טעאַטער
אסתּר קאָווינגטאָן אין דער ראָלע פֿון פֿעני ברײַס אין דער פּיעסע "איין נאַכט מיט פֿעני ברײַס"
אסתּר קאָווינגטאָן אין דער ראָלע פֿון פֿעני ברײַס אין דער פּיעסע "איין נאַכט מיט פֿעני ברײַס"
Credit: Dennis Deloria

אין "סיינט ליוקס"־טעאַטער אויף דער 46סטער גאַס, אין האַרץ פֿון מאַנהעטן, ווערט אויפֿגעפֿירט אַן איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג וואָס האָט צו טאָן מיט דער אַמאָליקער, באַרימטער, קאָלירפֿולער, לעבעדיק־לוסטיקער קאָמיקערין, זינגערין, בורלעסק־ און וואָדעוויל־שוישפּילערין, וועלכע האָט זיך באַרימט געמאַכט אין די פֿריִע צוואַנציקער יאָרן פֿון לעצטן יאָרהונדערט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט נישט געהייסן פֿעני, נאָר פֿאַניאַ, און נישט ברײַס, נאָר באָראַק. ווי פֿעני, דערציילט זי, אַז זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, אַ געלונגענע מאַמע און אַ קאַרטיאָזשניק אַ טאַטן. נישט נאָר דאָס. ער האָט ליב געהאַט ס׳פֿלעשל און אײַנשטעלן אויף די פֿערדלעך, אַזוי אַז אין שטוב האָט געהויזט צוזאַמען מיט זיי — דער דלות.

פֿעני. ווי איך געדענק זי פֿון די אַלטע פֿילמען, און איך מיין נישט באַרבאַראַ סטרײַסאַנד, וועלכע האָט אויסגעשפּילט פֿעניס לעבנס־געשיכטע אינעם פֿילם "פֿאַני גוירל," נאָר די אמתע, די סאַמאָראָדנע פֿעני, וועלכע האָט געשפּראָצט מיט לעבן, געזען די וועלט שטייענדיק אויפֿן קאָפּ, זיך אַרײַנגעפּאַסט אין יעדער סיטואַציע, און צוגעאייגנט זיך דרײַ נישט קיין געפּאַסטע שידוכים.

איז דער ערשטער מאַן אירער געווען אַ נישט־טויגעניכטס; איז זי פּטור געוואָרן פֿון אים אין אַ פּאָר טעג נאָך דער חתונה. דער צווייטער, ווידער, איז געווען ניקי אָרנשטיין; אַ בלאַטער, אַן אונטערוועלט־מענטש, אַ "געמבלער," אַ גנבֿ און געמאַכט אַ לעבן פֿון שאַנטאַזש. און דערצו, איז ער געווען אַ באַווײַבטער. אָבער נאָך זיבן יאָר האָט ער אָפּגעגט דאָס ווײַב און חתונה געהאַט מיט פֿענין. ניקי איז געווען גאָר אַ שיינער, אַ פֿאַצעט. יעדעס נעגעלע זײַנס איז געווען ווי געשניצט און געשליפֿן, די אַנצוגער וואָס ער האָט געטראָגן זײַנען געווען באַשטעלטע פֿון איטאַליע. די בינדעס פֿון פּאַריז און דאָס געמבלען איז צוגעגאַנגען אין פּאַריז און מאָנאַקאָ.

ניקי האָט פֿענין באַזאָרגט מיט אַלעם גוטן. הײַזער, דאַטשעס, יאַכטעס, געהאַט מיט איר צוויי קינדער וואָס האָבן אים לגמרי נישט אינטערעסירט. אַליין איז ער געווען אַ מאַפֿיאַ־מענטש און געלעבט אויף שווינדל. און צווישן זײַנע חבֿרים איז אויך געווען מאיר לאַנסקי און דער מאָרד־"אינקאָרפּאָרייטעד." ניקי איז געווען אַרומגערינגלט מיט באַנק־רויבער און סתּם קרימינעלע טיפּן.

