ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע טעסלער בײַ דער אַרבעט
די ייִדישע טעסלער בײַ דער אַרבעט
Courtesy of the American Jewish Joint Distribution Committee

(סוף פֿונעם אַרטיקל)

פּאַריזער קאָמונע, אָדער יוסף הענדלער

נאָך צייכנס פֿון יענער עפּאָכע: מיר הונגערן, אין די קעשענעס פֿײַפֿט דער ווינט, נאָר אויף אָבליגאַציעס פֿון דער מלוכה־הלוואָות, דאַרפֿסטו זיך, כּלומרשט פֿרײַוויליק, דאָס הייסט, לויטן אייגענעם גוטן ווילן, אונטערשרײַבן. בײַם אונטערשרײַבן ווערט צוגעזאָגט, אַז דאָס געלט וועט אויסגעצאָלט ווערן אויפֿן חשבון פֿון די אַרבעטסטעג, נאָר דער קאָלווירט איז באַנקראָט. קלאַפּט מען אין טיר: "צאָל, צאָל, צאָל!"

מע איז אַזוי צוגעשטאַנען, אַז מע האָט ניט געקענט ניט אַרײַנטרעטן אין פֿאַרשיידענע פֿילצאָליקע געזעלשאַפֿטן, פֿלעגט מען האַלטן אין איין דערמאָנען, אַז ס’איז שוין צײַט אַרײַנטראָגן מיטגליד־אָפּצאָל אין "מאָפּר" — צווישנפֿעלקערלעכע אָרגאַניזאַציע צו הילף די רעוואָלוציאָנערע קעמפֿער (געשטרעבט האָט מען דאָך צו אַן אַלוועלטלעכער פּראָלעטאַרישער רעוואָלוציע); "אָסאָאַוויאַכים" — אַ האַלב־מיליטערישע אָרגאַניזאַציע און נאָך, נאָך.


* * *

הײַנט איז עס אַ געוויינטלעכער, וואָכעדיקער טאָג, דער 18טער מאַרץ. ס’האָט געמעגט דונערן און בליצן, נאָר דאָס גאַנצע לאַנד האָט אָפּגעמערקט די ערשטע פּראָלעטאַרישע רעוואָלוציע און די ערשטע רעגירונג ווען צו דער מאַכט איז געקומען דער אַרבעטער־קלאַס. געווען איז עס אין 1871 און געהאַלטן האָט זיך די מאַכט פֿון 18טן מאַרץ ביזן 28סטן מײַ. ס’האָט זיך גערופֿן דער טאָג פֿון פּאַריזער קאָמונע.

דורכפֿירן קאָלווירטישע פֿאַרזאַמלונגען האָט מען שוין ניט געקענט. אויסער דער פֿאַרוואַלטונג פֿלעגט זיך קיינער ניט יאַווען, אַזוי איז מען געווען אָפּגעשוואַכט. מער פֿלעגט זיך ניט באַווײַזן דער באַוועגלעכער קינאָמאַטאָגראַף. נאָר די פּיאָנערן, וואָס האָבן שוין אָט־אָט געקענט אַרײַנטרעטן אין קאָמיוג האָבן באַדאַרפֿט דערווײַזן, אַז זיי האָבן עס די ווערט. מײַן וואָרט האָט באַדאַרפֿט זײַן, ווי די קאָמונאַרן האָבן העלדיש געקעמפֿט אויף די באַריקאַדן. אונדזער ייִשובֿ האָט דאַן אויסגעזען ווי אַן אינדזל אַרומגערינגלט מיט וואַסער. בײַ נאַכט פֿלעגן נאָך הוליען קאַלטע, שנײַדנדיקע ווינטן. פֿאַר טאָג, פֿלעגט אַ געדיכטער נעפּל אײַנדעקן די ערד און ווי נאָר דער מיזרחדיקער סוף־הימל איז באַגאָסן געוואָרן מיט ראָזקייט, האָבן זיך פּאַמעלעך, פּאַמעלעך אָנגעהויבן באַווײַזן כּישוף־פֿאַרבן. אַפֿילו אויף די רעשטלעך פֿון שוין ווײַט ניט ווײַסן שניי האָט די זון אויסגעזוכט עפּעס אַזוינס, וואָס זאָל אַ בליץ טאָן מיט אַלע קאָלירן. אמת, דערווײַל נאָך אָן ריחות פֿון בליִונג.

