געזעלשאַפֿט
די דעמאָנסטראַנטן האַלטן טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער: "מע אַרבעט, אַרבעט, אַרבעט, און מע בלײַבט ווײַטער אָרעם"
די דעמאָנסטראַנטן האַלטן טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער: "מע אַרבעט, אַרבעט, אַרבעט, און מע בלײַבט ווײַטער אָרעם"
Credit: Getty Images

אויב עס האָט ווער געמיינט, אַז דער סאָציאַלער צונאַמי, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם מיטעלן אָריענט וועט אויסמײַדן מדינת־ישׂראל — האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות. דעם אמתדיקן המשך האָט קיינער נישט פֿאָרויסגעזען. אַפֿילו נישט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם המשך.

והראיה — ער איז געקומען, נישט געקוקט אויף דער אָנגענומענער מיינונג אין דער מערבֿדיקער וועלט און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט, אַז מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך מחוץ דעם סאָציאַלן פֿאַרמעסט קעגן די קאָרומפּירטע און אָפּגעשטאַנענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען אין דעם ווינקל פֿון דער וועלט. נישט געקוקט אָבער אויף דער טיף אײַנגעוואָרצלטער זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז "ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מדינה אין נאָענטן אָריענט", און דעריבער איז נישטאָ קיין סיבה זי זאָל ווערן מיטגעריסן מיטן סאָציאַלן צונאַמי; און אויך נישט געקוקט אויף דער אומגעוויינטלעכער היץ, וואָס הערשט די טעג נישט נאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס און אין וואַשינגטאָן, נאָר אויך אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים — נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, זענען דעמאָנסטראַטיוו אַרויס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע אין די גאַסן — נישט נאָר פֿון די הײַזער און פֿון די "פּאַבן", נאָר אַפֿילו אויך פֿון די געצעלטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין צענטער פֿון דעם לעבנס־בינשטאָק פֿון תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך אין ירושלים, באר־שבֿע, חולון און אַפֿילו אין די פּעריפֿעריע־שטעטלעך: ווי קרית־מלאכי און קרית־גת ביז קרית־שמונה אין צפֿון, און ביז אילת אין דרום. דער "קאָטעדזש" איז אַראָפּ פֿון די עטיקעטן אויף די בעכערס פֿון מילכוואַרג און האָט זיך באַזעצט אין די פּראָטעסט־געצעלטן קעגן דער וווינונגס־נויט פֿון דער באַפֿעלקערונג; דער עיקר, פֿון דער יוגנט.

אַ נישט קיין קלענערע שטערונג, וואָס האָט לכתּחילה באַדראָט דעם דערפֿאָלג פֿון דעם ספּאָנטאַנעם פּראָטעסט, איז אויך געווען דער פֿאַרמעסט, וואָס איז דעם זעלבן מוצאי־שבת פֿאָרגעקומען אין דער טעלעוויזיע אַרום דער קרוינונג פֿון דעם "נײַעם סטאַר" — דער עטיאָפּישער זינגערין עדה, חגית יאַסאָ. אָבער פּאַראַלעל צו דעם פּאָפּולערן "נײַעם סטאַר" פֿון דער פֿאַרווײַלערישער פּראָדוקציע איז דעם זעלבן אָוונט אויפגעקומען אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, און אָן רעקלאַמע, אַ נײַער "סטאַר" פֿון דעם סאָציאַל-געזעלשאַפֿטלעכן אויפֿברויז — דאָס איז די יונגע און נישט ווייניקער סימפּאַטישע דאַפֿני ליף, איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פּראָטעסט־געשריי אין תּל־אָבֿיבֿ קעגן דעם וווינונגס־יקרות אין לאַנד.