אָבער פֿעני האָט געלעבט אין ראָסקאָש, ביז מען האָט ניקין אַרעסטירט פֿאַרן באַשווינדלען אַ באַנק אויף פֿינף מיליאָן דאָלאַר. פֿעני האָט אים אַלע מאָל אויסגעקויפֿט ביז זי האָט אויסגעגעבן אויף אים דעם גאַנצן מאַיאָנטעק, און אַנשטאָט צו גיין זיצן אויף 25 יאָר תּפֿיסה, איז ער בלויז אָפּגעזעסן צוויי יאָר, און אַלץ אין איר, פֿעניס, זכות. זי האָט צוגעזאָגט דעם ריכטערס טאָכטער צו געבן אַ קליינע ראָלע אין די "זיגפֿילד פֿאַליס" אויף בראָדוויי. די צוויי יאָר וואָס ניקי איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה און געבאָדן זיך אין שוווילטאָג, האָבן זיך געענדיקט; און אַזוי אויך פֿעניס קאָנטראַקט מיט דעם ריכטערס טאָכטער.

מיטן מאָמענט וואָס ניקי איז באַפֿרײַט געוואָרן, איז ער צוריק אַרײַן אין גאַנג אין דער אַלטער פּראָפֿעסיע. ווען פֿעני האָט זיך דערוווּסט, אַז דערצו איז ניקי אויך אַ ווײַבערניק און אַ יופּקע־יעגער, און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָט ער אויך פֿאַרשפּאַנדרייעט גאַנצע זשמעניעס מיט געלט, האָט זי אים אָפּגעגט. אָבער קיין מאָל נישט אויפֿגעהערט אים ליב צו האָבן.

פֿעניס דריטער מאַן איז גאָר געווען דער באַרימטער "שוימאַן"־טעאַטער־מענטש בילי ראָוז, דווקא אַ קליין־וווּקסיקער ליסעקאָפּ. אַ סך עלטער פֿון איר, נישט שטאַרק אַפּעטיטשנע אויפֿן אויסזען, אָבער ער האָט מאַניפּולירט מיט דער בערזע און געהאַט וואָס צו זאָגן אין לאַנד ווען עס איז געקומען צום האַנדלען מיט אַקציעס און מיט "שאָו־ביזנעס."

אַ מזל וואָס פֿעני איז געווען אַן אַטראַקציע אין די "זיגפֿילד פֿאַליס," און איר ברויט־געבער זיגפֿילד אַליין. ער האָט זי אויסגעהיט פֿון אַלעם בייזן. זי האָט צוגעצויגן דעם עולם מיט אירע שטיק, מיט אירע אײַנפֿאַלן אויף דער בינע, מיט אירע לידער וואָס מען האָט געשריבן ספּעציעל פֿאַר איר. לידער, וואָס זײַנען נאָך אַלץ פּאָפּולער אין אַמעריקע ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן די "בלוז־זינגער."

ווי איך געדענק זי פֿון די פֿילמען, איז זי אַליין, פֿעני הייסט עס, געווען ווײַט פֿון אַ קראַסאַוויצע, מיט איר לענגלעכער נאָז, איר ייִדישן אויסזען און איר ענגליש וואָס האָט געאָטעמט מיט ייִדיש. וואָס אַן אמת האָט זי טאַקע אָנגעהויבן איר קאַריערע אינעם ייִדישן טעאַטער בײַ באָריס טאָמאַשעווסקין, אָבער אָנגעהויבן צו פֿאַרדינען מענטשלעכע שׂכירות האָט זי אין בורלעסק.

