יעפֿים טשאָרני (לינקס) דיריגירט מיטן "קלעזקאַנאַדע קהילה־כאָר" בײַם סטודענטן־קאָנצערט פֿון "קלעזקאַנאַדע" |
דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט נישט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער נישט זײַן דאָס לעצטע.
צום ערשטן מאָל האָט מען געבעטן דעם טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, ער זאָל אָנפֿירן ווי דער קינסטלערישער קאָאָרדינאַטאָר, און אַ דאַנק אים און זײַן קינסטלערישער פֿאַרוואַלטונג, האָט מען פֿאַרבעטן גאָר אינטערעסאַנטע לערערס, לעקטאָרן און מוזיקער.
צו דערציילן וועגן דער ספֿרדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע האָט מען פֿאַרבעטן דעם מוזיקאָלאָג פּראָפֿ׳ עדוואַרד סערוסי פֿון ישׂראל. נישט נאָר האָט ער געהאַלטן לעקציעס וועגן דעם נײַעם ישׂראלדיקן זשאַנער "מעדיטאַריאַנישע מוזיק", אָבער אויך געפֿירט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן ער האָט געלערנט די אָנטיילנעמער אַלטע ספֿרדישע פּיוטים. די לעגענדאַרע ספֿרדישע זינגערין פֿון באָסניע, פֿלאָרי יאַגאָדאַ, שוין אין די הויכע 80 יאָרן, איז געקומען פֿון איר היים אין וואַשינגטאָן. זי זינגט סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, וועלכע זי געדענקט פֿון אירע קינדער־יאָרן, סײַ אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ. איר קאָנצערט איין אָוונט אינעם גרויסן קאָנצערט־זאַל האָט צוגצויגן אויך צוהערער פֿון דער שטאָט מאָנטרעאָל, וואָס געפֿינט זיך 80 מײַל פֿונעם "בני־ברית" זומער־לאַגער, וווּ "קלעזקאַנאַדע" קומט פֿאָר.
נאָך אַ בן־שמונים איז געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל און האָט יעדן באַגײַסטערט מיט זײַן חכמה, פּאָליטישן־אַקטיוויזם און יוגנטלעכקייט — דער זינגער טעאָדאָר ביקעל. ער איז געקומען מיט זײַן גרופּע "סערענדיפּיטי 4", אַ קוואַרטעט פֿון באַקאַנטע זינגערס און מוזיקער, צווישן זיי די האָלענדישע זינגערין שורה ליפּאָווסקי, וועלכע הייבט אַרויס די אַנדערשקייטן, ווי אויך די ענלעכקייטן, אין דער מוזיק פֿון פֿעלקער. מיט ביקעל האָט די גרופּע געזונגען לידער אויף ייִדיש, דזשודעזמאָ, באָסניש, העברעיִש און גריכיש. אויף איין לעקציע האָבן זיי גערעדט וועגן זייער פּאָליטישן אַקטיוויזם, און ווי זיי פֿלעכטן אַרײַן די פּאָליטישע געדאַנקען אין זייער מוזיק־פֿאָרשטעלונגען.
אויף דער טעמע "ייִדישער הומאָר" האָט מען פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן עטלעכע מוזיקער און אַקטיאָרן. שיין בייקער, דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אין ניו־יאָרק, האָט אויפֿגעפֿירט זײַן איין־פּערזאָניקע פּיעסע "די גרויסע בובקעס: אַ גוייִשער וועגווײַזער צום ייִדישן וואָדעוויל". די פֿאָרשטעלונג נעמט אַרײַן רעציטאַציעס פֿון ייִדישע לידער, קונצן פֿון כּישוף, און בויך־רעדערײַ. בייקער האָט, במשך פֿון דער וואָך, אויך געהאַלטן לעקציעס וועגן זײַן בינע־קונסט און דערציילט זכרונות פֿון זײַנע פֿרײַנדשאַפֿטן מיט די "גראַן־דאַמען" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ער האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם טעאַטער־וואַרשטאַט פֿון דזשעני ראָמיין, מכּוח וועלכן ס'איז כּדאַי צו רעדן באַזונדער.
די אַוואַנגאַרדישע רעזשיסאָרין און טעאַטראַל, דזשעני ראָמיין, האָט געוואָלט דורך טעאַטער באַרירן די טעמעס פֿון ייִדישן הומאָר און מוסר. צוזאַמענצובינדן די צוויי גאָר היפּוכדיקע געדאַנקען, האָט זי געניצט ווי אַ סימבאָל די הון. בײַ אונדז, ייִדן, שלאָגט מען מיט הינער כּפּרות (דאָס איז דער מוסר־מאָטיוו), אָבער מע דערציילט אויך אַ סך וויצן מיט, אָדער וועגן, הינער. דעם פֿרילינג, ווען איך האָב דערציילט ראָמיינען וועגן דער ייִוואָ־פֿאָרשערין נחמה עפּשטיין און איר אַרבעט צו קלאַסיפֿיצירן די ייִדישע וויצן וואָס די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע־קאָמיסיע" האָט געהאַט אָנגעזאַמלט אין ווילנע, האָט זי באַשלאָסן, אַז אַזאַ פּערזענלעכקייט דאַרף מען אויך אַרײַננעמען אין דער פֿאָרשטעלונג. האָט זי געבויט, כּמעט איינע אַליין, אַ "נחמה עפּשטיין־הינערפּאַרק", אַ מין קאַרנאַוואַל מיט פֿינף בודקעס. בײַ יעדער בודקע האָבן די אַקטיאָרן דערציילט וויצן, אָדער געבעטן דעם עולם צו דערציילן וויצן, אָדער וועגן מוסר און הינער. גרופּעס פֿון צען צוקוקערס זענען געגאַנגען פֿון בודקע צו בודקע.
