די פֿראַגע פֿון ענגלישע (ווי אויך אַנדערע) איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק איז תּמיד אויפֿן סדר-היום. צו מאָל פֿאַרנעמט זי אַ העכערן אָרט צווישן די "הייסע" פֿראַגן און צו מאָל לאָזט זי זיך אַראָפּ נידעריקער, פֿאַרבאַהאַלט זיך ערגעץ, אָבער אין גאַנצן ווערט זי קיין מאָל ניט פֿאַרשוויגן. בפֿרט נאָך, אַז אַ היפּש ביסל קורסן אין אוניווערסיטעטן זײַנען אויפֿגעבויט אויפֿן עקזיסטירנדיקן קאָרפּוס פֿון איבערגעזעצטע ווערק. איך לערן אויך אַזעלכע קורסן; אַזוי, אַז מיר איז גוט באַקאַנט דער קאָפּווייטיק פֿון אויסזוכן און אויסקלײַבן די טעקסטן. איך האָב אויך אַ דערפֿאַרונג פֿון הערן און לייענען די רעאַקציע פֿון סטודענטן אויף די ווערק, וואָס איך פֿאָדער צו לייענען.
קודם-כּל דאַרף מען זאָגן, אַז מיר פֿאַרמאָגן אַ ממשותדיקע צאָל איבערזעצונגען. אייניקע זײַנען געראָטענע, אַנדערע וואָלטן געקענט זײַן בעסער. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער פֿראַגע. איך האָב ערגעץ געלייענט, אַז בלויז צוויי פּראָצענט ייִדישע ווערק האָבן אַן ענגלישע איבערזעצונג. איך ווייס ניט, ווי אַזוי מע האָט באַקומען די דאָזיקע סטאַטיסטיק. אָבער זי האָט ניט קיין זין, אַפֿילו אויב מע קען זיך אויף איר פֿאַרלאָזן, ווײַל גאָר ניט אַלץ פֿאַרדינט מע זאָל עס איבערזעצן בכלל, און אויף ענגליש — בפֿרט.
איך וויל ניט, מע זאָל מײַנע ווערטער פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז איך בין אַ קעגנער פֿון נײַע איבערזעצונגען. אַדרבא. צו מאָל איז בעסער צו האָבן אַפֿילו אַ שוואַכע, פֿאַרגרײַזטע איבערזעצונג איידער ניט צו האָבן קיין שום איבערזעצונג. דער ציל פֿון דעם, וואָס איך וויל זאָגן, געפֿינט זיך אין אַן אַנדער דימענסיע. מיר שײַנט, אַז דער שליסל צום פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש איז ניט די איבערזעצונגען גופֿא, נײַערט אין דעם ווי זיי ווערן פֿאַרשפּרייט און פּראָפּאַגאַנדירט.
יאָ, איך נוץ טאַקע דאָס שרעקלעכע וואָרט "פּראָפּאַגאַנדע", כאָטש איך ווייס, אַז עמעצער וועט זיך גלײַך כאַפּן: "זעט, עס קריכט פֿון אים אַרויס זײַן סאָוועטישקייט!" און דאָך — פּראָפּאַגאַנדע, ווײַל אָן דעם וועט אַלץ גיין אַזוי, ווי ס’איז געגאַנגען און גייט עד-היום, דהײַנו: אַ נײַע איבערזעצונג, אָפֿט מאָל אַ גלענצנדיקע, באַווײַזט זיך, ווערט אַ לויב געטאָן, און ... בלײַבט זייער גיך פֿאַרשאָטן מיט שטויב ערגעץ אויף די פּאָליצעס פֿון ביכער-געשעפֿטן. אין בעסטן פֿאַל, וועט מען דאָס בוך קויפֿן אין ביבליאָטעקן. קאָפּיעס פֿון לאה גאַרעטס גוטער איבערזעצונג פֿון ל. שאַפּיראָס דערציילונג, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג יעל-אוניווערסיטעט, האָבן געקויפֿט אַ קײַמא-לן פֿון 258 ביבליאָטעקן, וואָס טראָגן אַרײַן זייער אינפֿאָרמאַציע אין WorldCat. דאָס איז אַ צאָל, וואָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר אַ ניט-הויפּטשטראָמיקן אַקאַדעמישן באַנד. צו פֿאַרגלײַכן, מײַקל שאַבאָנס ראָמאַן "דער ייִדישער פּאָליציי-פֿאַראיין" האָבן געקויפֿט עטלעכע טויזנט ביבליאָטעקן פֿון דעם זעלבן WorldCat.
