קינאָ
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
העטער טענצער, די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם
העטער טענצער, די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם
Credit: Heather Tenzer

וואָס טראַכט מען צום אַלעם ערשטן, ווען מען הערט דעם נאָמען "נטורי־קרתּא"? דורכויס אַנטי-ציוניסטיש, פֿאַררעטערס, קאַריקאַטורן פֿון פֿרומע ייִדן, חבֿרים פֿון דעם ימח-שׁמוניק אַכמאַדינעדזשאַד, אָדער פּשוט אַ באַנדע משוגעים, וואָס זאָגן זיך אָפּ שוין לאַנגע יאָרן אַראָפּצוקריכן פֿונעם דאַך?

אַלע ענטפֿערס זענען די געוויינטלעכע ריכטיקע ענטפֿערס, אָבער לויט דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס מע האַלט בײַם פֿאַרענדיקן, זענען עפּעס אָט די חסידים אינגאַנצן גאָר אַנדערש. זיי קומען אַרויס אינעם פֿילם ווי אַ מין מענטשן־רעכט גרופּע, וואָס איז באַזאָרגט מיט די רעכטן פֿון די פּאַלעסטינער און צילעוועט מסביר צו זײַן פֿאַר דער וועלט דעם גרויסן חילוק צווישן "עכטער ייִדישקייט" און ציוניזם.

דער פֿילם דערמאָנט ניט, למשל, זייערע וואַרעמע באַציִונגען מיט יענעם איראַנישן פֿירער, עפּעס וואָס אַפֿילו אַנטי-ציוניסטישע גרופּעס ווי סאַטמאַר האָבן לגנאַי אָפּגעשאַצט. העטער טענצער, די רעזשיסאָרין פונעם פֿילם טענהט, אַז "דער פֿילם פֿאָקוסירט זיך טאַקע אויף די באַציִונגען פֿון נטורי־קרתּאניקעס מיט פּאַלעסטינע און פּאַלעסטינער, אָבער ער באַהאַנדלט אויכעט זייער אַרבעט ווי אַקטיוויסטן, וואָס פּרוּוון צו שאַפֿן בריקן מיט דער גאַנצער מוסולמענישער און אַראַבישער וועלט. זיי האַלטן זיך אָן אין דער געשיכטע פֿון אַ בשותּפֿותדיק לעבן צווישן ייִדן און מוסולמענער (פֿאַר 1948). בעת זיי שמועסן מיט די אַראַבער און מוסולמענער, דערמאָנען זיי דאָס דאָזיקע בשותּפֿותדיק לעבן, ווען ס׳איז געווען אַ מין שלום און מע האָט געלעבט ווי שכנים; דער ענין פֿון נאַציאָנאַליזם האָט נאָך ניט עקזיסטירט. ווען זיי האָבן געלעבט אונטער סעקולערע אָדער ניט-ייִדישע ממשלות, איז געווען קאָ-עקזיסטענץ."

פֿאַר העטער טענצער איז עס איר ערשטער פֿול-לענגיקער פֿילם. זי האָט שוין געמאַכט עטלעכע קורצע דאָקומענטאַרן, וואָס האָבן אויך אַ שײַכות צום ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך. אָט דער סיכסוך ווערט גערעכנט, ווײַזט אויס, ווי אַן אומסופֿיקער קוואַל פֿאַר פֿילם-מאַכערס בכלל און פֿאַר דאָקומענטאַריסטן בפֿרט. אויב מע מאַכט אַ פֿילם וועגן יעדער טעמע און מעגלעכן קוקווינקל פֿונעם סיכסוך, איז עס ניט קיין חידוש, אַז אויך וועגן דער טעמע ווערט געמאַכט אַ פֿילם. מע קען דאָך די גרופּע פֿרומע־לײַט ניט אויסמײַדן. פֿרום אויסגעקליידט און מיטמאַרשירנדיק אַ סך מאָל אין פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס מיט אַנדערע מינים גרופּעס, טרעטן זיי אויף בײַ יעדער געלעגנהייט און אויף יעדער מעגלעכער בינע, כּדי צו ווײַזן דער וועלט זייער קעגנערשאַפֿט צום ציוניזם און צו דער עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל; ניט נאָר קעגן איר פּאָליטיק.

אַ גרופּע מיטגלידער פֿון "נטורי־קרתא" באַגריסן דעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנוווי לטובֿת עזה, דעם 23סטן דעצעמבער 2009
אַ גרופּע מיטגלידער פֿון "נטורי־קרתא" באַגריסן דעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנוווי לטובֿת עזה, דעם 23סטן דעצעמבער 2009
Credit: Getty Images

