|
קרית־יואל |
Credit: Daniel Case |
וואָלט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע לײַדט פֿון הונגער, דחקות און נויט; קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי קינדער וואָס לויפֿן אַרום נאַקעט און באָרוועס, פֿון בעטלען, פֿון שנאָרען, פֿון געהאַקטע וווּנדן. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך ערגעץ אין די ווײַטע אַפּאַליישיען־בערג, ערגעץ אין העק וועלט, אָדער אין טעקסאַס, אין אַ שטעטל וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע, און אפֿשר אויף אַן אינדיאַנער רעזערוואַציע, פֿול מיט יתומים און קראַנקע און היימלאָזע מענטשן וואָס זוכן צו דערנערן זיך פֿון די מיסט־קעסטלעך.
אָבער דאָ רעדט זיך גאָר פֿון אַ ייִדיש שטעטל, וווּ יעדעס הויז איז ווערט אַ מאַיאָנטעק, וווּ מען פֿירט טײַערע געשעפֿטן און אויטאָס, וווּ מען קינדלט אויף וואָס די וועלט שטייט, און די קינדער זעען אויס גוט געפֿלעגט, גוט אָנגעטאָן און גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. אַ שטעטעלע וואָס רעדט לויטער ייִדיש; אַגבֿ, אַ צעבראָכענעם ייִדיש; וווּ אַ שיל צום דאַווענען נעמט אַרײַן צען טויזנט מתפּללים, וווּ די געשעפֿטן זײַנען געפּאַקט מיט אַל־דאָס־גוטס, און יעדער אַדורכגייער רעדט אויף אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדעלע. מ׳מאַכט געשעפֿטן אויף וואָס די וועלט שטייט. מ׳האַנדלט, מ׳וואַנדלט און מ׳שטעקט אַרויס אַ פֿײַג ווען עס קומט צו די געלטער וואָס מ׳באַקומט פֿון דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג פֿאַר זייער דחקות.
דאָס שטעטעלע הייסט קרית־יואל, אויפֿן נאָמען פֿון זייער גאָטזעליקן, פֿאַרשטאָרבענעם רבין יואל טענענבוים ז״ל, וואָס ס׳האָט זיך ערשט גערודערט מיט אַ געוויסער צײַט צוריק מיט זײַנע זינדעלעך וואָס האָבן זיך געהאַקט איבער דעם טאַטנס ירושה; אויף אַזוי פֿיל, אַז מען איז נישט געגאַנגען אין בית־דין־שטוב, נאָר אָנגעקומען צום שטאָטישן געריכט. האָט מען זיך געשפּאָלטן און פֿאַרטיילט זיך מיט די יוצרות. איינער פֿון זיי זיצט אין קרית־יואל און דער צווייטער — אין וויליאַמסבורג; און לאָמיר האָפֿן, אַז דער סיכסוך צווישן די צוויי ברידער איז געקומען צום שלוס.
האָבן מיר דאָך אַזעלכע חכמים, נבֿונים און גאַנצע נישט־טויגעניכטסן, וואָס האָבן לעצטנס אַדורכגעפֿירט אַ צענזוס נישט נאָר איבער דער שטאָט ניו־יאָרק גופֿא מיט אַלע אירע פֿינף געגנטן, נאָר אויך צווישן די אײַנוווינער פֿונעם ייִדישן שטעטעלע, וווּ עס לומיעט זיך מיט קינדערלעך, כּן־ירבו, און ייִדעלעך אונטער די פּליושענע קאַפּעליושלעך. זיי האָבן צוגעשטעלט זייער אויספֿיר צו דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג, אַז יעדער אײַנוווינער פֿון קרית־יואל לעבט נעבעך אונטער דעם לעבנס־סטאַנדאַרט פֿון אַ וועכנטלעכן געהאַלט, און אַז אַ יעדער איינעמס פֿאַרדינסט פֿאַלט אונטערן רובריק פֿון גרויס אָרעמקייט און נויט, און אַז יעדערנס משפּחה פֿאַרדינט נישט מער ווי פֿופֿצן טויזנט דאָלאַר אַ יאָר, און ווער קען לעבן פֿון אַזעלכע שׂכירות. איז אויסגעקומען, אַז ס׳איז גאָרנישט פֿאַראַן אין גאַנץ אַמעריקע אַזאַ אָרעמקייט, אַזאַ דלות, ווי אין קרית־יואל.