זינט די עטניש־סאָציאַלע אומרוען אויף דעם זעלבן באָדן אין דעם חיפֿהר אָרעמקייט־קוואַרטאַל וואַדי סאַליב אין יאָר 1959, מיט 52 יאָר צוריק, איז דאָס געווען דער ערשטער ספּאָנטאַנער און אומפּאַרטיייִשער פֿאָלקס־פֿאַרמעסט קעגן דער מאַכט. עס איז נייטיק צו דערמאָנען, אַז כּדי נישט צו פֿאַרלעצן די אומפּאַרטיייִשקייט פֿון דעם פּראָטעסט־מאַרש קעגן דער וווינונגס־נויט, האָט "שלום עכשיו" ("שאַלאָם אַכשאַוו") מבֿטל געמאַכט די אָנגעזאָגטע מאַניפֿעסטאַציע, וואָס די דאָזיקע באַוועגונג האָט געהאַט געגרייט אויף דעם זעלבן אָוונט קעגן די לעצטע פֿאָלגן פֿון נתניהוס פּאָליטיק און קעגן די געזעצן פֿון דער כּנסת.

עס איז אָבער פֿאַראַן אַ וועזנטלעכער אונטערשייד צווישן דעם כאַראַקטער פֿון די צוויי מרידות — פֿון דעם עטניש־סאָציאַלן באַשטאַנד פֿון דעם דעמאָלטיקן בונט פֿון די "שוואַרצע פּאַנטערס" אינעם חיפֿהר אָרעמקייט־קוואַרטאַל וואַדי סאַליב, קעגנאיבער דעם איצטיקן געצעלטן־פּראָטעסט אויף דעם באַלעבאַטיש־בירגערלעכן ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ עס געפֿינט זיך די אַקציאָנערן־בערזע און אַנדערע פֿינאַנציעלע אינסטאַנצן. די דעמאָנסטרירנדיקע יוגנט געהערט לרובֿ צום מיטלקלאַס, וועלכער איז אויך געטראָפֿן געוואָרן פֿון דער עקאָנאָמישער פּאָליטיק פֿון דער נתניהו־רעגירונג, וואָס דינט די אינטערעסן פֿון די טײַקונס, די מיליאַרדערן.

אין אָט דער דעמאָנסטראַציע, אויף וועלכער עס זענען געטראָגן געוואָרן לאָזונגען פֿאַר סאָציאַלן צדק, פֿאַר דעם חובֿ פֿון דער מדינה צו פֿאַרזיכערן יעדן בירגער אַ דאַך איבערן קאָפּ, און אונטערן רוף "דאָס פֿאָלק וויל באַזײַטיקן נתניהון פֿון דער מאַכט", איז אויפֿגעקומען ספּאָנטאַן די באַוועגונג "התעוררות" ("דערוואַכונג") אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דער פֿריִער דערמאָנטער דאַפֿני ליף.

די פֿרידלעכע דעמאָנסטראַציע איז פֿאָרגעקומען מיט דער דערלויבעניש פֿון דער פּאָליציי און לויט אַלע כּללים פֿון די דעמאָקראַטישע רעכט פֿון די בירגער. זי איז נישט געוואָרן צוגעלאָזט צום טראַדיציאָנעלן היסטאָרישן אָביעקט פֿון די פּראָטעסט־מאַניפֿעסטאַציעס, דעם גרויסן ראַבין־פּלאַץ, ווײַל ער ווערט איצט רעמאָנטירט. איז דעריבער די דעמאָנסטראַציע אַרויס פֿון דעם קליינעם ענגן פּלעצל אין פֿראָנט פֿון דעם נאָרוואָס איבערגעבויטן בנין פֿון "הבימה"־טעאַטער. אין איר מאַרשרוט איז זי געריכטעט געוואָרן צום פּלאַץ פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער קונסט־מוזיי און האָט אויפֿן וועג זיך אויסגעברייטערט און איז אויסגעוואַקסן אין אַ כּוח, וואָס האָט איבערגעשטיגן אַפֿילו די דערוואַרטונגען פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן.