די וועלט אין די 1920ער יאָרן איז געווען פֿול מיט קאָמיקער און קאָמעדיאַנטן. אַן אויסנאַם איז געווען פֿעני, מיט אירע לאַנגע פֿיס און מיט אַ שטימע צו זינגען און פֿיס צום טאַנצן. קיין דערציִונג האָט זי באמת נישט באַקומען, און ווען נישט איר טאַלאַנט, וואָלט זי אונטערגעגאַנגען אָדער אַוועק אַרבעטן אין אַ "סוועט־שאַפּ."

אָט די אַלע איינצלהייטן פֿון פֿעניס לעבן דערוויסט מען זיך פֿון דער גאָר פֿעיִקער אַקטריסע קימבערלי־פֿיי גרינבערג, וועלכע האָט אַ פֿײַנע שטימע צום זינגען און קען זיך אויך אויס אויף טאַנץ. זי איז די גאַנצע צײַט אַליין אויף דער בינע, מער ווי אַ שעה מיט אַ האַלב, און זינגט איבער 25 לידער פֿון דעם כּמעט פֿאַרגעסענעם פֿעני ברײַס־רעפּערטואַר. אין זאַל האָט זיך פֿאַרזאַמלט גאָר אַ קנאַפּער עלטערער עולם וואָס האָט זיכער געדענקט יענע, אַמאָליקע פֿעני ברײַס.

אין דרויסן האָט געפּליוכעט. דער זאַל איז געווען האַלב ליידיק. וואָס פֿאַר אַן אַקטיאָר אָדער אַקטריסע קען פֿאַרטראָגן אַ האַלב־ליידיקן זאַל. עס לאָזט איבער אַ שווערן אײַנדרוק אויף אַ שוישפּילער. נאָך אַ זאַך. ווער האָט געהאַט דעם כּוח אויסצוהערן איבער 25 לידער איינס נאָכן אַנדערן. אַכיבע מען האָט דאָ צו טאָן מיט עטל מוירמען, בעטי האַטן אָדער בעטי גאַרעט. און אַפֿילו זיי וואָלטן זיך נישט אונטערגענומען אויסצורײַסן זיך די גאָרגלען מיט 25 לידער אין אָנדערטהאַלבן שעה.

איך מיין, אַז די צרה איז געלעגן אין די הענט פֿונעם שרײַבער, אַראַנזשירער און רעזשיסאָר, טשיפּ דעפֿאַאַ. ער איז דער וואָס האָט טאַקע אָנגעשריבן אַ שלל מיט נישט אָנגעזעענע מוזיקאַלישע פּיעסעס. אַ פּאָר פֿון זיי האָב איך געזען. אַלץ אין זעלבן זשאַנער. דער אַקטיאָר, אָדער אַקטריסע, דערציילן די לעבנס־געשיכטע פֿון אַזאַ ריזיקער אַקטריסע ווי פֿעני ברײַס, וואָס יענע האָט אײַנגענומען וועלטן אין האָליוווּד — געשפּילט מיט די גרעסטע פֿילם־שטערן — איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סקאַבאָווען טעקסט וואָס דערציילט איבער פֿעניס גאַנצע לעבנס־געשיכטע צווישן די שורות פֿון איין ליד און אַ צווייטס. ס׳איז נישט קיין וווּנדער וואָס אַזאַ לעבנס־געשיכטע קען דאָ אויף דער בינע אויסהויכן די נשמה.

קימבערלי־פֿיי גרינבערג האָט טאַקע אַ שיינע און גוטע שטימע צום זינגען, אָבער נאָך 25 לידער ווערט מען מיד. דאָס שטיין אויף דער בינע אַליין קען אויסמאַטערן אַ פּאָלק סאָלדאַטן. אָבער, אַז מען דאַרף פּרנסה, טוט מען אַלערליי שוואַרצע אַרבעט. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז די זעלבע קימבערלי שפּילט עטלעכע טעג אַ וואָך פֿענין און די אַנדערע טעג שפּילט זי אויס די געשיכטע פֿון דעני קיי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז זי מוז פֿאַלן פֿון די פֿיס. איך האָף נאָר, אַז זי וועט דערגיין ווײַטער און באַווײַזן איר טאַלאַנט אויף גרעסערע און בעסערע בינעס אויף בראָדוויי איידער איר שיין קול ווערט צעטרענצלט.