און טאַקע — וואָס וועלן זיך פּלוצעם ביבליאָטעקן און יחידים וואַרפֿן אויף ל. שאַפּיראָס אַ בוך? וווּ האָבן זיי געקענט הערן פֿון אַזאַ מחבר? איך בין זיכער, למשל, אַז עס וואָלט געווען שווער צו געפֿינען אַ לערער אין אַ הײַנטיקער שול פֿאַר ייִדישע קינדער צי אַ זשורנאַליסט אין אַ הײַנטיקער ענגליש-ייִדישער צײַטונג, וואָס האָט עפּעס אַן אַנונג וועגן אַזאַ מחבר. און וועמען אינטערעסירט, בכלל, וואָס ס׳האָט זיך אָפּגעטאָן אין אַ שטעטל מיט אַ יאָרהונדערט צוריק? פֿאַרגלײַכט אויף טשיקאַוועס די סטאַטיסטיק פֿון amazon.com, וואָס ווײַזט, ווי אַזוי מע קויפֿט בײַ זיי יצחק באַשעוויס-זינגערס ווערק אויף אַמעריקאַנער און מיזרח-אייראָפּעיִשע טעמעס, און איר וועט זען, אַז די אַמעריקאַנער טעמע פֿאַרקויפֿט זיך אַ סך בעסער, כאָטש אויך, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזוי ווי דער זעלבער "ייִדישער פּאָליציי-פֿאַראיין".
איך מיין, אַז ס’איז געקומען די צײַט אויפֿצוהערן זיך לייגן פֿייגעלעך אין בוזעם און סוף-כּל-סוף פֿאַרשטיין, אַז די ייִדישע ליטעראַטור מוז מען פּראָפּאַגאַנדירן און טאָן עס מיט שׂכל. הײַנט איז ניט דאָס יאָר 1946, ווען שלום אַשס נײַער ראָמאַן "איסט ריווער" איז געוואָרן גלײַך איבערגעזעצט אויף ענגליש און דעם 24סטן נאָוועמבער האָט עס פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט צווישן די "ניו-יאָרק טײַמס"-בעסטסעלערס. גלײַכצײַטיק האָט אַש באַקומען אַ פּאָר הונדערט טויזנט דאָלאַר (דורכשניטלעכע יערלעכע שׂכירות זײַנען דעמאָלט געווען אַרום 2,000) פֿאַר די רעכט צו עקראַניזירן דעם ראָמאַן. אַן אַנדער מעשׂה, אַז פֿון דעם איז אַרויס אַ בוידעם, ווײַל די "מעטראָ-גודווין-מייער"-סטודיע האָט באַשלאָסן, אַז דער מאַרק איז אָנגעזעטיקט געוואָרן מיט ייִדישע טעמעס, בפֿרט נאָך דער גוואַלדיקער הצלחה פֿון אלי קאַזאַנס "דזשענטלמענס צונויפֿגערעדקייט". הײַנט איז שלום אַש אויך, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרגעסן געוואָרן מחוץ די קרײַזן פֿון יחידי-סגולה.
דער אינטערעס צום ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט איז אויסגעטריקנט געוואָרן. עטלעכע דורות זײַנען אויסגעוואַקסן אָן דעם. פֿון דער ייִדישער בילדונג-סיסטעם האָט מען די ייִדישע ליטעראַטור אין גאַנצן, צי כּמעט אין גאַנצן, אַרויסגעוואָרפֿן. איך קען ניט פֿאַרגעסן די סטודענטקע מײַנע, וועלכע האָט פֿאַרענדיקט אַ י. ל. פּרץ-שולע — אַן "אַרבעטער-רינג"-שולע, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין זונטיק-קורס פֿאַר בר-מיצווה און בת-מיצווה. איך האָב זי פֿאַרגעדענקט, ווײַל זי האָט ניט געוווּסט, ווער דער דאָזיקער פּאַרשוין, י. ל. פּרץ, איז געווען.
ס’איז אַ שטיק אומזין צו פֿאַרפֿלאַנצן עפּעס אין אַזאַ אויסגעטריקנטן באָדן. אַזעלכע עקספּערימענטן האָט מען אין ניקיטאַ כרושטשיאָווס צײַטן געטאָן מיט קוקורוזע. מע מוז דעם באָדן ריכטיק אויסקלײַבן און תּחילת קולטיווירן. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן אַ קאָמיטעט (וואָס קען הײַנט אויפֿגעטאָן ווערן אָן אַ קאָמיטעט?!), וועלכער זאָל נעמען אויף זיך די טירחה פֿון צוגרייטן אַ יאָר פֿון, אַ שטייגער, דעם זעלבן שלום אַש. אַ חוץ אַרויסצוגעבן פֿונסנײַ און אַרויסצושטעלן אין אינטערנעץ זײַנע ווערק, זאָל דער דאָזיקער קאָמיטעט אָרגאַניזירן לעקציעס, סימפּאָזיומס, דורכשטופּן פּובליקאַציעס אין אַזעלכע צײַטונגען ווי דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" צי (שרעקלעכער אויסצורעדן) "ניו-יאָרק טײַמס". און דערנאָך זיך נעמען פֿאַר אַן אַנדער מחבר. אָן ברייטע — ניט אין אַ ווינקל פֿאַר "אייגענע מענטשן" — קאַמפּאַניעס וועט יעדער איבערזעצונג-פּראָיעקט שטיין אין סכּנה צו ווערן אַ פּוסטע טירחה.