אַ גרופּע ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן בלאָקירן אַ הויפּטגאַס מיט זייערע געצעלטן, מאָנטיק, אין תּל־אָבֿיבֿ
אַ גרופּע ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן בלאָקירן אַ הויפּטגאַס מיט זייערע געצעלטן, מאָנטיק, אין תּל־אָבֿיבֿ
Credit: Getty Images

נאָך דעם גרויסן מיטינג אויפֿן פּלאַץ פֿונעם שטאָטישן מוזיי האָט די דעמאָנסטראַציע זיך נאָך מער אויסגעברייטערט, איז אַרויס פֿון דעם באַשטימטן תּחום פֿון איר טראַסע און איז דערגאַנגען צו אַ גוואַלטזאַמען צוזאַמענשטויס מיט דער פּאָליציי, מיט פּאָליציייִשע רײַטערס, מיט קלעפּ און מיטן אַרעסט פֿון 40 דעמאָנסטראַנטן, וועלכע זײַנען דעם אַנדערן טאָג געוואָרן באַפֿרײַט, אָבער 8 פֿון זיי האָט דאָס געריכט פֿאַרווערט זיך צוריקצוקערן אויפֿן אָרט פֿון די געצעלטן. זײַנען אָבער גלײַך אויסגעוואַקסן נײַע געצעלטן קעגנאיבער דער ראַיאָן־קאָמאַנדע פֿון דער פּאָליציי, און אַ נײַער געצעלטן־לאַגער איז אויפֿגעקומען אין דעם אָרעמען קוואַרטאַל "שכונת התּקווה" אין דרום פֿון דער שטאָט, ווי אויך אין באר־שבֿע. עס זײַנען צוגעשטאַנען צו אים די סטודענטן — און אַזוי האָט דער פּראָטעסט קעגן דער סאָציאַלער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג אָנגענומען אַלץ מער און מער אַ מאַסיוון פֿאַרנעם. אין ירושלים איז דער געצעלטן־לאַגער אַריבער פֿון דעם רויזן־פּאַרק ("פּרק ורדים") צום פּלאַץ אויפֿן פֿראָנט פֿון דער כּנסת. צו דעם איז צוגעקומען דער שווערער אַרבעט־קאָנפֿליקט און שטרײַק פֿון די דאָקטוירים אין די שפּיטעלער, און דער שטרײַק און מאַרש פֿון איבער טויזנט יונגע דאָקטוירים־פּראַקטיקאַנטן, און צום סוף — דער הונגער־שטרײַק פֿון דעם פֿאָרזיצער פֿונעם דאָקטוירים־פֿאַרבאַנד, ד"ר אידעלמאַן, און זײַן פּראָטעסט־מאַרש בראָש פֿון צענדליקער דאָקטוירים צופֿוס פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים. אַ רעוואָלוציאָנערע אַטמאָספֿער האָט זיך אויסגעשפּרייט איבערן לאַנד.

און אַזוי האָט דער פּראָטעסט נישט אויפֿגעהערט אויך די אַנדערע טעג — אויך נישט, ווען נתניהו האָט זיך דערקלערט ווי אַ "שותּף צו דער רעוואָלוציע" און האָט אַרויסגעצויגן אַ נײַעם כּישוף־רעצעפּט פֿון זײַן צילינדער, וועלכן ער האָט אַנטפּלעקט אויף זײַן פּרעסע־קאָנפֿערענץ דינסטיק דעם 26סטן יולי 2011, ווען די דאָזיקע שורות ווערן געשריבן.

מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער, דאָנערשטיק אין אָוונט, איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַקל־צוג אויף די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אַ באַשיידענע דעמאָנסטראַציע אין ירושלים. דאַקעגן האָט זיך דאָס אויפֿשטעלן פֿון די פּראָטעסט־געצעלטן אויסגעשפּרייט איבער מערערע שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד. אויף וויפֿל די דאָזיקע פּראָטעסט־מאַניפֿעסטאַציע האָט איבערראַשט די עסקנים פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, זאָגט עדות דער פֿאָלגנדיקער עפּיזאָד: ווען איינער פֿון די דעמאָנסטראַנטן איז געוואָרן אינטערוויויִרט דורך אַ צײַטונגס־רעפּאָרטער, האָט זיך אַרײַנגעמישט אַ זײַטיקער, פֿון דער גאַס, אַן עסקן פֿון ליבערמאַנס "ישׂראל ביתנו" און האָט אים אויפֿמערקזאַם געמאַכט דערויף, אַז אַלע געצעלטן זײַנען פֿון איין און דעם זעלבן מאָדעל, און אַז זיי זײַנען פֿינאַנצירט געוואָרן פֿון איין און דעם זעלבן מקור: פֿון דעם "קרן החדשה", די "נײַע פֿונדאַציע", קעגן וועלכער דער רעכטער לאַגער, בראָש מיט "ישׂראל ביתנו", די פּאַרטיי פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָט געעפֿנט אַ העפֿטיקע העץ־קאַמפּאַניע אין לאַנד און איבער דער ייִדישער וועלט.

די דאָזיקע פּאַרטיי האָט מצליח געווען אַדורכצופֿירן אין דער כּנסת "דאָס געזעץ קעגן חרם" פֿון "ישׂראל ביתנו", לויט וועלכן עס וועלן באַשטראָפֿט ווערן די אַלע, וואָס רופֿן צו אַ חרם קעגן די מתנחלים — אָבער אין רעזולטאַט, צילט ער אַרײַנצולייגן אין חרם די דאָזיקע "לינקע" פֿונדאַציע און איז מיט אַ וואָך פֿריִער, מיט דער הילף פֿון "ליכּוד", ראַטיפֿיצירט געוואָרן דורך דער כּנסת. דאָס דאָזיקע געזעץ, קעגן וועלכן עס האָבן זיך קאַטעגאָריש אַרויסגעזאָגט די "פּרינצן" פֿון "ליכּוד" — בעני בעגין, דער כּנסת־פֿאָרזיצער ראובֿן ריוולין, דן מערידאָר, מיכאל איתּן א"אַ, ווי אויך די יורידישע ראַטגעבערס פֿון דער כּנסת און פֿון דער רעגירונג — איז אָבער געוואָרן הייס אונטערגעשטיצט פֿון נתניהו, און דאָס — צוליב זײַן ריוואַליטעט מיט זײַן הויפּט־שותּף אין דער קאָאַליציע, אַבֿיגדור ליבערמאַן, פֿאַר דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דעם רעכטן נאַציאָנאַליסטישן לאַגער.

דאַקעגן האָט נתניהו געוווּנקען אויף לינקס, צו די וויילער פֿון "קדימה" און פֿון די "לינקע" פּאַרטייען, אַרויסטרעטנדיק קאַטעגאָריש קעגן ליבערמאַנען בעת דער אָפּשטימונג איבער דעם צווייטן המשך־געזעץ פֿון "ישׂראל ביתנו" — וועגן אויפֿשטעלן פּאַרלאַמענטאַרישע אויספֿאָרש-קאָמיסיעס צו פֿאָרשן די לינקע פֿונדאַציעס פֿאַר מענטשן־רעכט וועגן די פֿרעמדע פֿינאַנציעלע מקורות, וואָס שטיצן זייערע טעטיקייטן אין לאַנד.

