זעלטן ווען האָב איך אַ געלעגנהייט צו שרײַבן וועגן קאָמיקס, איין וואָך נאָך אַן אַנדערער, אין דער צײַטונג. אָבער אינעם נײַעם בוך "Yiddishkeit" , רעדאַקטירט פֿון האַרווי פּעקאַר און פּאָל בול, גיבן זיי איבער דורך בילדערשטרײַפֿן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. ווי אַן אונטערקעפּל פֿונעם בוך שטייט "אַ ייִדישע פֿאָלקשפּראַך און דאָס נײַע לאַנד", און דער טראָפּ פֿון די קאַפּיטלעך ליגט טאַקע אויף ייִדישער אימיגראַנטישער איבערלעבונג אין אַמעריקע. אַזוי ווי אַ גרויסער טייל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט אַ שײַכות צו ייִדישער מוזיק, נעמען מיר דאָס אַרײַן אין אונדזער רובריק. דאָס בוך האָט מען אײַנגעטיילט אין קאַפּיטלעך לויט געוויסע טעמעס, עלעהיי ס׳וואָלט געווען אַן אילוסטרירטע ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די צענדליקער קאָמיקס האָבן געשאַפֿן פֿאַרשיידענע קינסטלער און שרײַבער, אָבער אַלע דערציילן זיי וועגן דער ייִדישער קולטור מיט אַן אָריגינעלן וויזועלן צוגאַנג.
האַרווי פּעקאַר איז אַ באַקאַנטער שרײַבער פֿון קאָמיקס, אָבער ער צייכנט נישט די בילדער, נאָר שרײַבט די טעקסטן. ער איז געשטאָרבן אין יוני 2010 און "ייִדישקייט" איז זײַן לעצט בוך. פּאָל בול האָט אַ סך געשריבן וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און בפֿרט דער לינקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָליטיק. אַוודאי האָט מען נישט געקענט אויסמײַדן פּאָליטיק אין אַזאַ אַרומנעמיקער אונטערנעמונג, אָבער אין דעם באַנד פֿאַרנעמט די ייִדישע שפּראַך און קולטור דעם אויבן אָן.
מע באַקענט זיך מיט האַרווי פּעקאַרס משפּחה־בוים אינעם ערשטן בילדערשטרײַף וואָס הייסט — "אַ פּראָלאָג", אין וועלכן פּעקאַר דערציילט ווי זײַנע באָבע־זיידע זענען געקומען קיין אַמעריקע פֿון דער ביאַליסטאָקער געגנט, און ער איז דאָ געבוירן געוואָרן אין 1939. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ קליינע שפּײַזקראָם. ייִדיש איז געווען זײַן ערשטע שפּראַך און מיטן זיידן האָט ער גערעדט בלויז ייִדיש. אָבער נאָך דעם זיידנס טויט האָט ער פֿאַרגעסן די שפּראַך. ער האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש און שרײַבט אַז "צוליב דער קאָלירפֿולקייט און ריטעם פֿון ייִדיש האָט עס מיר געטאָן הנאה צו הערן, כאָטש איך האָב עס צוביסלעך פֿאַרגעסן". אַזוי ענדיקט זיך דער "פּראָלאָג" און מיט דעם וויל מען זאָגן, מסתּמא, אַז מיט "ייִדישקייט" האָט פּעקאַר געשטרעבט צו געפֿינען זײַנע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.
דער באַנד באַשרײַבט סײַ די עלטערע געשיכטע פֿון ייִדיש, סײַ די הײַנטצײַטיקע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער גאַס, וועלכע מיר קענען גוט. איין קאַפּיטל צום סוף, למשל, דערציילט וועגן אַהרן לאַנסקי און דער גרינדונג פֿונעם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט. אַן אַנדער קאַפּיטל וועגן דעם ייִדישיסט, הערשל האַרטמאַן — "דער ערשטער זשורנאַליסט פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע". דאָ קען מען, אַגבֿ, לייענען האַרטמאַנס פּראָזע סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן זײַנע אויפֿטוען הײַנט פֿאַר דער פּראָגרעסיווער ייִדישער קולטור.
אינעם אַרײַנפֿיר וועגן דער ייִדישער קולטור — "ייִדישלאַנד" — געצייכנט פֿון דן אַרטשער, און געשריבן פֿון האַרווי פּעקאַר הייבט דער מחבר אָן מיט דער געשיכטע פֿון מאַמע־לשון. די "געשיכטע" ווערט דערציילט, צום באַדויערן, כאַפּ־לאַפּ און ווערט איבערגעגעבן צו פּשוט און פּראָסט פֿאַרן אינטעליגענטן לייענער. למשל, אין די בילדער וועגן דעם בעל־שם־טובֿ, ווײַזט מען ווי די חסידים בוקן זיך אויף דר׳ערד צום רבין. וועגן יוסף פּערל און זײַן סאַטירע "מגלה טמירים" שטעלט מען זיך אָפּ לענגער, ווי אויף אַלע אַנדערע ווערק.
