|
די אַספּיראַנטין נחמה עפּשטיין מיט שמואל־זײַנוול פּיפּע אינעם ווילנער ייִוואָ אַרכיוו, 1930ער יאָרן |
|
ווען מע זאַמלט אָן אַ ריזיקן באַרג פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל, בלײַבט די קשיא, ווי אַזוי זאָל מען אַלץ אײַנסדרן, מע זאָל קענען געפֿינען וואָס מע וויל? ווען די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט באַלד נאָך דער גרינדונג פֿונעם ייִוואָ אין 1925, האָבן צענדליקער — דערנאָך הונדערטער — זאַמלערס איבער גאַנץ פּוילן גאָר אין גיכן אָנגעהויבן אַרײַנשיקן אַהין פֿאָלקלאָר. ייִדישע וויצן האָט מען אַרײַנגעשיקט אין די טויזנטער און די אַספּיראַנטקע, נחמה עפּשטיין, איז געווען דער מענטש צווישן דעם ייִוואָ־פּערסאָנאַל וואָס האָט געדאַרפֿט באַשליסן, ווי אַזוי אײַנצוטיילן די גרויסע זאַמלונג וויצן.
אין אירע זכרונות פֿון דער ייִוואָ־אַספּיראַנטור אין די 1930ער יאָרן האָט לוסי דאַווידאָוויטש באַמערקט, אַז עפּשטיין האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכן חוש פֿון הומאָר; דעריבער איז נישט קיין וווּנדער, וואָס ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, האָט דווקא זי געבעטן צו באַאַרבעטן די וויצן־מאַטעריאַלן. נחמה עפּשטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין לאָדזש און געוואָרן אַ לערערין אין די ייִדישע קולטור־קרײַזן פֿון ווילנע, ווען זי איז אַהין אַריבערגעפֿאָרן אין 1922. זי האָט אויך געשריבן לידער און רעצענזיעס, און אָפֿט פֿאַרדינט ווי אַן איבערזעצערין פֿון פּויליש אויף ייִדיש. עס קאָן זײַן, אַז איר ערשטער קאָנטאַקט אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר איז געווען איר איבערזעצונג פֿון רעגינאַ ליליענטאַלס אַרטיקל וועגן דעם "עין־הרע" אינעם זשורנאַל "ייִדישע פֿילאָלאָגיע."
ווען דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן איז געקומען קיין ווילנע פֿון ניו־יאָרק אין 1930, אָנצופֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן פֿאָלקלאָר, האָט זי אָנטיילגענומען, און פֿון דעמאָלט אָן, האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר. זי איז געוואָרן אַן אַספּיראַנטקע אין ייִוואָ אין 1935 און געבליבן דאָרט אַלע פֿיר יאָר ביז דער מלחמה. זי איז אומגעקומען אין פּאָנאַר אין 1942.
שוין אין 1932 האָט נחמה עפּשטיין רעצענזירט עמנואל אָלשוואַנגערס פֿאָלקלאָר־זאַמלונג, וואָס איז שפּעטער אַרויס אין אַ נײַער אויפֿלאַגע, אונטערן טיטל "רויטע פּאָמעראַנצן". אָלשוואַנגערס זאַמלונג פֿון ליטוויש־ייִדישע וויצן איז אַ קלאַסישע, און ער האָט נישט נאָר געהאַט אַ חוש פֿאַר אַן עכטן ייִדישן וויץ, נאָר אויך איבערגעגעבן ווי מע דערציילט אַ וויץ אויף ייִדיש. למשל —
"איינער אַ ייִד, טרעפֿט דעם אַנדערן: 'פֿון וואַנען קומט איר?’
'פֿון אינסטערבערג’
'פֿון אינסטערבערג? וואָס הערט זיך נײַעס אין אינסטערבערג?’
'עס איז גאָר ניטאָ קיין נײַעס אין אינסטערבערג.’
'וואָס הייסט, עס איז ניטאָ קיין נײַעס אין אינסטערבערג? אַ גרויסע שטאָט אינסטערבערג, אָן נײַעס?’
'ווייס איך? אַ הינטל האָט געבילט’.
'אַ הינטל האָט געבילט? וואָס הייסט, אַ הינטל האָט געבילט?׳
'עס האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אַ סך מענטשן, האָט אַ הינטל געבילטשׁ.
'וואָס הייסט עפּעס, אַ סך מענטשן צוזאַמענגעקליבן, אַ הינטל געבילט אין אינסטערבערג?’
'ווייס איך וואָס? מע האָט פֿאַרהאַפֿטעט דײַן ברודער, האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אַ סך מענטשן, האָט אַ הינטל געבילט’.
מע האָט פֿאַרהאַפֿטעט מײַן ברודער? מענטשן צוזאַמענגעקליבן, אַ הינטל געבילט אין אינסטערבערג? וואָס הייסט? פֿאַר וואָס האָט מען פֿאַרהאַפֿטעט מײַן ברודער?’