וועלנדיק אָבער גיך פֿאַרלעשן די שׂרפֿה פֿון דעם וווינונגס־פּראָטעסט און פֿאַרהאַלטן די כוואַליע פֿון דעם אָנקומענדיקן סאָציאַלן צונאַמי, וועלכער האָט שוין, לויט די פֿאַרעפֿנטלעכטע פּובליק-טעסטן אַראָפּגענידערט זײַן פּאָפּולאַריטעט פֿון 54 צו 36 פּראָצענט, בעת 87% פֿון דער באַפֿעלקערונג שטיצן די געצעלטן-כוואַליע, האָט נתניהו, נאָך צוויי און אַ האַלבן יאָר פֿון טאָטאַלער גלײַכגילטיקייט פּלוצעם מגלה געווען, אַז שולדיק אין דער וווינונגס־נויט איז "דער מאָנאָפּאָל פֿון דער רעגירונג" — פֿון זײַן רעגירונג! — וועלכע הערשט איבער 93% פֿון דעם מלוכישן באָדן — דעם באָדן וואָס ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט האָבן אין משך פֿון מער ווי הונדערט יאָר אָפּגעקויפֿט בײַ די אַראַבישע עפֿענדיס דורך די צדקה־פּושקעס פֿון "קרן־קימת" און "קרן־היסוד". 90% פֿון דעם רעגירונגס־באָדן געפֿינט זיך אונטער דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער "מלוכישער באָדן־אַדמיניסטראַציע". דער צווייטער שותּף צו דער שולד איז די געוואַלדיקע ביוראָקראַטיע, וואָס צוימט דעם פֿרײַען מאַרק. דאָס האָט ער פּלוצעם איצט אַנטפּלעקט — אונטערן דרוק פֿון דער אויסגעבראָכענער מרידה, וואָס באַדראָט די הערשאַפֿט פֿון זײַן פּאַרטיי, מיט אים בראָש.

אונטער דעם עפֿעקטיוון דרוק פֿון דער פֿאָלקס־מרידה איז נתניהו פּלוצעם געוואָרן אַ רעוואָלוציאָנער, אַ שותּף צו דער רעוואָלוציע, ווען ער האָט אָפּגערופֿן זײַן וויזיט אין פּוילן און האָט אָנגעזאָגט דעם "רעוואָלוציאָנערן פּלאַן", ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, וועלכן ער האָט אויפֿגעדעקט דינסטיק אויף דער אײַליק גערופֿענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ.

אין זײַן "רעוואָלוציאָנערן" פּראָיעקט, וועלכן ער האָט אַנטפּלעקט און וועלכער קלינגט טאַקע זייער אַטראַקטיוו. אָבער נתניהו שטיצט זיך ווײַטער אויפֿן "גאָלדענעם קאַלב" פֿון דעם "פֿרײַען מאַרק", וועלכער האָט שוין נישט איין מאָל פֿאַרפֿירט מיט זײַנע ספּעקולאַציעס און קרעדיט־קריזיסן און מיט אַלע אַנדערע פּלאָגן פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — מחמת זײַן פּרינציפּיעלער און אידעאָלאָגישער קעגנערשאַפֿט צו דער אַרײַנמישונג פֿון דער רעגירונג אין די עקאָנאָמישע פּראָצעסן. און ער איז עלול אויך דאָס מאָל צו אַנטוישן און פֿאַרוואַנדלען די לייזונג פֿון דער וווינונגס־נויט און זײַנע צוזאָגן אין אַ נײַעם זייפֿנבלאָז — אַזוי ווי זײַן אויסגעפּרעסטן צוזאָג וועגן די "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער", און אַזוי ווי זײַנע אַכט אַנדערע צוגעזאָגטע און נישט רעאַליזירטע פּראָיעקטן, וואָס זייער אַלעמענס צוועק איז געווען — צו לייזן זײַן הערשאַפֿטס־נויט און אויפֿצוהאַלטן וואָס לענגער זײַן מאַכט.

דערווײַל אָבער דויערט שוין דער דאָקטוירים־קאָנפֿליקט 130 טעג — שוין מער ווי פֿיר חדשים! — און די דאָקטוירים אין די שפּיטעלער שטרײַקן שוין ווידער. עטלעכע צענדליק פֿון זיי האָבן דערקלערט אַ הונגערשטרײַק מיט אַ מאַרש קיין ירושלים; איבער טויזנט דאָקטוירים־פּראַקטיקאַנטן דעמאָנסטרירן און פּראָטעסטירן. דאָס געזונטוועזן איז אָבער קראַנק און עס איז נישטאָ ווער עס זאָל אים היילן.

ווי זאָגט דאָס פּוילישע ווערטל? — אַז ביז דער דיקער וועט ווערן שלאַנק, וועט דער דאַרער ווערן קראַנק — און דער קראַנקער וועט, נאַטירלעך, שטאַרבן...

תּל־אָבֿיבֿ, יולי 26 2011