אַרום האַלבטאָג, ווען די שוימיקע ריטשקעס האָבן שוין אָנגעהויבן פֿאַרכלינען זיך, איז נאָך מיר געקומען יוסף הענדלער, אונדזער פּיאָנערן־פֿירער. געטראָגן האָט ער גוטע שטיוול (זײַן טאַטע איז געווען אַ שוסטער) מיט הויכע כאָלעוועס. יוסף איז געווען דער קאָמיוגיסט, וועמען מע האָט באַאויפֿטראָגט אונדז צו דערציִען אין קאָמוניסטישן גײַסט. דער אײַנגעשטעלטער סטאַטוט האָט געפֿאָדערט, אַז דאָס זאָל געטאָן ווערן לויט אונדזער אייגענער איניציאַטיוו און זעלבסטעטיקייט. דערציילן ווי די קאָמונאַרן האָבן געקעמפֿט אויף די באַריקאַדן האָב איך באַדאַרפֿט, ווי איך אַליין וואָלט געווען איינער פֿון זיי. מעגלעך, אַז עפּעס ענלעכס וואָלט זיך בײַ מיר באַקומען, נאָר...

ווען נאָך מיר זאָל געווען קומען עמעצער אַן אַנדערער, וואָלט די מאַמע אויף קיין פֿאַל מיך ניט אָפּגעלאָזט. נאָר יוסף הענדלער איז געווען אַלעמענס אַ ליבלינג. וועגן אים, און בכלל וועגן דער משפּחה הענדלער, האָט קיינער קיין מאָל קיין שלעכט וואָרט ניט אַרויסגעבראַכט. ער אַליין האָט ניט געשטופּט זיך אויבנאָן מע זאָל אים באַמערקן. אַ שטים, אַ שטילע, אַ רויִקע. קינדער האָט ער באַזונדערס ליב געהאַט און כאָטש פֿאָרזיכטיק, נאָר אָפֿט האָט ער געזוכט אַ פֿאָרטקעלע צום אמת. הײַנט איז ניט אַלץ צום באַנעמען, עס קען אָבער געמאָלט זײַן, אַז טאַקע דערפֿאַר האָט מען אים און נאָך אַ מיידל, שוין פֿון אַן אַנדער טייג געקנאָטן, צוגעשטעלט צום אונטערוואַקסנדיקן דור.

מיינט ניט, אײַנרעדן האָט די מאַכט געקענט ניט נאָר מיט שלעכטן. איבערצײַגונגס־מיטלען זײַנען געווען פֿאַרשיידענע. ווי אַגיטירן האָט מען זיי ניט באַדאַרפֿט לערנען. האָט זיך נאָך מער פֿאַרערגערט דאָס לעבן, האָט זיך אַלץ מער און מער פֿאַרשטאַרקט די אַגיטיר־טעטיקייט. עס קלינגט אפֿשר אויסטערליש, נאָר אין די מלחמה־יאָרן האָב איך באַזונדערס ליב געהאַט מײַן לאַנד, וווּ געבוירן. מיט ציטער, שרעק, נאָר געטרײַ געווען און מיט קרבנות־גרייטקייט געקעמפֿט. נאָך מער: גראָד דאַן האָב איך אויך דערפֿילט די מעכטיקע קראַפֿט פֿון גוטסקייט, מענטשלעכקייט. אַנדערש, ווי וואָלט איך, אַ ייִד, זײַענדיק בײַ די דײַטשישע רוצחים אין די הענט, געקענט אַרויס אַ לעבעדיקער. און דען נאָר איך איינער?

אָנגעשריבן און אַ קלער געטאָן: ס׳אַראַ קאָנטראַסטן! דאָס זאָגט זיך נאָר אַזוי. ליכט, ווען דו ביסט אויף אַ האָר פֿון אומקום און אַ לעבן, זאָל זײַן ווייך גערעדט, מיט שאָטנזײַטן, ווען אַלץ איז, כּלומרשט, פֿאַרן ווויל פֿון מענטשן, צי איז עס ניט פֿאָרט קיין צוויי קידער־ווידער־פּאָלוסן? איז ווי? זאָל עס דערווײַל זײַן אַ שרײַבערישער פּרוּוו סינטעזירן פֿאַקטן. און ווײַטער וועט יעדער פֿאַרשטיין ווי אים דאַכט זיך און צו מאָל ווילט זיך.

