ליטעראַטור

די סאָכע און דער חומש׃
פֿאַרייִדישטע רוסן ווי אַ טעקסטועלע קהילה.
סאַנקט־פּעטערבורג׃
דער אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט, 2011.


אין מערבֿ איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ייִדן זײַנען געווען די סאַמע דערשטיקטע און רעכטלאָזיקע גרופּע אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. אָבער אין דער אמתן איז די לעגאַלע און עקאָנאָמישע לאַגע בײַם גרעסטן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, די קריסטלעכע פּויערים, געווען אַ סך ערגער. ביז 1861 זײַנען זיי פֿיזיש און געזעצלעך געווען אין רשות פֿונעם פּריץ און האָבן ניט געטאָרט אַפֿילו חתונה האָבן אָן זײַן דערלויבעניש. ייִדן, להיפּוך, זײַנען געווען פֿרײַע שטאָטישע בירגער, הגם זייער וווינרעכט און אַנדערע רעכט זײַנען געווען באַגרענעצט דורך די געזעצן.

די באַציִונגען צווישן פּויערים און ייִדן זײַנען געווען קאָמפּליצירטע. די רוסישע רעגירונג האָט זיך געסטאַרעט צו האַלטן אָט די צוויי גרופּעס ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער. די סיבות זײַנען געווען סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און אויך רעליגיעזע׃ די קריסטלעכע מאַכט האָט מורא געהאַט, אַז די ייִדן וועלן "פֿאַרנאַרן" די פּראָסטע פּויערים אין זייער גלויבן.

דער דאָזיקער פּחד האָט ניט געהאַט קיין רעאַלן יסוד, ווײַל די ייִדישע רעליגיע זוכט ניט קיין גרים צווישן די אומות־העולם. און עס איז דערפֿאַר גאַנץ מערקווערדיק, וואָס אַ היפּשע צאָל רוסישע פּויערים, און דווקא אין די געגנטן ווײַט פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, האָבן זיך אָנגעהויבן האַלטן בײַ געוויסע מיצוות פֿונעם תּנ״ך. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך אַפֿילו דערקלערט פֿאַר ייִדן און געמאַכט אַן עליה. לויט די רוסישע געזעצן, איז דאָס "אָפּפֿאַלן" פֿון קריסטנטום געווען אַ שווער פֿאַרברעכן, וואָס צומאָל האָט מען באַשטראָפֿט מיט טויט.

אָבער אָפֿטער האָט די רוסישע מאַכט פֿאַרשיקט די נײַע "גרים", צוזאַמען מיט אַנדערע סעקטאַנטן, אין די ווײַטע עקן פֿון דער ריזיקער רוסישער אימפּעריע: קיין סיביר אָדער אין די קאַווקאַזער בערג. בעת דער מער ליבעראַלער תּקופֿה נאָך 1861 האָט די פּראַוואָסלאַוונע קירך זיי געפּרוּווט אײַנרעדן צו טאָן תּשובֿה צוריק צום קריסטנטום. אָבער ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען פֿון דער מאַכט, זײַנען צענדליקער דערפֿער אין פֿאַרשידענע גובערניעס — טאַמבאָוו, וואָראָניעזש, אַסטראַכאַן, אירקוטסק און אַנדערע — פֿאַרבליבן עקשנותדיק געטרײַ זייער נײַעם גלויבן.

דאָס בוך פֿונעם פּעטערבורגער עטנאָגראַף אַלכּסנדר לוואָוו איז די ערשטע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג פֿונעם דאָזיקן פֿענאָמען. דער מחבר ברענגט צונויף דעם היסטאָרישן און אַנטראָפּאָלאָגישן מעטאָד׃ ער באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון די "פֿאַרייִדישטע רוסן" סײַ פֿון דרויסן, פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער רעגירונג, און סײַ פֿון אינעווייניק — פֿון זייערע אייגענע זכרונות.

די דאָזיקע באַוועגונג איז געווען כּולל פֿאַרשידענע שטרעמונגען. אייניקע, די "שבתניקעס", האָבן געהאַלטן שבת און ניט געגעסן קיין טריפֿס, אָבער ניט אָנערקענט דעם "תּלמוד"; דאָס הייסט, זיי האָבן געהאַלטן בלויז יענע מיצוות, וואָס זײַנען "מדאורײַתא" אָבער ניט "מדרבנן". שפּעטער, ווען מען האָט זיך דערוווּסט וועגן די קאַראַיִמער, האָבן אייניקע קהילות זיך דערקלערט פֿאַר "קאַראַיִמישע" און אַפֿילו גענוצט קאַראַיִמישע סידורים אין דער רוסישער איבערזעצונג. די אַנדערע זײַנען געגאַנגען ווײַטער אויפֿן וועג צו ייִדישקייט און גענומען אויף זיך דעם גאַנצן עול־המיצוות.

