‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין איראַן געפֿײַערט געוואָרן אַ חגא, וואָס האָט געבראַכט אויף די גאַסן פֿון די גרעסערע שטעט אַ סך טויזנטער מענטשן. די דאָזיקע חגא האָט מיט איר פֿאַרנעם דערמאָנט די גרעסטע פֿאָלקס־דעמאָנסטראַציעס, וועלכע פֿלעגן אַ מאָל פֿאָרקומען בעת די "רויטע דאַטעס" אויפֿן סאָוועטישן קאַלענדאַר — דעם 1טן מײַ און דעם 7טן נאָוועמבער — דעם טאָג פֿון פֿײַערן די אינטערנאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט פֿון אַרבעטער־מאַסן און דעם טאָג פֿון אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אָבער אין איראַן מיט אַן איסלאַמיסטיש־רעוואָלוציאָנערן ראַזמאַך ווערט אָפּגעמערקט "דער אַלוועלטלעכער טאָג פֿון ירושלים".

פֿון וואַנען נעמט ער זיך "דער טאָג"? אין פֿעברואַר 1979, נאָכן זיג פֿון דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, איז אויף דער ערשטער זיצונג פֿונעם רעוואָלוציע־ראַט אָנגענומען געוואָרן אַ ספּעציעלער באַשלוס, לויט וועלכן "דאָס איסלאַמישע איראַן האַלט פֿאַר נייטיק צולייגן אַלע כּוחות, אַז דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק זאָל באַפֿרײַט ווערן פֿון דער ציוניסטישער קנעכטשאַפֿט".

שוין דעמאָלט האָט דער נײַער גײַסטלעכער פֿירער אַיאַטאָלאַ רוכאָלאַ כאָמעיני בײַם אײַנפֿירן די חגא, געשטעלט אַ "וויכטיקע אויפֿגאַבע נישט בלויז צו העלפֿן די פּאַלעסטינער ברידער צו גרינדן אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע מלוכה, נאָר אויך צו פֿאַרניכטן ישׂראל!" צו דערהייבן דעם "טאָג" צו אַ הייליקער מדרגה, האָט כאָמעיני אָנגעוויזן, אַז די "חגא דאַרף געפֿײַערט ווערן דעם פֿערטן פֿרײַטיק פֿונעם הייליקן חודש ראַמאַדאַן" — אינעם אַזוי גערופֿענעם "יתומים־טאָג". דערמיט גיט מען דער מוסולמענישער וועלט צו פֿאַרשטיין, אַז דווקא איראַן נעמט אויף זיך די אַחריות און זאָרג פֿאַרן יתום — "דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק, פֿאַרשקלאַפֿט און פֿאַרפּײַניקט פֿון די ציוניסטישע רוצחים".

איצט שטעלט זיך אַ צווייטע פֿראַגע: וואָס מאַכט דעם "טאָג" אַזוי "אַלוועלטלעך"? צי אפֿשר האָט איראַן שוין פֿאַרשפּרייט איר השפּעה איבער דער גאַנצער וועלט? פּראַקטיש גערעדט, ווערט דער "טאָג" דערמאָנט בלויז אין אייניקע לענדער בשכנות מיט איראַן, קודם־כּל, אין די שיִיִטישע ראַיאָנען פֿון לבֿנון. אַפֿילו אויף די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס געדענקט מען אין אַזאַ "טאָג" כּמעט נישט.

צוריק גערעדט, איז דער גרויסער ענטוזיאַזם פֿון די ברייטע מאַסן אין איראַן נישט מער, ווי אַן אָנשטעל פֿאַר דער וועלט. די "פֿרײַוויליקייט" פֿון די איראַנישע בירגער איז אַ געצוווּנגענע. מענטשן גייען אַרויס אויף די גאַסן נישט אַזוי צוליב זייער גרויסער ליבע צום פּאַלעסטינער פֿאָלק, ווי פֿאַר מורא פֿאַרן רעזשים, ווי ס׳איז געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

וואָס זשע וויל מיט דער צבֿועקישער חגא אַרויסווײַזן די איצטיקע רעגירונג, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד? וואָס שטעקט אין דעם מער — געטרײַשאַפֿט צום "פֿאַרשקלאַפֿטן פּאַלעסטינער פֿאָלק", אָדער בלוטיקע שׂינאה צו ישׂראל און צו די ייִדן בכלל? אַכמאַדינעדזשאַד האַלט אין איין זיך באַרימען, אַז ער האָט שיִער נישט דער ערשטער געשטיצט די אויפֿשטענדלער אין דעם "אַראַבישן פֿרילינג" און פֿאַראורטיילט די דיקטאַטאָרן. אויך אין דעם שטעקט די ממזרישע צבֿועקישקייט פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט.

דעם גאַנצן זשום און רעש פֿון דעם "פֿרילינג" דאַרף ער האָבן (און אפֿשר צוגעלייגט צו דעם אַ האַנט!), אַז דער מערבֿ זאָל פֿאַרגעסן אין אים און אין זײַנע נוקלעאַרע אַמביציעס, ערשטנס; און צווייטנס, ווײַל די אָראָפּגענידערטע דיקטאַטאָרן פֿון עגיפּטן, ליביע, תּימן האָבן נישט געוואָלט טאַנצן אונטער זײַן דודע. דער לעצטער אין דער רשימה איז דער דיקטאַטאָר פֿון סיריע, פּרעזידענט אַסאַד, וואָס ביז אַהער האָט אַכמאַדינעדזשאַד געדרייט מיט אים אַ ליבע. ווי עס זעט אָבער אויס, חוץ אַלע זײַנע מעלות, האָט דער איראַנישער פּרעזידענט אויך אַ שאַקאַלישן ניוך. ער האָט שוין דערשמעקט די "סירישע פּגירה" און איז גרייט זיך אויף איר אַרויפֿצוּוואַרפֿן.

און נאָך: דער "אַלוועלטלעכער טאָג פֿון ירושלים" איז נאָר אַ תּירוץ, אַ וויוועסקע; מיינען מיינט עס, אַז ירושלים איז פֿאַר דער איסלאַמישער וועלט אַ מחיצה, וואָס טיילט אָפּ מיזרח פֿון מערבֿ, אַ מין דאַמבע אָפּצושטעלן דעם אַרײַנדרינג פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע ווײַטער אויף מיזרח; אָבער ישׂראל איז אויף זײַן וועג געבליבן שטעקן, ווי אַ ביין אין גאָרגל.