפֿט דער ווינט, נאָר אויף אָבליגאַציעס פֿון דער מלוכה־הלוואָות, דאַרפֿסטו זיך, כּלומרשט פֿרײַוויליק, דאָס הייסט, לויטן אייגענעם גוטן ווילן, אונטערשרײַבן. בײַם אונטערשרײַבן ווערט צוגעזאָגט, אַז דאָס געלט וועט אויסגעצאָלט ווערן אויפֿן חשבון פֿון די אַרבעטסטעג, נאָר דער קאָלווירט איז באַנקראָט. קלאַפּט מען אין טיר: "צאָל, צאָל, צאָל!" מע איז אַזוי צוגעשטאַנען, אַז מע האָט ניט געקענט ניט אַרײַנטרעטן אין פֿאַרשיידענע פֿילצאָליקע געזעלשאַפֿטן, פֿלעגט מען האַלטן אין איין דערמאָנען, אַז ס’איז שוין צײַט אַרײַנטראָגן מיטגליד־אָפּצאָל אין "מאָפּר" — צווישנפֿעלקערלעכע אָרגאַניזאַציע צו הילף די רעוואָלוציאָנערע קעמפֿער (געשטרעבט האָט מען דאָך צו אַן אַלוועלטלעכער פּראָלעטאַרישער רעוואָלוציע); "אָסאָאַוויאַכים" — אַ האַלב־מיליטערישע אָרגאַניזאַציע און נאָך, נאָך. * * * הײַנט איז עס אַ געוויינטלעכער, וואָכעדיקער טאָג, דער 18טער מאַרץ. ס’האָט געמעגט דונערן און בליצן, נאָר דאָס גאַנצע לאַנד האָט אָפּגעמערקט די ערשטע פּראָלעטאַרישע רעוואָלוציע און די ערשטע רעגירונג ווען צו דער מאַכט איז געקומען דער אַרבעטער־קלאַס. געווען איז עס אין 1871 און געהאַלטן האָט זיך די מאַכט פֿון 18טן מאַרץ ביזן 28סטן מײַ. ס’האָט זיך גערופֿן דער טאָג פֿון פּאַריזער קאָמונע. אַ געוויסן פֿרימאָרגן, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָב איך, פֿאַרטאָן אין שטוב־ענינים, געהערט דורכן ראַדיאָ "רק״ע" (רעקאַ) אַ ידיעה וועגן אַ נײַעם רעקאָרד פֿון יוגנטלעכע ספּאָרטלער פֿון רחובֿות אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זייער טרענירער אַריאל (ליאָווע) צימקינד. איך אינטערעסיר זיך ווייניק מיט ספּאָרט און דאָס וואָלט מיר מסתּמא אין איין אויער אַרײַן און צווייטן אַרויס, ווען ניט די פֿאַמיליע צימקינד: וועגן דער משפּחה האָב איך שוין אַ סך געוווּסט פֿון זייער פֿאָטער, אונדזערן אַ חבֿר פֿון רחובֿותער ייִדיש־קלוב משה צימקינד, אַן אַרבעטער־מענטש און דערבײַ אַן אויטאָדידאַקט; צוו״אַנד, אַ קענער פֿון ייִדיש, וועלכער האָט אין אונדזער זאַמלבוך פֿון קלוב "וועגן זיך און וועגן אַנדערע" (ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2008) געשריבן וועגן זײַנע פֿינף זין. וועגן דעם צווייטן פֿון זיי, אַריאל (ליאָווע), וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1956, האָט דער פֿאָטער געשריבן, אַז ער איז אין דער קינדהייט געווען אַ שוואַך נפֿשל, און ווען ער איז אָנגעקומען אין שול האָבן זיי, די עלטערן זײַנע אַפֿילו ניט געלייגט קיין אַכט אויף דעם, ער זאָל זיך גוט לערנען — אַבי ער זאָל זײַן געזונט! ווען דער ייִנגל איז געווען אין 6סטן קלאַס, דערציילט דער פֿאָטער, איז ער איין מאָל געקומען אַהיים און געזאָגט, אַז מען האָט אים פֿאַרשריבן אין אַ סעקציע פֿון רינג־קאַמף. די עלטערן האָבן זיך פֿאַרוווּנדערט, אָבער געוואַרט, וואָס וועט זײַן ווײַטער. ליאָווע האָט אָנגעהויבן קומען אַהיים אַ צעמזיקטער. דער פֿאָטער האָט געבעטן זײַן פֿרוי (אַ לערערין), זי זאָל גיין צונעמען דעם קליינעם פֿון דער סעקציע, כּל־זמן ער איז נאָך אַ גאַנצער. זי איז אַוועק, דערציילט דעם לערער פֿון גימנאַסטיק, ווי שווער זיי איז אָנגעקומען צו שטעלן דאָס קינד אויף די פֿיס, אָבער דער לערער האָט געענטפֿערט, אַז ליאָווע פֿאַרמאָגט אַלע געהעריקע פֿעיִקייטן צו ווערן אַ גוטער ספּאָרטסמען, און אויב זיי, די עלטערן, וועלן אים צונעמען פֿון דער סעקציע, וועלן זיי אים, ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, קוילען אָן