|
די באַטייליקטע אינעם |
Photo credit: Abram Mordenfeld |
אין דער שוועדישער שפּראַך געפֿינט זיך אַ וואָרט, וואָס איז נישט סתּם אַ וואָרט, נאָר אַ קולטורעלער באַגריף: "לאַגאָם". בערך מיינט עס "נישט איבערכאַפּן די מאָס". אין שוועדן האַלט מען, אַז אַ מענטש דאַרף תּמיד זײַן באַשיידן און אויסמײַדן עקסטרעמען; זײַן נישט צו רײַך און נישט צו אָרעם; נישט צו פֿריילעך און נישט צו טרויעריק; זיך נישט אַרײַנמישן אין די ענינים פֿון אַנדערע; בקיצור — זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן בערך 90 ייִדישע אײַנוווינער פֿון שוועדן — כּמעט אַלע צווישן 50 און 65 יאָר, און ס׳רובֿ פֿון זיי, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה — געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַפֿרײַען אַ ביסל פֿון "לאַגאָם", און פֿון דער שוועדישער געזעלשאַפֿט בכלל. במשך פֿון דרײַ טעג האָבן זיי אין אַ קליינעם האָטעל, מחוץ דער שטאָט שטאָקהאָלם, זיך מחיה געווען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, געהערט לעקציעס, געפֿירט דיסקוסיעס, געזונגען לידער, און געשריבן און פֿאָרגעשטעלט הומאָריסטישע סקיצעס אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט זייער געוויינטלעכן שוועדישן אויפֿפֿיר, האָבן זיי דאָ מיטן גאַנצן האַרצן אַרומגענומען זייערע פֿרײַנד, זיך באַרימט מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע אייניקלעך, זיך געטיילט מיט זכרונות וועגן זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע משפּחות, דערציילט וויצן אויף ייִדיש (נישט תּמיד סאַלאָן־פֿעיִקע), און אָפֿט מאָל זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער.
די אונטערנעמונג איז געווען דאָס צוועלפֿטע יאָר פֿונעם שוועדישן "ייִדיש־סעמינאַר". צוליב דעם וואָס ייִדיש האָט דאָ דעם סטאַטוס פֿון אַן אָפֿיציעלער מינאָריטעט־שפּראַך, האָט די רעגירונג אין אַלע פֿריִערדיקע יאָרן ברייטהאַרציק פֿינאַנצירט דעם סעמינאַר דורך אַ סובסידיע פֿון 630,000 שוועדישע קראָנען (100,000$ דאָלאַר), און דערבײַ דערמעגלעכט די אָרגאַניזירער צו ברענגען עקספּערטן און אַרטיסטן פֿון אויסלאַנד צו געבן לעקציעס און פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף מאַמע־לשון. צווישן די געסט פֿון פֿריִערדיקע יאָרן: דער "פֿאָרווערטס"־שרײַבער גענאַדי עסטרײַך; דער פּאַריזער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי; די ניו־יאָרקער אַקטיאָרן אָרון ריקמאַן און יעלענע שמואלענזאָן, און דער רעציטאַטאָר און כּישוף־מאַכער שיין בייקער. הײַאָר האָט מען פֿאַרבעטן די נאָרוועגישע זינגערין בענטע קאַהאַן (וואָס איז, אַגבֿ, אַ ווײַטע קוזינע פֿונעם גרינדער פֿון "יונג ייִדיש" אין ירושלים, מענדי קאַהאַן); דער לינגוויסט דוד־הירשע כּץ, און די שרײַבערין פֿון די שורות.