שבת־צו־נאַכטס האָט די טרופּע אַקטיאָרן פֿאָרגעשטעלט אַ קורצע דראַמע — "דער אמת שיין באַקליידט", אַן אויסדרוק וואָס דער דובנער מגיד האָט געניצט צו באַשרײַבן זײַנע משלים. דער הויפּט־כאַראַקטער אינעם ספּעקטאַקל איז געווען אַ ריזיקע מאָנסטער־הון, וואָס האָט יעדן איבערגעשראָקן. דזשעני ראָמיינס שאַפֿערישקייט האָט אויף אַלעמען געמאַכט אַ רושם, ווי אויך איבערגעלאָזט גענוג געדאַנקען צו פֿאַרדייען.
וואָס שייך ייִדישן הומאָר, האָט מען אויך פֿאַרבעטן צום ערשטן מאָל פּראָפֿ׳ דזשעק קוגלמאַס, אַ מבֿין אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן הומאָר, ווי אויך "קלעזקאַנאַדע"־וועטעראַנען מײַקל וועקס און פּראָפֿ' יודזשין אָרענשטיין. ד״ר אָרענשטיין האָט אויך געהאַלטן אַ לעקציע אויף ייִדיש וועגן דער קאַנאַדער ייִדישער שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב ע״ה. דער פּיאַניסט פּיט סאָקאָלאָוו איז אויפֿגעטראָטן אין אַ קאָנצערט פֿון קאָמישע לידער אויף "ייִנגליש" — חצי ענגליש, חצי ייִדיש.
ס'רובֿ אָנטיילנעמער, וועלכע קומען אין "קלעזקאַנאַדע" זענען מוזיקער וואָס ווילן טיפֿער זיך אַרײַנלאָזן אין דער קלעזמער־טראַדיציע. אַנדערע קומען הערן לעקציעס, אָדער באַטייליקן זיך אין די נישט־מוזיקאַלישע וואַרשטאַטן, ווי קונסט (אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו) און טענץ (מיט די לערערס סטיוו ווײַנטרויב, לאָראַ פּערלמאַן און אַוויע מור). קאָליע באָראָדולין האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדיש־קלאַס פֿון אָנהייבער, און איך, מיטן אַוואַנסירטן קלאַס. דערצו האָט באָראָדולין פֿאַרבעטן פֿאַרשיידענע לערער, ווי שיין בייקער און טעאָדאָר ביקעל, צו רעדן אויף ייִדיש אין זײַן סעריע —"באַגעגענישן אויף ייִדיש". איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט צוויי יונגע ייִדישיסטן אויפֿן פֿעסטיוואַל.
פּערל קאַץ
אין עטלעכע וואָכן אַרום וועט פּערל קאַץ פֿאָרן קיין גרוזיע צו ווערן דאָרטן אַ לערערין פֿון ענגליש. זי נעמט אָנטייל אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער פּראָגראַם, אין וועלכער מע גרייט דאָרט צו פֿאַר איר אַ היים מיט עסן, אָבער זי ווייסט נישט, צי מע וועט זי שיקן אין אַ דאָרף, צי אין אַ שטאָט. ביז דעמאָלט האָט זי דערווײַל הנאה געהאַט אין "קלעזקאַנאַדע", און איז נישט געזעסן מיט ליידיקע הענט. זי האָט מיטגעשלעפּט ווידעאָ־מכשירים צו מאַכן אינטערוויוען, ווי אַ טייל פֿון אַ בעל־פּה־פּראָיעקט פֿאַרן "ייִדישן ביכער־צענטער". אַ סך יאָרן איז קאַץ געפֿאָרן אויף "קלעזקעמפּ" און "יוגנטרופֿס" "ייִדיש־וואָך" און נאָר איין מאָל פֿריִער איז זי געקומען אויף "קלעזקאַנאַדע". איך האָב מיט איר גערעדט אויף ייִדיש.
"איך בין געבוירן געוואָרן אין סאָמערוויל, מאַסאַטשוסעטס, און מײַנע טאַטע־מאַמע וווינען נאָך אין דעם אייגענעם הויז. ווען איך בין געבוירן געוואָרן האָבן מײַנע צוויי באָבעס אָנגעהויבן צו גיין אויף אַ שמועס־קרײַז אין בראָנקס מיט דער שרײַבערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, כּדי זיי זאָלן פֿאַרבעסערן זייער שפּראַך און רעדן מיט מיר, זייער אייניקל, אויף ייִדיש."