עטלעכע גרופּעס פֿון אַזעלכע "גרים", ווי זיי האָבן זיך גערופֿן אַליין, האָבן זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל פֿאַר און גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע. אייניקע האָבן זיך שפּעטער אומגעקערט קיין רוסלאַנד, אָבער עטלעכע יחידים האָבן איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער מיליטערישער געשיכטע פֿון ישׂראל. אין ישׂראל האָט זיך אַפֿילו געשאַפֿן אַ לעגענדע וועגן דעם רוסישן פֿירשט קוראַקין, וועלכער האָט זיך מגייר געווען און געקומען בויען דאָס ייִדישע לאַנד. אין דער אמתן אָבער זײַנען דאָס געווען פּשוטע פּויערים, די מיטגלידער פֿון אָט די פֿאַרשידענע "ייִדישלעכע" סעקטעס.

לוואָוו לייגט פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע טעאָריע, וואָס דערקלערט דעם אויפֿקום פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג. די סיבה דערפֿון זײַנען געווען ניט די ייִדן, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין קאָנטאַקטן מיט די פּויערים אין טיף־רוסלאַנד, נאָר די רעגירונג אַליין. זינט דער תּקופֿה פֿונעם צאַר פּיאָטר דעם גרויסן האָט די רוסישע מאַכט בדעה געהאַט פּאַמעלעך אויפֿצוציִען די פּויערים אינעם גײַסט פֿון קריסטלעכער מאָראַל. צוליב דעם האָט מען געדרוקט ביכער, און צווישן זיי אויך די רוסישע איבערזעצונג פֿון דער ביבל.

אייניקע גראַמאָטנע פּויערים האָבן זיך גענומען לייענען אָט די ליטעראַטור. זיי האָבן דערזען, אַז די מינהגים פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער קירך זײַנען אַנדערש פֿון יענע מיצוות, וואָס משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט פֿונעם באַרג סיני. אַזוי האָט מען אויסגעפֿירט, אַז ייִדן בלײַבן נאָך אַלץ דאָס עכטע אויסגעוויילטע פֿאָלק, און מען דאַרף זיך לערנען תּורה בײַ זיי. דערבײַ האָבן זיי געהאַלטן, אַז די רוסישע מאַכט דאַרף אונטערשטיצן זייערע זוכענישן נאָך דעם "אמתן" גלויבן און "פֿאַרשרײַבן" זיי ווי ייִדן. דערצו וואָלט דאָס זיי באַפֿרײַט פֿון זייער פּויערישער קנעכטשאַפֿט.

אַזוי אַרום האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע רעליגיעזע עדה, וואָס לוואָוו רופֿט "טעקסטועלע קהילה". דער יסוד פֿון זייער גלויבן איז געווען דער תּנ״ך, וועלכן זיי האָבן געקאָנט צופּאַסן צו אַלע סיטואַציעס פֿון זייער לעבן. נאַטירלעך, זײַנען צווישן זיי אויך געווען חילוקי־דעות וואָס שײַך דעם פּשט און דעם דרש פֿונעם תּנ״ך, און דערפֿאַר האָבן זיך באַוויזן פֿאַרשידענע סעקטעס׃ "שבתניקעס", "גרים", "קאַראַיִמער".

הגם די רוסישע היסטאָרישע מקורים דערמאָנען די סעקטע פֿון "זשידאָווצעס" נאָך אינעם סוף 15טן יאָרהונדערט, האָבן די פּויערישע סעקטעס מסתּמא ניט קיין שײַכות צו זיי. צום ערשטן מאָל באַווײַזן זיך די דאָזיקע סעקטאַנטן אַרום 1760ער יאָרן; נאָך איידער דעם, ווי רוסלאַנד האָט אַנעקסירט מיזרח־פּוילן מיט דער גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג. צום סוף 19טן יאָרהונדערט זײַנען שוין אין פֿאַרשידענע געגנטן פֿון רוסלאַנד געווען צענדליקער דערפֿער, וווּ מען האָט געפּראַוועט שבת און ניט געגעסן קיין חזיר־פֿלייש. אָבער אין אַנדערע הינזיכטן זײַנען די דאָזיקע פּויערים פֿאַרבליבן רוסן. שפּעטער האָבן אייניקע פֿון זיי אויפֿגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט ייִדן, באַקומען פֿון זיי סידורים און מחזורים מיט רוסישע איבערזעצונגען, ווי אויך תּפֿילין און טליתים.

אונטער דער סאָוועטישער מאַכט זײַנען די דאָזיקע דערפֿער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין קאָלווירטן, אָבער גאַנץ אָפֿט האָט מען ווײַטער געלעבט לויטן "ייִדישן" שטייגער. מיט דער צײַט האָבן זיך אַ סך יונגע־לײַט אַריבערגעצויגן אין די שטעט, וווּ זיי האָבן זיך שוין ניט געהאַלטן בײַ זייער "ייִדישקייט". אייניקע פֿון זיי האָבן געמאַכט עליה אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר, אָבער סײַ די "ייִדישע אַגענץ" און סײַ די רבנים אין ישׂראל קוקן אויף זיי מיט אַ חשד, אַזוי ווי די רוסישע מאַכט אַמאָל. די הײַנטיקע סיטואַציע איז צו דעליקאַט, און לוואָוו האָט באַשלאָסן ניט צו באַרירן זי אין זײַן בוך.