אַז דאָ, אינעם ייִדישן שטעטעלע באַקומען אַ סך פֿון די אײַנוווינער שטיצע, פּראָדוקטן־שטעמפּלען (food stamps), מער ווי אַ דריטל באַקומען "מעדיקייד"־בענעפֿיטן (בחינמדיקע געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿאַר אָרעמע לײַט), וווּ מעדיצין און דאָקטער־וויזיטן באַקומט מען אָן געלט. אויך פֿעדעראַלע הילף וואָס צאָלט זיי אויס מזומנים פֿאַרן אויסהאַלטן די קאָסטן פֿון הויז אָדער דירות.
איר פֿאַרשטייט, דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן אולטראַ־אָרטאָדאָקסישער עדה ייִדן וואָס רופֿן זיך סאַטמאַר, נאָך אַ שטעטעלע אין אונגאַרן פֿון וואַנען זייער רבי האָט אָפּגעשטאַמט. איך האָב אַמאָל געפֿרעגט אַ סאַטמאַרן ייִדן אין קרית־יואל צי אַ לובאַוויטשער וואָלט זיך געקענט אַרײַנציִען אין זייער שטעטל, האָט יענער אויפֿגעמאַכט נאָז און אויער און מיך באַזינגען מיט אַ פּאָר שפּראָציקע אויגן.
"די לובאַוויטשער?" — האָט ער געשיפּעט — "זיי זײַנען דאָך גויים!"
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ לובאַוויטשער איז אַ גוי, טאָ וואָס בין איך? נישט מער ווי אַ ציפּעט־היטל.
די מיידלעך אין קרית־יואל האָבן זייער פֿרי חתונה, האָט מיר דערציילט די אויפֿזעערין אין דער מיידלשער שול. מען לערנט זיי דאָס וואָס זיי דאַרפֿן וויסן, ס׳הייסט: זאָגן ברכות, אָפּהיטן אַלע דינים און הלכות, ווערן כּלות, קינדלען און באַדינען דעם מאַן ווי עס באַדאַרף צו זײַן. זײַ ווייסן גאָרנישט וועגן דעם "געבורט־קאָנטראָל". אַזוי, אַז דאָס קינדלען גייט דאָ צו אָן אָפּשטעל. פֿאַראַן אויך אַ גרויסע צאָל "אָטיסטישע" — גײַסטיק באַשעדיקטע קינדער. האָבן זיי אַ ספּעציעלע שולע פֿאַר זיי. איך ווייס נישט צי דאָס איז דערפֿאַר וואָס מ׳האָט חתונה נאָר צווישן זיך, אָדער פֿון האָבן צו פֿיל קינדער.
אַנומלטן קלינגט מען מיר פֿון קרית־יואל, איך זאָל קומען לערנען ייִדיש די סאָציאַלע באַדינער און קראַנקן־שוועסטער וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט די גײַסטיק צוריקגעשטאַנענע קינדער, ווײַל די קינדער קענען נישט קיין אַנדער שפּראַך ווי ייִדיש, און די סאָציאַלע אַרבעטער פֿאַרשטייען זיי נישט בכלל. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב זיך גלײַך אָפּגעטרײַסלט דערפֿון ווײַל איך וועל דאָרט זײַן אַ מין מפֿלצת (פֿאַרזעעניש), נישט פֿרום און פֿאָרט אַ ייִד.