פֿאַר דעם וואָס מײַנע געדאַנקען האָבן מיך אַ ביסעלע אין אַ זײַט פֿאַרטראָגן, וועט איר מיר שוין ווי ניט איז מוחל זײַן. מיר דאַכט זיך, אַז דאָס זײַנען ניט נאָר מײַנע אייגענע, נאָר צרות און צו מאָל אויך פֿרייד הכּלל. קער איך זיך אום, וווּ געהאַלטן:

אויף מײַנע צעריסענע שיך האָב איך אַרויפֿגעצויגן טיפֿע קאַלאָשן און זיך געלאָזט מיט דעם פּיאָנער־אָנפֿירער אָפּמערקן דעם טאָג פֿון דער פּאַריזער קאָמונע. גייען מיר לענג־אויס דער אײַנגעטראָטענער סטעזשקע, וווּ דער שניי און דאָס אײַז איז נאָך ניט אין גאַנצן צעגאַנגען. יוסף, פֿאָרויס מיר, לייגט מיר דורך אַ וועג. ער קאָמאַנדעוועט: "נאָך מיר, נאָך מיר!" ביז ער אַליין גליטשט זיך אויס און האַלט ניט שיִער בײַם פֿאַלן. מיך שטופּט ער אָפּ אויף לינקס, צו אַ פּאַרקן און כ’טרעף אָן מיט אַ פֿוס אין אַ ריוו, וואָס איז פֿול מיט שטראָמענדיקן, קאַלטן וואַסער.

די פֿיס האָב איך מיט יוספֿס הילף אַרויסגעשלעפּט. דער קאַלאָש איז אַוועק ווײַטער שווימען. באַרג־אַראָפּ צום טײַך האָט ער זיך ניט דערקליבן. פֿאַרטשעפּעט האָט ער זיך, פֿאַרטשעפּעט און אַרויסגעשטעקט פֿון וואַסער די גומענע נאָז. דער פּיאָנערן־צונויפֿקום, געווידמעט דעם טאָג פֿון דער פּאַריזער קאָמונע, איז אָפּגעלייגט געוואָרן אויף אַן אַנדערש מאָל. צוריק אַהיים זײַנען מיר געגאַנגען שוין ניט געהיט זיך פֿאַר קיין שום קאַליוזשעס. פֿון מיר אַליין האָט גערונען. איין פּלודער איז געווען ביז איבער דער קני פֿיטש־נאַס. הוסטן האָב איך אָנגעהויבן אויפֿן צווייטן טאָג.


* * *

דורך צײַט און רוימען. פֿון דאַן איז דאָך פֿאַרבײַ ניט ווייניק פֿון אַכציק יאָר. יוסף הענדלער איז פֿון די געציילטע, דאַן יונגע, וואָס איז נאָך דער מלחמה אַרויס אַ לעבעדיקער. פֿיר מאָל איז ער געווען פֿאַרוווּנדעט. צוויי מאָל, אָן אויסזיכטן לעבן בלײַבן. זײַענדיק אַ לייטענאַנט, האָט מען אים באַלוינט מיט אַ שלאַכט־אָרדן, וואָס גענעראַלן, הויכע אָפֿיצירן באַקומען פֿאַר דורכפֿירן באַזונדערס־געלונגענע שלאַכט־אָפּעראַציעס. ערד־אַרבעט האָט ער אויף שטענדיק ליב באַקומען, נאָר וווּהין זאָל ער געווען זיך אומקערן? זײַענדיק נאָך אַלץ אַ מחיה־שיינער האָט ער אין גיכן חתונה געהאַט און זיך אײַנגעפֿונדעוועט אין פּערם. אין פֿאָרשטאָט האָט מען אים אויסגעטיילט אַן ערד-חלק. דאָרט האָט ער מיט די אייגענע הענט אַוועקגעשטעלט אַ קליין שטיבעלע און פֿאַר אַ קורצער צײַט איז די נעכטיקע פּוסטקע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ בליִענדיקן סאָד און גאָרטן. ביז מײַן אָפּפֿאָרן קיין ישׂראל פֿלעגט ער כּמעט אַלע יאָר קומען אויף עטלעכע טעג צו גאַסט. וואָס דערמאָנען איז, ווי איר פֿאַרשטייט, געווען.