אַ מעסער. אין "סיינט ליוקס"־טעאַטער אויף דער 46סטער גאַס, אין האַרץ פֿון מאַנהעטן, ווערט אויפֿגעפֿירט אַן איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג וואָס האָט צו טאָן מיט דער אַמאָליקער, באַרימטער, קאָלירפֿולער, לעבעדיק־לוסטיקער קאָמיקערין, זינגערין, בורלעסק־ און וואָדעוויל־שוישפּילערין, וועלכע האָט זיך באַרימט געמאַכט אין די פֿריִע צוואַנציקער יאָרן פֿון לעצטן יאָרהונדערט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט נישט געהייסן פֿעני, נאָר פֿאַניאַ, און נישט ברײַס, נאָר באָראַק. ווי פֿעני, דערציילט זי, אַז זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, אַ געלונגענע מאַמע און אַ קאַרטיאָזשניק אַ טאַטן. נישט נאָר דאָס. ער האָט ליב געהאַט ס׳פֿלעשל און אײַנשטעלן אויף די פֿערדלעך, אַזוי אַז אין שטוב האָט געהויזט צוזאַמען מיט זיי — דער דלות. פֿעני. ווי איך געדענק זי פֿון די אַלטע פֿילמען, און איך מיין נישט באַרבאַראַ סטרײַסאַנד, וועלכע האָט אויסגעשפּילט פֿעניס לעבנס־געשיכטע אינעם פֿילם "פֿאַני גוירל," נאָר די אמתע, די סאַמאָראָדנע פֿעני, וועלכע האָט געשפּראָצט מיט לעבן, געזען די וועלט שטייענדיק אויפֿן קאָפּ, זיך אַרײַנגעפּאַסט אין יעדער סיטואַציע, און צוגעאייגנט זיך דרײַ נישט קיין געפּאַסטע שידוכים. איז דער ערשטער מאַן אירער געווען אַ נישט־טויגעניכטס; איז זי פּטור געוואָרן פֿון אים אין אַ פּאָר טעג נאָך דער חתונה. דער צווייטער, ווידער, איז געווען ניקי אָרנשטיין; אַ בלאַטער, אַן אונטערוועלט־מענטש, אַ "געמבלער," אַ גנבֿ און געמאַכט אַ לעבן פֿון שאַנטאַזש. און דערצו, איז ער געווען אַ באַווײַבטער. אָבער נאָך זיבן יאָר האָט ער אָפּגעגט דאָס ווײַב און חתונה געהאַט מיט פֿענין. ניקי איז געווען גאָר אַ שיינער, אַ פֿאַצעט. יעדעס נעגעלע זײַנס איז געווען ווי געשניצט און געשליפֿן, די אַנצוגער וואָס ער האָט געטראָגן זײַנען געווען באַשטעלטע פֿון איטאַליע. די בינדעס פֿון פּאַריז און דאָס געמבלען איז צוגעגאַנגען אין פּאַריז און מאָנאַקאָ. חשובֿער רעדאַקטאָר, פֿרײַנד באָריס סאַנדלער. דאָס ליד, "לעוו בערינסקיס וועלטן", האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן נאָך אין יאָר 2009, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער, צו זײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים. נאָר... דו ווייסט דאָך: דער פּאָעט טראַכט און די מוזע לאַכט. צי, ווי עס פֿלעגט זאָגן אַהרן ווערגעליס: אויב דו ווילסט שרײַבן פֿאַר דער אייביקייט, טאָרסטו זיך ניט אײַלן. יעדן פֿאַלס, ערשט די טעג האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצופֿילן דאָס, וואָס כ’האָב פֿאַרטראַכט נאָך מער ווי מיט צוויי יאָר צוריק. לייג איך פֿאָר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאָס אָנגעשריבענע ליד, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער און מײַן פֿרײַנד לעוו בערינסקי. אַ מתּמה, וואָס איז ניט פֿאַרבינדן מיט קיין שום יובֿל־דאַטעס, נאָר האָט אַ שײַכות צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור און צום פּאָעט, וועלכער איז ניט צעבאַלעוועט געואָרן מיטן אויפֿמערק צו זיך און צו זײַן שאַפֿן.
לעוו בערינסקיס וועלטן אין דער שטאָט עכּו, וואָס זי איז געגרינדעט אין אַמאָליקן ווײַטן עבֿר וווינט אָפּגעזונדערט לעוו בערינסקי, צי פּשוטער, היימישער — ליאָווע. דאָרט וווּ ער וווינט, אין ליכטיקן הויז, צוויי צימערן זײַנען בשכנות: ווי אַ זאַל איז איין צימער — רחבֿותדיק גרויס, דער צווייטער, אַ שמאָלער, אַ קליינער. |