מען לערנט נישט די אײַנוווינער קיין ענגליש, בלויז יענע דערוואַקסענע מענער וואָס דאַרפֿן פֿאָרן אין שטאָט אַרבעטן אָדער האַנדלען. ס׳רובֿ פֿון די יונגע־לײַט זיצן על־התּורה, על־עבֿודת־בורא און אויף ספֿר־קודש. דאָס אומגליק איז, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ קליינע צאָל פֿון זיי וואָס לײַדן טאַקע פֿון דחקות, אָבער דער פֿאַקט ווערט פֿאַרשווענקט פֿון דער אַלגעמיינער אָפּהענגיקייט אין דער רעגירונג.
ס׳רובֿ פֿון די אײַנוווינער קענען טאַקע נישט די לאַנדשפּראַך, אָדער זיי באַנוצן זיך מיט אַ צעקאַליעטשעטן ענגליש. יונגע ישיבֿה־בחורים רירן זיך נישט צו צו קיין אַקאַדעמישע שטודיעס. אַ סך פֿון זיי האָבן נישט פֿאַרענדיקט קיין גימנאַזיע. אַזוי אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַן איזאָלירטער סעקטע ייִדן, וואָס האָבן זיך אָפּגעשיידט פֿון דער דרויסנדיקער וועלט און אַרומיקן כּלל־ישׂראל.
איז ערשטנס, אַרבעטן אַ צאָל פֿון דער סאַטמאַרער עדה ייִדן אין דעם ווידעאָ־פֿאָטאָגראַפֿיע־ און עלעקטראָניש־געשעפֿט וואָס רופֿט זיך "בי ענד אייטש"־קראָם אין מאַנהעטן, און לויט ווי איך געדענק איז עס אַלע מאָל געפּאַקט מיט קונים.
שטעלט אײַך פֿאָר, אַז מען האָט דאָ, לעבן דעם שטעטל אין מאָנראָו, ניו־יאָרק, אויפֿגעשטעלט אַ לוקסוריעזן אַנשטאַלט פֿאַר קימפּעטאָרינס, מיט זייערע נײַ־געבוירענע עופֿעלעך. דאָס הויז פֿאַרמאָגט זעכציק בעטן און עס האָט אָפּגעקאָסט אַן ערך צען מיליאָן דאָלאַר, און אַלץ מיט דער הילף פֿון סובסידיעס וואָס דער שטאַט ניו־יאָרק און פֿעדעראַלע געלטער האָבן זיך אין דעם באַטייליקט. דאָרט קומען צו זיך די מאַמעס גאַנצע צוויי וואָכן צײַט, דער עיקר אָפּגעשיידט פֿון זייערע משפּחות. עס קאָסט אַ טאָג 120$, וואָס "מעדיקייד" האָט נישט קיין שותּפֿות דערצו, און אַ סך מאָל פֿאַלן די אָרעמע מאַמעס אונטער דער צדקה פֿון די רײַכערע ייִדן אין שטעטל.
מען הערט שוין פּראָטעסטן פֿון דער רעפּובליקאַנער פֿרוי קאַלהון, וועלכע פֿאָדערט מען זאָל זיך נעמען צום אויספֿאָרשן די מעשׂה פֿונעם אָרעמסטן שטעטל אין אַמעריקע. פֿאַראַן אין שטעטל אַ שעכטהויז וואָס שעכט אַרום פֿערציק טויזנט הינער אַ טאָג. עס געהערט צו דער קהילה, און רופֿט זיך "נישט קיין פּראָפֿיטן"־אונטערנעמונג. די בעקערײַ אין שטעטל באַקט אַזוי גוט ווי אַכט הונדערט פֿונט מצה טעגלעך און דאָס געהערט צו דער שיל אין קרית־יואל.
פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ קינדערלעך גייען אין חדר אָדער ישיבֿה, מיט ביכער און טראַנספּאָרטאַציע, און אַלץ ווערט פֿינאַנצירט פֿון דער רעגירונג. די צאָל גײַסטיק קראַנקע קינדער ווערן פֿינאַנצירט פֿון דעם אַלגעמיינעם שטאָטישן פּאַבליק־סקול, אַלגעמיינער שול־סיסטעם, מיטן תּירוץ אַז די קינדער זײַנען אָרעמע אינוואַלידן און זיי האָבן דאָס רעכט צו געניסן פֿון די פֿעדעראַלע און שטאָטישע סובסידיעס.
ווי פֿריִער באַטאָנט, די פּאַרקיר־ערטער זײַנען אַלע מאָל פֿול מיט אויטאָס, וועגעלעך, ביציקלעטן און מאָטאָריזירטע מאָטאָציקלען. דער רבֿ הראָשי פֿון קרית־יואל האָט לעצטנס פֿאַרווערט צו טראָגן די בריליאַנטן־רינגלעך פֿאַר דער כּלה, כּדי "נישט אויסצושטעכן בײַ יענעם די אויגן".
אַז מ׳האָט שוין יאָ דעם חשבון, מוז מען זיך אַ קער טאָן צו אַנדערע נישט־פּריווילעגירטע אָפּנעמער פֿון די אַלע סובסידיעס, פּראָדוקטן־הילף און דירה־געלט־פֿאָנדן. דאָס מאָל קען מען זיך נישט נאָר אויסגלײַכן, נאָר מסתּמא אַרויס די געווינער. נעמט אין זינען, אַז די אײַנוווינער אין קרית־יואל פֿאַרמאָגן נישט קיין נאַרקאָטיק־צענטערס, נישט קיין כוליגאַניזם־פּראָגראַמען פֿאַר חבֿרה לויזע יאַטן און מיידלעך. עס זײַנען נישט פֿול מיט זיי די געריכטן מיט קרימינעלע פֿאַרברעכער, ס׳איז נישט פֿאַראַן קיין פּראָגראַם פֿאַר "איידס"־קראַנקע, אָדער פֿאַר יונגע מיידלעך וואָס פֿאַריאַטלען זיך צו פֿופֿצן אָדער זעכצן יאָר און פֿאַלן ווי אַ לאַסט אויף דער רעגירונג. די שטאָטישע רעגירונג אין ניו־יאָרק לײַדט פֿון משפחות וואָס האָבן נישט קיין טאַטעס. גאָר אַ סך פֿון זיי לעבן אויף קיצבֿה "וועלפֿייר" וואָס די רעגירונג שטעלט צו ווי אַ טאַטעלע, אַנישט הערט מען אַ ויצעקו פֿון איין עק שטאָט ביז דער צווייטער. די גנבֿה פֿון אויטאָס שטײַגט שוין צו עפּידעמישע פּראָפּאָרציעס. ווי נאָר עפּעס לויפֿט מען צו דער רעגירונג, אָבער נישט אין קרית־יואל.
קומען מיר צוריק צו קרית־יואל. די דאָרטיקע ייִדן קענען זיך דרייען און אַז עס קומט צו האַנדל־וואַנדל, צום אָפּשנײַדן זייער חלק פֿונעם שור־הבור און לוויתן פֿאַר משיחס צײַטן, זײַנען זיי סײַ־ווי בײַ אונדז ייִדן גרויס אין די אויגן, שוין אָפּגערעדט פֿון די גויים. דערווײַל, לאָמיר דערמיט נישט אָנווערן אַהבֿת־ישׂראל, פֿון אונדזער זײַט, הייסט עס. פֿון זייער זײַט וועט מען זיך ערשט דערוויסן ווער ס׳איז אַן איש־צדק־ותּמים, אַן אויפֿריכטיקער און אמתער ייִד, ווען משיח צדקנו וועט זיך באַווײַזן.