די אָפּרופֿן פֿון מענטשן, וואָס דערוויסן זיך וועגן וואָס איז דער פֿילם, זענען דווקא פּאָזיטיווע, דערציילט טענצער. "פֿילמירנדיק איבער דער אַראַבישער וועלט (עגיפּטן, ירדן, טערקײַ) ביז דעם עזה-פּאַס, האָבן עטלעכע סעקולערע לינקע ייִדן רעאַגירט מיט התלהבֿות אויף מײַן אַרבעט, געפֿינענדיק געוויסע אידעאָלאָגישע איינהייטן מיט די פֿרומע ייִדן, וואָס שייך ישׂראל. ניט-ייִדן זענען בדרך-כּלל איבערראַשט, ווען זיי זעען ווי די אָרטאָדאָקסישע ייִדן אַרבעטן מיט מיט די פּאַלעסטינער. אָבער איך טרעף זיך אויכעט מיט אַזעלכע וואָס זאָגן מיר, אַז זיי (די נטורי-קרתּאניקעס) זענען בלויז אַ מינדערהייט וואָס פֿאַרטרעט בשום-אופֿן ניט דאָס ייִדישע פֿאָלק; און אַז זייער מיינונג דאַרף בלײַבן פֿאַרשוויגן." העטער, וואָס שטאַמט אַליין פֿון אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער משפּחה, דערציילט, אַז הגם איר משפּחה איז פּאָליטיש צעטיילט צווישן "ציוניסטן" און "אַנטי-ציוניסטן", שטיצן זי אַלע אירע קרובֿים. "זיי ווילן, אַז איך זאָל זײַן צופֿרידן אין לעבן, טוענדיק מײַן פֿילם-אַרבעט. רעדנדיק מיט באַקאַנטע פֿון דער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער סבֿיבֿה וועגן דעם פֿילם, באַקום איך אָפֿט מאָל אַ שטיל-שווײַגעניש, אָבער די אַנדערע זענען זייער נײַגעריק, הגם זיי זענען ניט מסכּים מיט זייער אידעאָלאָגיע. זייער אָפֿט ווערן די נטורי-קרתּאניקעס דעמאָניזירט און דער פֿילם צילעוועט צו געבן אַ נײַעם קוק אויף זיי און אַן אַנדער ייִדישן קוק לגבי ישׂראל בפֿרט. הגם ס׳רובֿ זענען מיט זיי ניט מסכּים, איז עס פֿאָרט וויכטיק אַרויסצוברענגען זייער קול."

העטערן איז זייער וויכטיק געווען צו אינטערוויויִרן די מענטשן אין זייער ערשטער שפּראַך און עס קומט אַזוי אויס, אַז ייִדיש הערט זיך צום מערסטנס אינעם פֿילם (מיט ענגליש, העברעיִש און אַראַביש). דאָס איז דאָך ניט געווען קיין לײַכטע אַרבעט פֿאַר איר, זײַענדיק אַליין ניט באַהאַוונט אין דער שפּראַך. אָבער זי זאָגט, אַז אויך צוליב זייער נעגאַטיווער שטעלונג לגבי דעם הײַנטיקן עבֿרית, וואָס ווערט בײַ זיי גערעכנט ווי אַ חילול פֿון דער הייליקער שפּראַך, אַנטקעגן זייער אָפּשאַצונג פֿאַר ייִדיש, איז איר געווען וויכטיק, אַז דער פֿילם זאָל געמאַכט ווערן וואָס מער אויף ייִדיש. "איך האָף, אַז דער פֿילם וועט געוויזן ווערן אויך פֿאַר וועלטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע, און דאָס בשותּפֿותדיקע לשון וועט פֿאַרבינדן מענטשן, וואָס קומען פֿון פֿאַרשיידענע פּערספּעקטיוון (וואָס שייך דעם פֿרום־וועלטלעכן קאָנטראַסט)."

וועגן די שוועריקייטן פֿון מאַכן דעם פֿילם אויף ייִדיש, זאָגט זי, אַז "פֿון איין זײַט איז עס טאַקע שווער געווען צו קאָמוניקירן זיך מיט די מענטשן; די רעליגיעזע באַריערן און דער פֿאַקט, אַז איך בין אַ פֿרוי, האָבן געשטערט צו שאַפֿן אַ מער אינטימע שטימונג מיט זיי. אַ טייל פֿון זיי רעדן אויך אַנדערע שפּראַכן, חוץ ייִדיש, אָבער ניט אַלע. איך האָב זיך געפֿילט זייער באַפֿרידיקט צו מאַכן דעם פֿילם אויף ייִדיש, און איך וואָלט אים ניט געמאַכט אויף אַן אַנדער אופֿן. אויף ענגליש וואָלט עס געווען גאָר אַן אַנדער פֿילם, וואָס וואָלט ניט געכאַפּט זייער פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער טראַדיציע."

זוכנדיק הילף, אי פֿאַר איבערזעצונגען, אי פֿאַר לאַחר-המעשׂה, האָט העטער זיך באַקאַנט מיט אויסערגעוויינטלעכע ניו-יאָרקער, וואָס זענען איינגעטונקען אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און זענען געוואָרן פֿאַרכאַפּט מיט דער טעמע.

מיר קענען נאָר אַרויסקוקן אויף דעם פֿילם, וואָס ווי געזאָגט, וועט מסתּמא אַרויס פֿרילינג, 2012.