ער, יוסף, איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט אויפֿן אָרט וווּ מע האָט אומגעבראַכט די פֿרויען און קינדער פֿון אונדזער ייִשובֿ, אַוועקגעשטעלט אַן אָנדענק־שטיין מיט אויסגעקריצטע עטלעכע ווערטער אין ייִדיש און אוקראַיִניש. קיין ראָשי־תּיבֿות "פּ״נ" (דאָ ליגט באַהאַלטן) איז ניט געווען. דעם נאָמען און פֿאָטערס נאָמען פֿון די קדושים, אויך ניט. געמיינט, דערווײַל, זאָל כאָטש זײַן אַזוי. געמיינט...

דעם שטיין האָט מען געלאָזט נאָר איבערווינטערן. פֿרילינג איז צוגעפֿאָרן אַ טראַקטאָריסט. פֿון אַן אײַזערנער קייט האָט ער געמאַכט אַ שלייף און אַוועקגעשלעפּט דעם שטיין אויף ניט אויסזוכן. אַזוי איין מאָל און אַ צווייט מאָל.

אין יאָרן אַרום בין איך געשטאַנען אויף דעם אָרט און בײַ אַן אַלטן אָרטיקן אײַנוווינער, אַ פֿראָנטאָוויק, מיט וועמען מיר האָבן ערשט געמאַכט אַ לחיים, אַ פֿרעג געטאָן:

— וואָס זשע באַקומט זיך? דער דײַטש האָט אומגעבראַכט מײַנע עלטערן, מײַן עלטערע שוועסטער מיט איר מאַן און דרײַ קינדער, נאָר דערפֿאַר ווײַל זיי זײַנען געווען ייִדן — קיין אָנדענק־שטיין קען מען זיי ניט אַוועקשטעלן ווידער אַ מאָל ווײַל מיר זײַנען ייִדן.

דער אוקראַיִנער האָט אויף מיר אויסגעסטאַרטשעט זײַנע אויגן און מיט אויפֿגעבראַכטקייט געפֿרעגט:

— איר מיינט, אַז דער טראַקטאָריסט, אַ יונגאַטש, איז אַן אַנטיסעמיט?

— ווער דען, מיינט איר?

— איך מיין, אַז בײַ די הײַנטיקע הייסט עס באַלעווען זיך. אַ מין שפּיל. זיי זײַנען ניט אַזוינע ווי מיר זײַנען געווען.

צי איז מײַן מיטשמועסער געווען אויפֿריכטיק? אויסגעזען האָט עס, אַז יאָ אויפֿריכטיק. עס וואָלט אָבער געווען אַ טעות צו מיינען, אַז ער איז געווען גערעכט. מע זאָגט אַמאָל אַ ליגן, ווען אַליין מיינט מען; ס’איז אמת.

אויב מײַן טײַערער פֿרײַנד, יוסף הענדלער, לעבט נאָך, דאַרף ער אַלט זײַן ניט ווייניקער פֿון הונדערט, הלוואַי זאָל עס אַזוי זײַן, איז עד־מאה־ועשׂרים.


* * *

און איצט צוריק, צוריק צו מײַן טאַטע־מאַמעס היים, צום ייִדישן ייִשובֿ, וואָס פֿאַרוואָרפֿן אין די אוקראַיִנישע דרומדיקע סטעפּעס. דער הונגער האָט אַלץ שטאַרקער געדריקט און געשטיקט פֿון ווי נאָר אַ זײַט. אין שטאַל איז נאָך געווען די בהמה, נאָר מעלה־גירהן האָט זי שוין ניט געהאַט פֿון וואָס. געהאַט האָבן מיר נאָך אַ ביסל קאַרטאָפֿל, געמיינט פֿרילינג פֿאַרזעצן אויפֿן גאָרטן, נאָר פֿאַרבליבן איז שוין שפּאָט ווייניק. אַ ביסל פּראָסע, אויך ניט צו דרויבלען אויף הירזש, נאָר כּדי פֿאַרזייען און אַ פּאָר קילאָ מאַקוכע. (בײַ אַזאַ לאַגע האָט זיך געדאַכט, אַז ביז דעם איז אונדזער שטוב פֿול געווען מיט שפֿע און אַלץ אַרום האָט געשפּרודלט מיט פֿרייד).