הײַיאָר אָבער, צום ערשטן מאָל, האָט SOFI — דער קאָמיטעט פֿון שפּראַך־פּלאַנירונג בײַ דער שוועדישער רעגירונג — נישט געגעבן קיין סובסידיע פֿאַרן סעמינאַר — אַ שריט וואָס האָט שטאַרק אַנטוישט די וואָלונטירן, וואָס אָרגאַניזירן די אונטערנעמונג. אַנשטאָט דעם האָט מען געגעבן 280,000 קראָנען (45,000$) דער ייִדישער קהילה פֿון שטאָקהאָלם פֿאַר אַ פּראָיעקט צו לערנען אַ קלאַס פֿון ייִדיש געזאַנג פֿאַר 15 יונגע לײַט, און פֿאַר אַן עפֿנטלעכן קאָנצערט בײַם סוף פֿון יאָר, וווּ די תּלמידים וועלן אויפֿטרעטן.
צוליב דעם פֿאַרלוסט פֿון פֿאָנדן, האָבן די אָרגאַניזירער פֿונעם סעמינאַר הײַיאָר געדאַרפֿט זוכן אַנדערע קוואַלן פֿון שטיצע, אָבער די סומע וואָס זיי האָבן באַקומען איז געווען נישט גענוג. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט איינע פֿון די אָרגאַניזירער — די פּרעזידענטין פֿון דער "פֿעדעראַציע פֿאַר ייִדיש אין שוועדן", סוסאַנאַ שנײַדערמאַן־ריץ — קריטיקירט SOFI פֿאַר זייער באַשלוס.
"ס׳איז טאַקע וויכטיק צוצוציִען די יוגנט, אויב מע וויל אויפֿהאַלטן ייִדיש," האָט שנײַדערמאַן־ריץ געזאָגט. "די פּראָבלעם דאָ אָבער איז, אַז די קהילה פֿון שטאָקהאָלם האָט נישט קיין פּראָפֿעסיאָנאַלן, וואָס קענען ייִדיש אָדער פּעדאַגאָגיק; צווייטנס, האָבן זיי נאָך אַלץ נישט אידענטיפֿיצירט די 15 יונגע לײַט, וואָס וואָלטן געוואָלט און געקאָנט זיך לערנען די שפּראַך. דערצו וועט 75% פֿונעם געלט גיין פֿאַר די שׂכירות פֿון די אָנגעשטעלטע פֿונעם פּראָיעקט, און בלויז אַ קליינער טייל וועט גיין פֿאַר ייִדיש גופֿא; און אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער סעמינאַר, וואָס דינט גאַנץ שוועדן, וועט דער געזאַנג־פּראָיעקט בלויז דינען דעם לאָקאַלן צוועק.
|
איין גרופּע נעמט אָנטייל אין אַ וואַרשטאַט בײַם סעמינא |
Photo credit: Abram Mordenfeld |
"ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ — דער באַשלוס צו געבן דאָס געלט פֿאַר דער קהילה פֿון שטאָקהאָלם איז זייער אַ קלאָרער רעזולטאַט פֿון דעם וואָס דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה זיצט אינעם רעגירונג־קאָמיטעט, וואָס באַשטימט ווער ס׳זאָל באַקומען דאָס געלט," האָט שנײַדערמאַן־ריץ געזאָגט.
אויב דער סוקצעס פֿון אַ יערלעכער אונטערנעמונג ווערט באַשטימט לויט וויפֿל מענטשן קומען צוריק יאָר נאָך יאָר, קאָן מען זיכער באַצייכענען דעם שוועדישן ייִדיש־סעמינאַר ווי אַ געלונגענע אונטערנעמונג. בײַ ס׳רובֿ פֿון די הײַיאָריקע באַטייליקטע איז עס שוין דאָס דריטע אָדער פֿערטע יאָר, און בײַ אַ סך אַנדערע — דאָס אַכטע אָדער מער.