'ער האָט געמאַכט אַ פֿאַלשן וועקסל, האָט מען אים פֿאַרהאַפֿטעט’.
'מײַן ברודער האָט געמאַכט אַ פֿאַלשן וועקסל? דאָס איז דאָך קיין נײַעס ניט.’
'נו יאָ! האָב איך דיר דאָך געזאָגט: עס איז ניטאָ קיין נײַעס אין אינסטערבערג".
נחמה עפּשטיין האָט געהאַלטן, אַז אָלשוואַנגער האָט צו פֿיל צעצויגן דעם וויץ, אַז וואָס קירצער, אַלץ בעסער. אָבער הײַנט, זענען מיר אַ מבֿין אויף אָלשוואַנגערס אויפֿטו בײַם אויפֿכאַפּן דעם דערציילערישן אַספּעקט פֿונעם טעקסט.
אונטער ווײַנרײַכס אויפֿזע, האָט עפּשטיין קלאַסיפֿיצירט די וויצן און אין איר אַרבעט וועגן דעם, געדרוקט אין די "ייִוואָ־בלעטער", באַטראַכט 1,300 וויצן און זיי אויסגעסדרט לויטן "לבֿוש" (די סבֿיבֿה אַרום די מענטשן) און "טענדענץ" (וועגן וואָס לאַכט מען?). זי האָט אײַנגעטיילט די וויצן אין דרײַ גרויסע קאַטעגאָריעס: פֿאַרשיידענע טעמעס — משפּחה, ייִד און נישט־ייִד, חסידים, און נאָך צוועלף ברייטע טעמעס; די צווייטע קאַטעגאָריע האָט זי באַצייכנט ווי הומאָריסטישע ווערטלעך, און די דריטע קאַטעגאָריע האָט אַרײַנגענומען וויצן פֿון באַקאַנטע וויצלערס, ווי מאָטקע חבד און הערשעלע אָסטראָפּאָליער.
עפּשטיינס אַרבעט איז געווען אַ פּיאָנערישע. די גרויסע זאַמלערס פֿון ייִדישע וויצן פֿאַר איר — אַלטער דרוּיאַנעוו, י. ח. ראַווניצקי, עמנואל אָלשוואַנגער, האָבן קיין סך זיך נישט אַרײַנגעטראַכט ווי אויסצושטעלן זייערע מאַטעריאַלן. עפּשטיין האָט אײַנגעזען, למשל, אַז די חכמות פֿון די באַקאַנטע וויצלערס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע. אינעם ייוואָ־באַנד "ייִדישער פֿאָלקלאָר" פֿון 1938 האָט עפּשטיין צוגעגרייט דעם וויצן־אָפּטייל און געמאַכט די פֿאַרגלײַכיקע באַמערקונגען. זי האָט קיין מאָל נישט אַנאַליזירט דעם ייִדישן הומאָר. די ייִוואָ־אַספּיראַנטן האָבן, קודם־כּל, געדאַרפֿט זאַמלען און אײַנסדרן, און ערשט דערנאָך, טיפֿער באַטראַכטן דעם מאַטעריאַל.
זאַמלונגען פֿון ייִדישע וויצן ווערן פֿון צײַט צו צײַט פּובליקירט נאָך הײַנט. איינע פֿון די ערשטע זאַמלונגען, וואָס ווערט זעלטן הײַנט דערמאָנט, איז הרבֿ י. ל. לאַזעראָווס "ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישע וויצן", וואָס איז אַרויס אין 1928 אין ניו־יאָרק. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם בוך, האָט ער אײַנגעטיילט די וויצן לויט דער סדרה פֿון דער וואָך, און אין דער צווייטער העלפֿט, לויטן יום־טובֿ, און אַנדערע ייִדישע טעמעס. מסתּמא אין דער קאַטעגאָריע "בעל־עגלה־וויצן", וואָלט נחמה עפּשטיין געשטעלט דעם ווײַטערדיקן וויץ פֿון לאַזעראָווס "ענציקלאָפּעדיע":
"אַ בעל־עגלה האָט זיך באַרימט, אַז אים איז קלאָרער דער וועג פֿון זײַן שטעטל ביז קאָוונע, מער ווי אַ ייִד אין אַשרי.
סטײַטש! האָט מען אים געזאָגט — אַ ייִד זאָגט דאָך אַשרי דרײַ מאָל אין טאָג און דו פֿאָרסט נאָר איין מאָל אַ וואָך, ווי זשע איז מעגלעך, אַז דיר זאָל דער וועג זײַן מער קלאָר, ווי אַ ייִד אין אַשרי?
אַדרבה, האָט דער בעל־עגלה געענטפֿערט — נעמט אַפֿילו דעם רבֿ און הייסט אים זאָגן אַשרי אויף צוריק, וועט ער נישט קענען, און איך פֿאָר דאָך הין און צוריק".