בײַ אונדז אַלעמען זײַנען הינטער די אויגן געווען היפּש אָנגעשוואָלענע בײַטעלעך. איך האָב נאָך דערצו געהאַלטן אין איין הוסטן. די מאַמע האָט מיט אַ פּנים־קנייטש געהאַלטן אין איין איבערפֿרעגן, צי איז עס, חלילה, ניט קיין אָנהייב פֿון אַ לונגפֿעלער, אָדער ווי זי האָט עס אָנגערופֿן מיט אַ מער שרעקלעך וואָרט: "טשאָכאָטקע". מיט איין וואָרט: אומגליק אויף אומגליק.

מײַן מאַמע! מיינט ניט, אַז באַלד וועל איך אַרויסברענגען די סאַמע בעסטע, געטרײַסטע און נאָך סאַמע, סאַמע וואַרעמע ווערטער. ניט דאָס בין איך אויסן. ס’הייסט, פֿאַר מיר טאַקע איז זי די "סאַמע, סאַמע", נאָר אײַך וועט עס ניט אָנרירן און דערפֿאַר זאָג איך: מײַן מאַמע האָט פֿאַרמאָגט אַלע פּיטשעווקעס פֿון אַ ייִדישער מאַמע.

ס’איז, מיין איך, גענוג.

קיין גרויסע קענערין אין געדרוקטע אותיות איז זי ניט געווען. זי זאָל פֿאַרמאָגן אַ צאינה־וראינה (אַ "טײַטש־חומש", געשריבן פֿאָלקסטימלעך, פֿרום), וואָס אַ ייִדישע טאָכטער פֿלעגט באַקומען צו איר חתונה און פֿרויען פֿלעגן לייענען שבת נאָכן עסן, אַזוינס געדענק איך ניט.

דערפֿאַר געדענק איך, ווען אין אַ יאָר אַכט אַרום בין איך געקומען צו גאַסט אַהיים אויף פּסח און ווי די מאַמע האָט געהערט די מגילה שיר־השירים, וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט בײַ נאַכט, צום סדר, נאָך דער הגדה. זי איז געזעסן, אונטער געשאָקלט מיטן קאָפּ, נאָר כ’וואָלט ניט געזאָגט, אַז ס’האָט זי שטאַרק אָנגערירט. נאָר ווען מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט זי "דאָס ליד פֿון לידער" געהערט אויסצוזינגען, האָט זיך איר פּנים געענדערט. צום ערשטן מאָל האָב איך דערזען מײַן מאַמע זאָל נאָכזינגען:


אָ, שיר־השירים — דאָס שענסטע געזאַנג

פֿון שלמה המלכס געזאַנגען...


אַז דאָס איז דאָס שענסטע ליבעליד אין דער וועלט־ליטעראַטור, וועגן דעם האָט זי קיין אַנונג ניט געהאַט.

איז אָט, אין איינעם אַ גאַנצפֿרי, ווען איך בין נאָך געשמאַק געשלאָפֿן, האָט די מאַמע זיך צוגעזעצט אויף מײַן געלעגער, מיך אײַנגעדעקט מיט דער וואַטאָווער קאָלדרע, פֿאַר איינס אַ גלעט געטאָן מײַן באַק און אַ זאָג געטאָן:

— משהלע, וועסט מוזן אַוועקפֿאָרן. דאָרטן, וועסטו זיך ראַטעווען און דעם טאַטן וועל איך קענען געבן אַן איבעריקע קאַרטאָפֿל.

דעם טאַטן האָבן די ווערטער פֿאַרדראָסן. די מאַמע, זײַן געטרײַע לעבנס־באַגלייטערין, האָט אויסגעזוכט ווערטער ווי תּפֿילות. איינער דעם צווייטן האָט אָנגעהויבן איבערשלאָגן. אין דעם מאָמענט האָבן זיי אַליין אויסגעזען ווי קינדער, וואָס עמעצער מוז זיי אײַנשטילן, באַרויִקן. דער עמעצער האָט געקענט זײַן נאָר איך, זייער מיזיניק.

דער "דאָרטן" איז געווען די שטאָט כאַרקאָוו, וווּ ס’האָבן שוין געוווינט מײַנע צוויי ברידער און שוועסטער. מיט מײַן פֿאַרלאָזן די צווייטע אײַנגעזעסענע היים וועט זיך אָנהייבן נאָך אַ קאַפּיטל פֿון מײַן און ניט נאָר פֿון מײַן ביאָגראַפֿיע.