לאָלאַ באַראַל, וועלכע קומט שוין פֿיר יאָר אויפֿן סעמינאַר און האָט הײַיאָר געהאָלפֿן אים צו אָרגאַניזירן, האַלט אַז דער סעמינאַר טוט עטלעכע זאַכן מיט אַ מאָל. "ערשטנס, גיט עס דיר אַ געלעגנהייט זיך צו לערנען בײַ די אַקאַדעמיקער וועגן דער ייִדישער שפּראַך, געשיכטע און מוזיק; און צווייטנס, קענען מיר זיך שאַפֿן נײַע פֿרײַנד פֿון אַנדערע טיילן פֿון שוועדן, וואָס וואָלט נישט געווען מעגלעך בײַ אַ לאָקאַלער פּראָגראַם."
בײַ מאיר־לעמל בלעכער — אַן אָנגעשטעלטער בײַם שוועדישן פּאַרלאַמענט, וואָס רעדט אַ געשמאַקן לאָדזשער ייִדיש ווי זײַן מאַמע, אַ לעבן געבליבענע פֿון חורבן — איז דאָס געווען דאָס זעקסטע יאָר אויפֿן סעמינאַר. "ווען איך קום אַהער, איז עס ווי מע טרעפֿט זיך מיט משפּחה," האָט בלעכער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "מיר, קינדער פֿון דער צווייטער גענעראַציע, האָבן נישט געהאַט קיין גרויסע משפּחה, קיין באָבעס אָדער זיידעס, ווײַל זיי זענען אויסגעהרגעט געוואָרן בעת דער מלחמה.
"מערסטנס פֿון די מענטשן וואָס קומען אַהער, זענען אינטעלעקטועלע: פּראָפֿעסאָרן, דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, אינזשענירן. אָבער דאָ פֿאַרגעסט מען אין סטאַטוס, ווײַל אַלע האָבן מיר די זעלבע פּראָבלעמען מיט אונדזערע עלטערן; אַלע לײַדן מיר פֿון שולד־געפֿיל. דאָ קענען מיר לאַכן פֿון דעם."
אָט די היימישקייט האָט מען דערפֿילט גלײַך בײַ דער ערשטער סעסיע. זיצנדיק אין אַ מאָדערנעם קאָנפֿערענץ־זאַל, בײַ לאַנגע טישן אין האַלב־קײַלעכיקע רייען, האָט מען געבעטן יעדן איינעם זאָגן ווי ער הייסט און פֿון וואַנען ער קומט. כּמעט יעדער איינער האָט אויסגערופֿן נישט בלויז דעם "גויִישן" נאָמען, נאָר אויך דעם ייִדישן: שמואל־פֿײַוול, יאַנקעלע, שירה־טאָפּטשע, דוד־טובֿיה, שיינע־ביילע...
ס׳איז אויך באַלד קלאָר געוואָרן, ווער ס׳זענען די לצים אין עולם. "הייסן הייס איך ראובֿן — האָט איינער באַמערקט אויף ייִדיש — כאָטש אין דער אמתן האָב איך געדאַרפֿט הייסן רבֿקה־רחל"; און אַ צווייטער האָט דערקלערט: "איך הייס אָלף... און אויף ייִדיש: אולף."
בײַ פּאָלאַ גראָסמאַן, אַ לערערין פֿון שוועדיש פֿאַר אימיגראַנטן, איז דאָס שוין דאָס 12טע יאָר. גראָסמאַן, וועלכע האַלט בײַם צונויפֿשטעלן אַ לעבעדיק, אילוסטרירט שוועדיש־ייִדיש ווערטערבוך פֿאַרן קאָמפּיוטער, האָט געזאָגט, אַז ווען מע האָט אָפּגעהאַלטן דעם ערשטן סעמינאַר אין יאָר 2000, איז עס געווען זייער שווער אַרויסצוברענגען ייִדיש אויף דער צונג.
