פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און פּאָליציאַנטן אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, וועלכע דער אייבערשטער וועט דיר געבן פֿאַר דײַנע שבֿטים, און זיי זאָלן מישפּטן יושרדיק דאָס פֿאָלק; אַזוי האָט משה רבינו איבערגעגעבן די ייִדן אַ מיצווה, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם באַשעפֿער. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ צאָל מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן מישפּט; דערנאָך זאָגט אונדז די תּורה אָן, ווי אַזוי עס מוז זיך פֿירן אַ ייִדישער מלך, און ווי אַזוי מע זאָל זיך נוהג זײַן בײַם האַלטן אַ מלחמה.

אין די הײַנטיקע צײַטן האָבן די דיינים נישט קיין עכטן צוואַנג־כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט די אוראַלטע צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, זענען די הײַנטיקע רבנים, בדך־כּלל, בלויז עצה־געבער, וועלכע פּסקענען שאלות, אָבער האָבן נישט קיין רעכט צו צווינגען די אַנדערע פֿאָלגן זייערע פּסקים און תּקנות. אַפֿילו אין די שטרענגסטע קהילות ווערט די רבנישע מאַכט נישט זעלטן קריטיקירט. ס׳איז קלאָר, אַז די אַמאָליקע היעראַרכיע פֿון "שופֿטים ושוטרים" איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

איז אַזאַ מצבֿ אַ מעלה, צי אַ חסרון?

צווישן די ברכות אין "שמונה־עשׂרה" איז פֿאַראַן די בקשה "השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה" — מיר בעטן דעם באַשעפֿער צו ברענגען צוריק אונדזערע שופֿטים און בעלי־עצה. דער טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות, געשאַפֿן דורך די חז״ל און אויסגעשליפֿן דורך אונדזערע גרעסטע חכמים במשך פֿון צענדליקער דורות, איז זייער גענוי, הגם נישט יעדעס וואָרט אין די תּפֿילות מוז מען אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך. ס׳איז קלאָר, אַז די דאָזיקע ברכה איז פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַנשטאָט די שוטרים, ווערן אין דער תּפֿילה דערמאָנט בלויז די עצה־געבער.

דער "אור-החיים" דערקלערט, אַז קיין רעאַלן כּוח צו ווירקן אויפֿן עולם קאָנען די דיינים נישט אויספֿירן די מיצווה פֿון "שופֿטים ושוטרים". אָבער, אויב די ייִדן אַליין הערן זיך צו צו די מנהיגים, זענען זיי יאָ מקיים די דאָזיקע מיצווה. דער ליובאַוויטשער רבי באַטאָנט, אַז אויף דעם איז טאַקע מרמז די ברכה אין "שמונה־עשׂרה". מיר בעטן דעם אייבערשטן צו געבן אונדז פֿאַרלאָזלעכע און יושרדיקע עצה־געבער, כּדי זיך צוצוהערן פֿרײַוויליק צו זייערע ווערטער, אָבער נישט קיין "פּאָליציאַנטן".

אַדרבה, שאַפֿט דער צוואַנג אַ מיאוס פּנים פֿאַר דער גײַסטיקער טראַדיציע און קאָן דערווײַטערן אַ מענטש אַפֿילו פֿון אַן עכטן צדיק, אויב ער צווינגט אויף זײַנע מיינונגען בגוואַלד. מע דערציילט, אַז דער בעל־שם־טובֿ האָט אַמאָל אָנגעהויבן וויינען בעתן דאַוונען און דערקלערט זײַנע תּלמידים, אַז ער האָט דערזען ברוח־הקודש די קומענדיקע חסידישע רבילעך, וועלכע וועלן פֿאַרגרעבן זײַן דרך און פֿאַרלענגערן, צוליב דעם, דעם גלות.

די גרעסטע חסידישע צדיקים האָבן נישט מורא געהאַט צו קריטיקירן גאַנץ שאַרף און ביטער די רעליגיעזע סיסטעם, אויב זי האַלט זיך אויף צוואַנג און היעראַרכיעס. אַ צאָל חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז דער בעסטער אופֿן אויסצופֿירן די מיצווה פֿון "שופֿטים ושוטרים" איז ווען אַ מענטש קאָנטראָלירט זײַנע אייגענע מעשׂים און טוט אַלץ מיט שׂכל און מיט אַ כּוונה לשם־שמים. דערמאָלט קאָן ער זײַן אַ שופֿט און אַ שוטר פֿאַר זיך אַליין און פֿאָדערט בכלל נישט קיין דרויסנדיקע עצה־געבער.