אַהיימפֿאָרנדיק מיט דער "סאָבוויי," האָבן זיך אויף דער סטאַנציע באַוויזן אַ צענדליק אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע בלישטשענדיקע פּעלערינעס, אַ טורבאַן אויפֿן קאָפּ, מיט אַ גרויסן, גלאַנציקן מגן־דוד אויף די קליידער. נו, געזען אַזעלכע פֿייגל, שטיי איך שוין צו צו זיי און פֿרעג:

"ווער זײַט איר יונגע־לײַט?"

כאָטש צווישן זיי האָבן זיך אויך געפֿונען עלטערע און גאָר אַלטע לײַט מיט ווײַסע בערד, אויך מיט שוואַרצע טורבאַנעס אויף די קעפּ און גאַרטלען אַרום די שוואַרצע העמדער. זיי האָבן גערעדט אויף אַ הויך קול, אַז זייער געלעכטער און שפּאָט פֿאַרן אַרום האָט זיך געטראָגן איבער דער לענג און ברייט פֿון דער סטאַנציע.

געזען, אַז איך שטיי צו זיי צו, האָט איינער, אַ פֿול־בײַכיקער, יונגער חבֿרה־מאַן, מיך אָנגעקוקט קרום און געענטפֿערט מיט אַ חוזק־שמייכעלע:

"איך אַליין שטאַם אָפּ פֿונעם שבֿט בנימין און ווער ביסטו?"

"איך שטאַם אָפּ פֿון שבֿט דן" — האָב איך געענטפֿערט, וואָס ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן אין דעם מאָמענט.

"און וואָס איז מיטן מגן־דוד וואָס באָמבלט זיך אַרום דײַן טאַליע?" — האָב איך נישט אָפּגעלאָזט.

"דער מגן־דוד זאָגט אָן די בשׂורה, אַז איך בין אַ ייִד, דער אָריגינעלער ייִד פֿונעם נײַעם טעסטאַמענט. אָבער דו" — קוקט ער מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן מיט פֿאַרגאָסענע אויגן — "דו ביסט נישט קיין ייִד, דו ביסט עמלק."

געהערט אַזאַ מעשׂה, זאָג איך אים:

"עמלק איז דאָך געווען אַ שׂונא־ישׂראל און געוואָלט אויסהרגענען אַלע ייִדן." מאַכט ער:

"די ייִדן האָבן אויסגעהרגעט עמלקן, און דו ביסט געבליבן, איינע פֿון זיי." "יעזוס איז דאָך אויך געווען אַ ייִד" — האָב איך אים געוואָלט באַרויִקן.

"יעזוס איז געווען אַ שוואַרצער ייִד ווי איך, און ער איז געווען גאָטס זון פֿון דעם נײַעם טעסטאַמענט."

"איר האָט אַן אייגענע שיל?" — האָב איך געוואָלט ווײַטער וויסן.

אָבער דער אַלטער "אָריגינעלער ייִד" האָט גענומען ווילדעווען.

"וואָס פֿאַרנעמסטו זיך מיט פּוסטע רייד?"

איך האָב געשטוינט און זיך דערמאָנט, אַז זיי שטייען אין קופּקעס אויף טײַמס־סקווער, קלאַפּן אין די טאַצן, שרײַען אַז זיי זײַנען די אויטענטישע ייִדן און זאַמלען געלט.

אין דרויסן האָט נאָך געכליאַפּעט, אָבער איך בין אַרויס מיט גאַנצע ביינער פֿון דער אונטערערדישער באַן, וואָס פֿאַרגלושעט און מאַכט טויב. אַן אינטערעסאַנטע וועלט אונטער דער ערד.