"פֿון קינדווײַז אָן האָבן מיר בלויז זיך צוגעהערט צו ייִדיש, אָבער געענטפֿערט אויף שוועדיש," האָט זי באַמערקט. "מיר זענען כּמעט אַלע געווען קינדער פֿון לעבן געבליבענע וואָס זענען געקומען קיין שוועדן גלײַך נאָך דער מלחמה. אונדזערע עלטערן זענען געוואָרן גוטע פֿרײַנד, זענען מיר, קינדער, אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען."
|
אַ צווייטע פֿאַרברענגט מיט אַ טעפּל קאַווע |
Photo credit: Abram Mordenfeld |
"אונדזערע עלטערן זענען געווען זייער געזעלשאַפֿטלעך," האָט דערקלערט פֿרעדעריק זיעראַדזקי, אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאַלמע. "זיי פֿלעגן זיך אָפֿט טרעפֿן אויף געבוירן־טאָג שׂימחות, שפּילן קאָרטן (כאָטש מײַנע עלטערן האָבן נישט געהאַלטן פֿון דעם), הערן ייִדישע מוזיק פֿון די קאַסעטן, דערציילן וויצן פֿון דזשיגאַנען, און עסן געשמאַקע מאכלים. מע האָט גערעדט וועגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, וועגן דער מלחמה. ׳צי געדענקסטו יענעם פֿון לאַגער?׳ פֿלעג מען פֿרעגן. ׳וווּ איז ער איצט?׳
"טאַטע־מאַמע האָבן נישט געהאַט ווער ס׳זאָל אויפֿפּאַסן אויף מיר, פֿלעגן זיי מיך מיטנעמען צו אַלע טרעפֿענישן," האָט זיעראַדזקי געזאָגט. "מײַן שוועדישער נאָמען איז געווען פֿידע, אָבער דאָרט האָט מען מיך גערופֿן פֿידעלע. ווי אַ קינד האָבן יענע טרעפֿענישן מיך גענודיעט, אָבער הײַנט וואָלט איך גערן געווען אַ פֿליג בײַ זיי אויף דער וואַנט, אַבי צו הערן וואָס מע רעדט."
"דער סעמינאַר איז פֿאַר אונדז אַ נשמה־מאַסאַזש," האָט מיט אַ שמייכל געזאָגט דאַני (דובֿ־טובֿיה) סטאַרקאָ. "אַ גאַנץ יאָר לעבן מיר צווישן פֿאַרשיידענע פֿעלקער," האָט ער דערקלערט. "דאָס איז דאָס איינציקע פּלאַץ, וווּ מיר לעבן זיך אויס אין אונדזער קולטור. דרײַ טעג ווערט דאָ ייִדיש גערעדט, און אונדזער שפּראַך פֿאַרבעסערט זיך."
סטאַרקאָ האָט דערציילט ווי שווער ס׳איז געווען צו זײַן אַ קינד פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן אין שוועדן. "אונדזער סטאַטוס איז געווען זייער נידעריק אַקעגן די שוועדישע ייִדן," האָט ער דערקלערט. "כ׳בין אַ מאָל אַרויסגעגאַנגען מיט אַ טאָכטער פֿון דײַטשע ייִדן, און זיי האָבן נישט געוואָלט, אַז זי זאָל אַרויסגיין מיט אַ זון פֿון אַ געראַטעוועטן." ס׳האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט צום גוטן. סטאַרקאָ האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט אַ צווייט ייִדיש־רעדנדיק קינד פֿון אַ לעבן געבליבענעם, און הײַנט זענען ער און בעלאַ ביידע אַקטיוו אין דורכפֿירן דעם סעמינאַר.
