ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סוף פֿרילינג האָב איך זיך פֿאַררעגיסטרירט אויפֿן Facebook, וואָס — ווי איך ווייס איצט — האָט אויך אַ ייִדישן נאָמען: פּנים-בוך. אַמאָליקע צײַטן וואָלט עמעצער גלײַך באַשלאָסן, אַז גאָר ניט צופֿעליק האָב איך עס געטאָן דווקא סוף פֿרילינג, ווען אַ סך קרענק פֿלעגט מען פֿאַרבינדן מיט אַוויטאַמינאָז. הײַנט איז עס, אָבער, ניט אַקטועל — מיר וווינען ניט אין סאָמאַלי און באַקומען גענוג, צי אַפֿילו איבערגענוג, וויטאַמינען אין משך פֿונעם גאַנצן יאָר. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’וואַקסט די צאָל לײַט, וועלכע זײַנע געוואָרן מײַנע פּנים-ביכיקע פֿרײַנד. צומאָל זײַנען דאָס מענטשן, מיט וועלכע איך האָב לאַנגע יאָרן קיין קאָנטאַקטן ניט געהאַט, און עטלעכע זײַנען מיר נאָך אַלץ ניט באַקאַנט — לכל-הפּחות, אַזוי דאַכט זיך מיר. איך אַליין נוץ עס זייער זעלטן, וואָס איז אפֿשר אַ נאַרישקייט. אָבער מיר געפֿעלט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פּנים-ביכיקער קהילה. מיך חידושט, אַגבֿ, פֿאַר וואָס אונדזער צײַטונג איגנאָרירט נאָך אַלץ דעם דאָזיקן וויכטיקן קאַנאַל פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע.

טאַקע דורך דעם פּנים-בוך האָב איך באַקומען די בשׂורה-טובֿה פֿון דעם פּעטערבורגער רוסישן זשורנאַל "נאַראָד קניגי וו מירע קניג" ("עם-הספֿר אין דער ביכער-וועלט"), מיט אַן אונטערקעפּל, וואָס דערקלערט דעם זשאַנער פֿון דער אויסגאַבע: איבערזיכט פֿון ייִדישע ביכער. דער דאָזיקער זשורנאַל גייט אַרויס שוין אין משך פֿון 16 יאָר, זינט אויגוסט 1995. יעדע צוויי חדשים באַקומט דער לייענער אַ העפֿט, פֿול מיט אינטעלעקטועלער סחורה. אין ענגלאַנד, וווּ איך געפֿין זיך איצט, האָב איך לעצטנס באַקומען דעם נומער 91, וואָס איז אַרויס אין אַפּריל חודש. אָבער איצט וועל איך קענען לייענען דעם זשורנאַל אין אינטערנעץ! וועגן דעם האָט מען מיר טאַקע אינפֿאָרמירט דורך דעם פּנים-בוך, אַז דער עלעקטראָנישער נוסח איז צוטריטלעך געוואָרן לויטן אַדרעס www.narodknigi.ru. הגם די פֿולע טעקסטן זײַנען אויף רוסיש, קען מען אויך לייענען ענגלישע קיצורים.

איך בין זיכער, אַז די דאָזיקע נײַעס וועט דערפֿרייען טויזנטער רוסיש-לייענענדיקע אינטעלעקטואַלן, ליבהאָבערס פֿון ליטעראַרישן וואָרט, ווײַל דער פּעטערבורגער זשורנאַל דינט ווי אַ קלוגער וועגווײַזער — און אַ מין בית-דין אויך — אין דעם געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור. יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן אַ פֿרישע העפֿט פֿון "נאַראָד קניגי וו מירע קניג", דערמאָן איך זיך וועגן דעם ייִדישן זשורנאַל "ביכער-וועלט", וואָס האָט זיך באַוויזן אין קיִעוו אין גיכן נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע און שפּעטער איז ער, אויף אַ קורצער צײַט, באַנײַט געוואָרן אין וואַרשע. אַזעלכע צײַטשריפֿטן ווערן ווייניק פֿאַרעלטערט. זיי האָבן די מעלה פֿון לייענען זיך מיט גרויס אינטערעס אויך אין יאָרן אַרום.