די קאָמיקס וועגן דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור אין אַמעריקע ווערן שוין מער ראַפֿינירט און אָריגינעל געשריבן, מיט אַ טעקסט גענומען פֿונעם ייִדישן קריטיקער ברוך ריווקין, צונויפֿגעשטעלט פֿון פּאָל בול און ניק טאָרקעלסאָן. צווישן די שרײַבער דערציילט מען וועגן מאָריס ראָזענפֿעלד, אַבֿרהם רייזען, יוסף אָפּאַטאָשו. טשיקאַווע עפּיזאָדן, אָדער פֿאַקטן, וועגן די שרײַבער ווערן באַטאָנט מיט לעבעדיקע אילוסטראַציעס.
אַ סך ווערט אָפּגעגעבן דעם ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע און די קאַפּיטלעך זענען די בעסטע אינעם באַנד. מע הייבט אָן מיטן הײַנטצײַטיקן ייִדישן טעאַטער; מע דרוקט אָפּ אַ פֿאַרגרעסערטן נוסח פֿון דער פּיעסע — "דער עסענץ: אַ ייִדישער טעאַטער דים־סום", אַ פֿאָרשטעלונג וואָס האָט געשפּילט אין ניו־יאָרק מיט די אַקטיאָרן סטיוו סטערנער, יעלענאַ שמולענסאָן־ריקמאַן און אַלען ריקמאַן. גאַנצע סצענעס פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "די כּישופֿמאַכערין"; משה נאַדירס "משיח אין אַמעריקע", און דעם שונדישן "דעם שוסטערס טאָכטער", האָט מען איבערגעזעצט און קריטיש אַנאַליזירט.
פּראָפֿ׳ יואל שעכטער, אַ קענער פֿון ייִדיש און פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, צוזאַמען מיטן קינסטלער "ספּיין", האָבן אויך געשאַפֿן עטלעכע טעאַטער־קאַפּיטלען. איין קאַפּיטל דערציילט וועגן דער אַקטריסע חיהלע אַש און אירע איבערלעבונגען מיט דער אונטערדריקונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין מדינת־ישׂראל; אַן אַנדער קאַפּיטל וועגן דעם באַרימטן זינגער, פּאָל ראָבסאָן, און ווען ער האָט געזונגען אויף ייִדיש אין מאָסקווע אין 1949.
דער בילדערשטרײַף "קלעזמער", געשריבן פֿון האַרווי פּעקאַר, אילוסטרירט פֿון שאַראָן רודאַל, גייט נישט זייער טיף אַרײַן אין דער מוזיק פֿון דער אַלטער היים, און שטעלט דעם טראָפּ אויף דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין אַמעריקע. פּעקאַר הייבט ריכטיק אַרויס די גרופּע "קלעזמאָרים" פֿון קאַילפֿאָרניע, ווי די פּיאָנערן פֿון דעם פֿענאָמען, און דערמאָנט דערבײַ די קלעזמאָרים האַנקוס נעצקי, פֿרענק לאָנדאָן, דאַן בײַראָן, אַנדי סטאַטמאַן, הענעך סאַפּאָזשניק, און אַנטאָני קאָלמאַן. פּעקאַר שרײַבט צום סוף פֿון דעם קאַפּיטל, אַז "אינעם 21סטן יאָרהונדערט איז דער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק שוין נישט אַזוי שטאַרק. אָבער די קלעזמאָרים האָבן צוגעגעבן אַ סך, און זייער בײַטראָג וועט דויערן".
ווי אַ לעצט קאַפּיטל צום באַנד, און אַ מין הספּד פֿאַר האַרווי פּעקאַר, דרוקט מען דעם בילדערשטרײַף "פּרעזידענטן טאָג", געשריבן פֿון פּעקאַר אין 1988, מיט צייכענונגען פֿון דזשאָ זייבעל. אין דער אויטאָביאָגראַפֿישער דערציילונג, באַשליסט פּעקאַר צו ליינעען י. י. זינגערס ווערק, און גיט צו פֿאַרשטיין דעם לייענער פֿאַר וואָס ער האַלט, אַז דער עלטערער פֿון די ברידער זינגער איז דער בעסערער שרײַבער. ער זיצט אין זײַן ביוראָ און לייענט "יאָשע קאַלב" און דערמיט דערציילט ער די גאַנצע מעשׂה. פּעקאַרס בילדערשטרײַפֿן דריקן נישט אויס אַלע מאָל טיפֿע געדאַנקען, אָבער ער האָט זיך באַמיט צו נעמען ערנסט די וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור, און דער לייענער פֿילט די ערנסטקייט, ווי אויך די ליבשאַפֿט צו ייִדיש אינעם באַנד "ייִדישקייט".