אינטערעסאַנט איז אָבער וואָס נישט געקוקט אויף דעם וואָס דאַני און בעלאַ זענען געבוירן געוואָרן אין שוועדן, פֿילן זיי זיך — ווי אויך אַ סך אַנדערע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה — אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער שוועדישער געזעלשאַפֿט. דני האָט דערציילט ווי ער איז אַמאָל געזעסן מיט בעלאַן אויפֿן גאַניק אין זייער זומערהיים, ווען זיי האָבן פּלוצלינג דערהערט, ווי פֿון ווײַט אַוועק: "הילפֿע! הילפֿע!" דער קלאַנג איז געקומען פֿונעם שכנס הויף, איז דאַני צוגעגאַנגען, און דערזען אַן איבערגעקערטן קליינעם טראַקטאָר אויף צו שנײַדן גראָז, און אונטער אים — די פֿיס פֿון זײַן שכן. מיט אַלע כּוחות האָט ער איבערגערוקט די מאַשין און דערזען דעם שכן, פֿאַרגאָסן מיט בלוט. זיך אײַנקוקנדיק האָט ער דערזען, אַז דעם שכנס אָרעם איז געבליבן אָפּגעריסן אין דער מאַשין. בעלאַ האָט גלײַך געקלונגען די נויטפֿאַל ליניע 112, און ס׳איז געקומען אַ העליקאָפּטער, פֿײַער־לעשער און אַמבולאַנס. מע האָט אים געבראַכט אין שפּיטאָל, געמאַכט במשך פֿון צוויי חדשים אַכט אָפּעראַציעס, און הײַנט איז ער ווידער אויף די פֿיס.
"אָבער בשעת ער איז געלעגן דאָרט אויף ד׳רערד, זענען די אַנדערע שכנים געשטאַנען און בלויז זיך צוגעקוקט פֿון דער ווײַטן," האָט דאַני דערציילט. "זיי זענען נישט צוגעקומען פֿרעגן: וואָס איז געשען? וואָס קען איך טאָן? דאָס איז טאַקע דער אונטערשייד צווישן דעם ייִד און דעם שוועד. דער שוועד האָט מורא זיך צו באַטייליקן אינעם לעבן; אַ ייִד האָט אַן אינטערעס צו אַלעמען. מיר מוזן תּמיד וויסן, וואָס וואָס עס טוט זיך. אַ גאַנצן טאָג פֿאָלגן מיר די נײַעס, נישט בלויז אויף איין סטאַנציע, נאָר אויף אַלע: CNN, BBC, די שוועדישע נײַעס־סטאַנציע, Al Jazeera [די אַראַבישע סטאַנציע]."
אפֿשר טאַקע צוליב דעם וואָס אַזוי פֿיל פֿון די באַטייליקטע פֿילן זיך אַזוי אַנדערש פֿון דער דרויסנדיקער געזעלשאַפֿט, שפּילט דער סעמינאַר אַ וויכטיקע ראָלע בײַם דערמאָנען זיי ווער זיי זענען, פֿון וואַנען זיי קומען, און צו שטאָלצירן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס זיי האָבן אײַנגעזאַפּט פֿון די עלטערן.
פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ טייל מענטשן בײַם סעמינאַר באַטאָנט, אַז נאָסטאַלגיע איז נישט גענוג, אַז מע מוז אָנהייבן פּלאַנירן פֿאַר דער צוקונפֿט. "דער עיקר איצט דאַרף זײַן איבערצוגעבן ייִדיש דעם ייִנגערן דור," האָט פּאָלאַ געזאָגט. אין לונד־אוניווערסיטעט לערנט מען ייִדיש שוין דאָס דריטע יאָר, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון סאַלאָמאָן שולמאַן, און אַ טייל פֿון די סטודענטן זענען טאַקע שוין געוואָרן אַקטיוו לטובֿת ייִדיש.
"איצט, אַז אַ סך פֿון אונדזערע עלטערן לעבן שוין נישט מער, און מיר, קינדער, האָבן אַליין קינדער און אייניקלעך, מיט אַ מאָל כאַפּט מען זיך, אַז מיר זענען די איינציקע אין דער משפּחה וואָס קענען ייִדיש," האָט סטאַרקאָ באַמערקט. "ס׳איז ווי מע לויפֿט מיט אַ שטאַפֿעט. ס׳איז צײַט, אַז אונדזער דור זאָל דעם שטאַפֿעט איבערגעבן ווײַטער."