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "דבֿרים" באַטראַכט דער תּכלית פֿונעם מענטשלעכן לעבן — די הויכע מדרגה פֿון דבֿקות, צוליב וועלכער משה רבינו ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה "איש אלוקים" — אַ ג־טלעכער מענטש. צוליב משהס הויכער מדרגה, זענען זײַנע אייגענע דרשות פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ טייל פֿון תּורה־מן־השמים.

ווי ס׳איז באַקאַנט, בלײַבן אַלע ענינים אין דער תּורה שטענדיק אַקטועל אין יעדער צײַט, אין יעדן אָרט און פֿאַר יעדן מענטש — צומאָל בפֿירוש, צומאָל בדרך־רמז. מע מוז טאַקע האָבן אַ גשמיותדיקע געריכט־סיסטעם, ווען מענטשן באַגנבֿענען, חלילה, איינער דעם צווייטן. דער אמתער ג־טלעכער תּכלית אָבער, ווי משה גיט אונדז צו פֿאַרשטיין אין דער הײַנטיקער סדרה, איז אָנצוּווענדן די דאָזיקע פּסוקים אויף זיך. מיר מוזן שטרעבן אויפֿצושטעלן די אינערלעכע "שופֿטים" און "שוטרים" אין די טויערן פֿון אונדזער שׂכל און האַרץ.

אין דער גשמיותדיקער וועלט, שטייט דער קיניג געוויינטלעך אויפֿן שפּיץ פֿון דער מלוכישער היעראַרכיע. דער רמב״ם נעמט אָן בוכשטעבלעך די אָנזאָגן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, און האַלט, אַז די תּורה הייסט אונדז צו שאַפֿן אַ מאָנאַרכיע — לכל־הפּחות, אין טעאָריע. אַ צאָל אַנדערע ראשונים און קלאַסישע מפֿרשים מיינען, אַז די תּורה וואָרנט אונדז פֿון פֿריִער, אַז אויב די ייִדן וועלן נאָכפֿאָלגן דעם מוסטער פֿון די אַנדערע פֿעלקער, און וועלן אויסקלײַבן אַ מלך, מוז ער זיך פֿירן באַשיידן און יושרדיק.

אַ טייל קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, להיפּוך צו דעם רמב״ם, אַז דער גאַנצער געדאַנק פֿון אַ גשמיותדיקער קיניגרײַך איז בעצם אַ שעדלעכער. הרבֿ יצחק אַברבנאל באַטאָנט, אַז דער נבֿיא שמואל האָט שאַרף קריטיקירט די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט אײַנשטעלן איבער זיך אַ מלך, און ברענגט אַ סך בײַשפּילן פֿון אַכזריותדיקע און פֿאַרפֿירערישע ייִדישע מלכים אין תּנ״ך.

אין דער תּורה זענען אויך פֿאַראַן הלכות וועגן שקלאַפֿן און אַנדערע זאַכן, וועלכע זענען בעצם אומיושרדיק, די דאָזיקע הלכות האָבן אָבער געהאָלפֿן צו פֿאַרמינערן דעם אומיושר אין די צײַטן, ווען די שקלאַפֿערײַ איז נאָך געווען אָנגענומען אין דער וועלט. לויט אַברבנאלן, געהערט דער ענין פֿון מאָנאַרכיע אויך צו דער קאַטעגאָריע פֿון פֿאַרעלטערטע און סכּנותדיקע געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען.

דער דאָזיקער געדאַנק ווערט דערקלערט אויף אַ זייער אינטערעסאַנטן אופֿן אינעם באַקאַנטן חסידישן ספֿר "ערבֿי־נחל". דער מחבר, רבי דוד־שלמה פֿון סאָראָקע, דערקלערט, אַז הגם בלעם האָט געבענטשט די ייִדן, האָט ער זיי אויך געשאָלטן אויף אַן אומדירעקטן אופֿן. בלעם האָט געוווּנטשן די ייִדן צו שאַפֿן אַ מלוכה בראָש מיט אַ שטאַרקן קיניג. הגם דאָס קלינגט ווי אַ ברכה, זענען ס׳רובֿ ייִדישע צרות, אַרײַנגערעכנט דעם הײַנטיקן אָנגייענדיקן גלות, געקומען דווקא פֿון די מלכים.

לויט אַזאַ דעה, וועט מלך־המשיח זײַן אַ גרויסער רבי און גײַסטיקער וועגווײַזער, אָבער נישט אַ קיניג אינעם בוכשטעבלעכן זין. ווי עס האָט געזאָגט רבי נחמן בראַצלעווער, וועט משיח איבערנעמען די גאַנצע וועלט אָן קיין פֿיזישער מאַכט — בלויז מיט זײַן הייליקער "כאַריזמע".