חשובֿער רעדאַקטאָר, פֿרײַנד באָריס סאַנדלער.
דאָס ליד, "לעוו בערינסקיס וועלטן", האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן נאָך אין יאָר 2009, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער, צו זײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים. נאָר... דו ווייסט דאָך: דער פּאָעט טראַכט און די מוזע לאַכט. צי, ווי עס פֿלעגט זאָגן אַהרן ווערגעליס: אויב דו ווילסט שרײַבן פֿאַר דער אייביקייט, טאָרסטו זיך ניט אײַלן. יעדן פֿאַלס, ערשט די טעג האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצופֿילן דאָס, וואָס כ’האָב פֿאַרטראַכט נאָך מער ווי מיט צוויי יאָר צוריק. לייג איך פֿאָר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאָס אָנגעשריבענע ליד, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער און מײַן פֿרײַנד לעוו בערינסקי. אַ מתּמה, וואָס איז ניט פֿאַרבינדן מיט קיין שום יובֿל־דאַטעס, נאָר האָט אַ שײַכות צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור און צום פּאָעט, וועלכער איז ניט צעבאַלעוועט געואָרן מיטן אויפֿמערק צו זיך און צו זײַן שאַפֿן.
לעוו בערינסקיס וועלטן
אין דער שטאָט עכּו, וואָס זי איז געגרינדעט
אין אַמאָליקן ווײַטן עבֿר
וווינט אָפּגעזונדערט לעוו בערינסקי,
צי פּשוטער, היימישער — ליאָווע.
דאָרט וווּ ער וווינט, אין ליכטיקן הויז,
צוויי צימערן זײַנען בשכנות:
ווי אַ זאַל איז איין צימער — רחבֿותדיק גרויס,
דער צווייטער, אַ שמאָלער, אַ קליינער.
אין דעם צימער דעם גרויסן, ברייטן און הויכן
הונדערטער לײַכטערס באַלויכטן דעם אָוונט,
דאָ הערט מען וויוגעס שניייִקע רוישן
דאָ זעט מען טאַנצן נאַטאַשע ראָסטאָווע.
דאָ הערט מען שאַליאַפּינס "דובינושקאַ"־ליד,
מע זעט לעוויטאַנס פּייזאַזשן שענסטע,
און איבער דעם ווײַנשלסאָד, וואָס בליט
שוועבן חלומות פֿון די דרײַ שוועסטער.
אַהער־צו קומט פּושקין ווידער און ווידער
פֿאַר דעם דועל, אין זײַן לעצטן פֿאַרנאַכט...
דאָ לייענט אַכמאַטאָווע אירע ליבע־לידער
דאָ דרייען זיך סתּם:
מאַנדעלשטאַם, פּאַסטערנאַק.
אין גרויסן צימער בײַ טאָג צי בײַ נאַכט
מיט אַ פֿאַרשײַטער פּאָעטישער גרינגקייט
זינגט אַרויס אין דער רוסישער שפּראַך
זײַנע רוסישע לידער — לעוו בערינסקי!...
אין חדרל קליינעם,
אויפֿן פּריפּעטשיק אַ פֿײַערל ברענט,
דאָ איז ענג, נאָר היימלעך און וואַרעם
דאָ ייִדישע שרײַבערס רעדן גיך מיט די הענט,
און שטיל אין אַ זײַט זיצט ווערגעליס אַהרן.
דאָ זעט מען סילועטן
פֿון באָבעס און זיידעס,
און די גאָלדענע קייט קלינגט מיט גאָלדענע רינגען
דאָ זינגט אַרויס, ווי פֿון אַ ייִדישער פֿלייט
זײַנע ייִדישע לידער — לעוו בערינסקי...
איך גיי אַרײַן אין דעם צימער, דעם גרויסן
פֿרעג בײַ דעם עולם, בײַ נאַטאַשע ראָסטאָווע:
זאָגט מיר, איך בעט אײַך, וווּ איז ער, רבותי,
איר האָט דאָ ניט געזעןָ, בערינסקין, נו, ליאָווען?
מסתּמא איז ער דאָרט, אין צימערל קליינעם!
כ'לויף אַרײַן אין דעם חדרל קליינעם און תּיקף
פֿרעגט בײַ די שאָטנס פֿון זײַניקע אָבֿות:
זאָגט מיר, איך בעט אײַך, איך דאַרף אים נייטיק,
איר האָט דאָ ניט געזעןָ, בערינסקין, נו, ליאָווען?
מסתּמא איז ער דאָרט, אין צימער אין גרויסן!...
און אפֿשר איז דאָ נאָך אַ צימער — אַ דריטער:
דער בלויער הימל אויפֿן אָרט פֿון אַ דאַך,
עס דאַוונט אַרויס דאָ פֿאַר גאָט זײַנע לידער,
דער דיכטער בערינסקי, נאָר אויף וואָסער אַ שפּראַך?
אויך צווישן די הימלען זײַנע שפּורן פֿאַרלוירן,
איך פֿרעג דעם באַשעפֿער, לעבן כּיסא־הכּבֿוד:
זאָג מיר, איך בעט דיך, ענטפֿער, מײַן בורא,
דו האָסט ניט געזען דאָ, בערינסקין, נו, ליאָווען?...
און ס'איז געווען טאָג
און ס'איז געווען נאַכט,
און גאָט האָט זיך פֿאַרטראַכט...