אויף וויפֿל איך ווייס (און אין דעם פֿאַל פֿאַרלאָז איך זיך זייער גרינג אויף דעם וואָס איך ווייס), גייט אַרויס דער זשורנאַל אַ דאַנק איין ענטוזיאַסט פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט — דאָס איז אַלכּסנדר פֿרענקעל, דער גרינדער און רעדאַקטאָר. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין אַנדערע מענטשן באַשעפֿטיקן זיך ניט מיט דער אויסגאַבע און אַז ער האָט ניט קיין ברייטהאַרציקע פֿינאַנציעלע שטיצער. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך פֿאַראַן. אַנדערש וואָלט דער זשורנאַל פּשוט ניט אַרויס. אָבער פֿרענקעל איז, בלי-ספֿק, די צענטראַלע פֿיגור אין אָט דעם פּראָיעקט.

מיט אַ יאָר צוריק, ווען זײַן זשורנאַל איז געוואָרן 15 יאָר אַלט, האָט פֿרענקעל געשריבן, אַז די צײַטשריפֿט איז געבוירן געוואָרן צוליב דער בענקשאַפֿט נאָך אַ בוך. און ניט נאָך אַבי וועלכן בוך, נאָר אַ גוט בוך, גוט אָנגעשריבן און גוט אַרויסגעגעבן. פֿון דעם דאָזיקן עליטאַרן ציל שטאַמט דאָס שליחות פֿון קריטיקירן ליטעראַרישן און פֿאַרלעגערישן טאַנדעט. באַזונדערס אָפֿט ווערט די קריטיק געצילט קעגן די נאַכלעסיק, עם-הארציש געמאַכטע איבערזעצונגען, וואָס פֿאַרפֿלייצן דעם רוסישן מאַרק בכלל און דעם רוסיש-ייִדישן מאַרק בפֿרט.

מע מוז אויך זאָגן, ווײַל דאָס איז וויכטיק, אַז דער זשורנאַל הענגט ניט אין דער לופֿטן. ס’איז ניט סתּם אַ זשורנאַל, נאָר — אין תּוך גענומען — אַן אָרגאַן פֿון דעם פּעטערבורגער ייִדישן געמיינדע-צענטער און דער ביבליאָטעק פֿון דעם דאָזיקן צענטער. די ביכער-זאַמלונג (אויך אַן אויפֿטו פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל) איז באמת אוניקאַל. איך גלייב ניט, אַז ס’איז דאָ אַן אַנדער ביבליאָטעק, וואָס האָט צונויפֿגעקליבן אַזאַ רײַכע קאָלעקציע פֿון ייִדישע (דער עיקר, אויף רוסיש) ביכער און פּעריאָדישע אויסגאַבעס, וועלכע זײַנען אַרויס אויף דער טעריטאָריע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. איך האָב עס אָנגעשריבן און זיך אָפּגעשטעלט: און אפֿשר איז טאַקע דאָ נאָך אַזאַ קאָלעקציע? למשל, אין קיִעוו צי אין קעשענעוו? הלוואַי. אָבער איך גלייב ניט, אַז אין רוסלאַנד גופֿא איז דאָ אַ "קאָנקורענט".

הקיצור, איך שרײַב עס צו באַגריסן אַלכּסנדר פֿרענקעלן און זײַנע חבֿרים מיט דער נײַער פֿאַזע אין זייער טעטיקייט. איך האָף, אַז די אינטערנעץ-ווערסיע וועט צוציִען נײַע לייענער צו אָט דעם קלוגן זשורנאַל, וואָס שרײַבט אָפֿט וועגן ייִדיש. פֿרענקעל און זײַן קרײַז קענען דאָך און האָבן ליב אונדזער שפּראַך.