אין "יאָרק קאַלעדזש", וווּ זי האָט שטודירט, האָט זי אין גאַנצן נישט געהאַט קיין קאָנטאַקט מיט ייִדיש און האָט אַזוי געבענקט נאָך מאַמע־לשון, אַז גלײַך נאָך דער גראַדויִרונג האָט זי אָנגעהויבן צו אַרבעטן אינעם "ייִדישן ביכער־צענטער". זי האָט ספּעציעל ליב באַקומען צו געבן טורן איבערן צענטער, און ווען זי האָט געוויזן דעם עולם דעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־לינאָטיפּ־מאַשין, וואָס געפֿינט זיך דאָרטן, האָט זי זיי דערציילט, אַז מע קען דעם "פֿאָרווערטס" אַבאָנירן און זיי געוויזן דעם לעצטן נומער אינעם צענטערס ביכערקראָם. במשך פֿון איר צײַט אין צענטער האָט זי דורכגעפֿירט, צוזאַמען מיט אַנדערע מיטאַרבעטער, מער ווי 100 אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדערס, ייִדיש־אַקטיוויסטן, שאַפֿערס און קינסטלער פֿון דער ייִדישער קולטור. אין "קלעזקאַנאַדע" האָט זי גערעדט מיטן מויל־האַרמאָניקע־שפּילער דזשייסאָן רעזענבלאַט, דעם זינגער יעפֿים טשאָרני פֿון קעשענעוו, דער רעזשיסאָרין דזשעני ראָמיין, דעם קלאַרנעטיסט מײַקל ווינאָגראַד, צווישן אַנדערע. "וואָס הייסט בײַ אײַך ׳ייִדישע קולטור?" האָט זי זיי געפֿרעגט און "ווי זעט אויס די קולטור אין דער צוקונפֿט" "צי דאַרף מען האָבן די שפּראַך צו שאַפֿן קולטור?"
אין גרוזיע וועט פּערל קאַץ זײַן איין יאָר, און דערנאָך וועט זי שוין באַשליסן אירע ווײַטערדיקע פּלענער, אָבער ייִדיש וועט זיכער בלײַבן אַ טייל פֿון איר לעבן.
ליאָרע סאַנטאָפּינטאָ
"איך קום פֿון לאָנדאָן, אָנטאַריאָ, וואָס האָט אַ קליינע ייִדישע קהילה. איך בין איצט געווען אין ׳קלעזקאַנאַדע׳ צום פֿערטן מאָל. פֿריִער בין איך געפֿאָרן אַהין ווי אַ מוזיקער, אַ פֿלייטיסטין; איצט קום איך ווי אַ ייִדישיסט. אין מאָנטרעאָל האָב איך אַ קאַפּעליע, און מיר האָבן לעצטנס געשפּילט אויפֿן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל.
איך קען נישט קיין ייִדיש פֿון דער היים. דער מאַמעס צד שטאַמט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ. אַפֿילו די באָבע האָט נאָר גערעדט דײַטש און טשעכיש. פֿאַר אַ יאָרן האָב איך אין ניו־יאָרק שטודירט אין ישיבֿה־הדאַר, און בעת־מעשׂה פֿאַרבראַכט מיט דער אָרטיקער ייִדיש־רעדנדיקער יוגנט. איך בין, למשל, מיטגעפֿאָרן צו געפֿינען אַ שטח פֿאַר ׳ייִדיש־פֿאַרם׳. אין מאָנטרעאָל איז אויך דאָ אַ ייִדיש־רעדנקיע קהילה, אָבער נישט קיין סך יונגע מענטשן.
אַ גרופּע יונגע־לײַט קומט זיך צונויף צו זינגען, אָבער איך רעד ייִדיש, דער עיקר, מיט די עלטערע לײַט, וואָס איך באַקען זיך מיט זיי אין דער ׳פֿאָלקס־ביבליאָטעק׳. פֿאַרשטייט זיך, אַז די היגע חסידים רעדן ייִדיש אָבער אַ קאָנטאַקט מיט זיי איז שווער אײַנצושטעלן. איך האָב געפּרוּווט — ס'איז נישט געגאַנגען. מײַן אינטערעס האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ מוזיקאַלישער, אָבער איז געוואָרן מער ליטעראַריש. ספּעציעל לייען איך די ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. מיט דער צײַט וויל איך געפֿינען אַ וועג צו פֿאַרבינדן מײַנע מוזיקאַלישע און ליטעראַרישע ייִדיש־אינטערעסן. מיט אַ יאָר צוריק האָב איך אויסגעפֿונען אין ׳ביכער־צענטער׳, אַ דאַנק מײַן לערער חנן באָרדין, וואָס פֿאַר אַ אוצרות ליגן אין אונדזער ליטעראַטור, און דאָס איז געווען אַ רעוועלאַציע, וואָס האָט מיך אינספּירירט".