דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר די לעצטע פּרשה אינעם חומש "במדבר". במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים, האָבן מיר כּסדר באַטראַכט און געשטרעבט צו באַהויפּטן דעם לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה.
די ערשטע פּרשה — "במדבר" — מיט וועלכער עס הייבט זיך אָן דער ציקל פֿון די סדרות, וואָס פֿאַרענדיקט זיך די וואָך, באַשטייט, על־פּי־רובֿ, פֿון פּרטימדיקע חשבונות. לויטן אָנזאָג פֿונעם אייבערשטן, האָט משה רבינו געהייסן איבערצוציילן די צאָל פֿון דערוואַקסענע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר אַלט אין יעדן ייִדישן שבֿט. כּמעט די גאַנצע פּרשה "במדבר" באַשטייט פֿון פּרטימדיקע חשבונות און רשימות פֿון משפּחות. צוליב דעם, ווערט דער דאָזיקער אָפּטייל פֿונעם חומש אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות".
די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן אויפֿן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. צוליב דער זעלבער סיבה, טאָר מען אויך נישט ציילן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן. כּדי דורכצופֿירן דעם דעמאָגראַפֿישן חשבון, האָט משה רבינו געזאַמלט אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן איבערגעציילטן ייִד אין יעדן באַזונדערן שבֿט, און אויסגערעכנט דעם סך־הכּל.
די סיבה פֿון די דאָזיקע חשבונות איז געווען, ווי עס דערקלערן אויך די מפֿרשים, בעצם אַ נעגאַטיווע. אַ סך ייִדן זענען אומגעקומען אינעם מידבר צוליב דעם חטא־עגל־הזהבֿ און אַנדערע עבֿירות; דער אייבערשטער האָט אָבער געוויזן, אַז נישט געקוקט אויף דער שטראָף פֿאַר די זינד, בלײַבט יעדער אומגעקומענער ייִד פֿאַר אים טײַער. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז די פֿרויען, קינדער און זקנים, וועלכע זענען נישט געווען פֿאַרמישט אין דער עבֿודה־זרה פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, זענען נישט אַרײַן אינעם חשבון, ווײַל מע האָט נישט געדאַרפֿט זיי איבערציילן.
יעדער מענטש איז אַ גאַנצער אוניקאַלער אוניווערס, הגם נישט יעדער פֿאַרווירקלעכט און נישט יעדער באַמערקט בכלל, צום באַדויערן, דעם אייגענעם אומבאַגרענעצטן גײַסטיקן פּאָטענציאַל. אַ גײַסטיק־דערהויבענער מענטש איז העכער פֿון דעמאָגראַפֿישע חשבונות. אַ געזונטע געזעלשאַפֿט, וווּ עס הערשט אַחדות און ברידערלעכע ליבשאַפֿט, איז אויך העכער פֿון פּרטימדיקע חשבונות.
אין דער הײַנטיקער וועלט זענען אָפֿטע פֿאָלק־ציילונגען אויך צומאָל אַ סימן פֿון זאָרג און אומזיכערקייט. למשל, ווען די אײַנוווינער פֿון אַ שטאָט זענען געזונט, אָרגאַניזירט, גוט באַזאָרגט מיט אַלע נייטיקע באַדערפֿענישן און באַציִען זיך פֿרײַנדלעך איינער צום צווייטן, איז געוויינטלעך נישטאָ קיין סיבה איבערצוציילן כּסדר זייער צאָל.
פֿון דער צווייטער זײַט, דינען חשבונות צומאָל דווקא ווי אַ סימן פֿון אוניקאַלע מעלות — למשל, ווען עמעצער איז צווישן די בעסטע הונדערט קינסטלער אָדער פּאָעטן איז עס אַ סימן, אַז ער שטעלט מיט זיך טאַקע פֿאָר אַ גאַנצע אוניקאַלע וועלט. בקיצור, טראָגן די חשבונות אין דער פּרשה "במדבר" אַ טאָפּלטן באַדײַט: זיי ווײַזן, אין דער זעלבער צײַט, אויף מעלות און חסרונות פֿון די איבערגעציילטע יחידים.
אינעם חומש "במדבר" ווערט כּסדר באַטראַכט די טעמע, וואָס שטאַמט מיטן נאָמען פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל — דהײַנו, וואַנדערונגען פֿון אַ מענטש אינעם מאַטעריעלן און גײַסטיקן "מידבר" פֿונעם עולם־הזה. די תּורה ווײַזט אונדז אָבער אָן, אַז ווען אַ פֿאַרבלאָנדזשעטער מענטש טוט תּשובֿה און קערט זיך אום צו זײַן ג־טלעכן שורש, ווערט זײַן כאַאָטישער נע־ונד פֿאַרוואַנדלט, לאַחר־המעשׂה, אין אַ באַדײַטפֿולן חשבון.
וועגן דער זעלבער טעמע גייט אויך אַ רייד אין דער הײַנטיקער פּרשה, מיט וועלכער עס פֿאַרשליסט זיך דער חומש "במדבר". דאָס וואָרט "מסעי" מיינט "נסיעות". אין פֿאַרגלײַך מיט דער דערמאָנטער ערשטער סדרה אינעם דאָזיקן חלק פֿון דער תּורה, הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה נישט מיט אַ דעמאָגראַפֿישן, נאָר מיט אַ געאָגראַפֿישן חשבון. די תּורה ציילט איבער באריכות דעם מאַרשרוט פֿון די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר, במשך פֿון פֿערציק יאָר — בסך־הכּל 42 פֿאַרשיידענע פּונקטן אויפֿן וועג פֿון מצרים קיין ארץ־ישׂראל. נאָך דער רשימה פֿון אוראַלטע ערטער, וווּ די ייִדן האָבן זיך אָפּגעשטעלט בעת זייערע וואַנדערונגען, ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן צעטיילן ארץ־ישׂראל צווישן די ייִדישע שבֿטים על־פּי־גורל.
סײַ די דאָזיקע וואַנדערונגען, סײַ די צעטיילונג פֿונעם לאַנד על־פּי־גורל, זעט אויס ווי אַ כאַאָטישער, באַדײַטלאָזיקער פּראָצעס. פּונקט אַזוי ווי די ציפֿערן אין דער פּרשה "במדבר", אין וועלכער עס שטעקן טיפֿע סודות־התּורה, ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים, איז די רשימה פֿון די דאָזיקע געאָגראַפֿישע פּונקטן אויך נישט בלויז אַ מאָנאָטאָנע איבערחזרונג פֿון אוראַלטע לעגענדאַרע ערטער, וווּ די ייִדן זענען אַמאָל דורכגעגאַנגען.
די מקובלים דערקלערן, אַז די דאָזיקע רשימה פֿון 42 געאָגראַפֿישע פּונקטן שטעלט מיט זיך פֿאָר, על־פּי־רמז, אַ מאַפּע פֿון פֿאַרשיידענע גײַסטיקע "סטאַנציעס", וועלכע יעדער מענטש מוז דערגרייכן אין זײַן לעבנס־וועג. ארץ־מצרים סימבאָליזירט דעם געבורט און ארץ־ישׂראל — דעם טויט, ווען די מענטשלעכע נשמה פֿאַרענדיקט אירע וואַנדערונגען אינעם עולם־הזה, און גייט אַרויף אין יענער וועלט.
די דאָזיקע מאַפּע פֿונעם לעבן־מאַרשרוט קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. די מפֿרשים טראַכטן זיך אַרײַן אין די נעמען פֿון די דערמאָנטע ערטער און אינטערפּרעטירן זיי. ווען אַ מענטש דערגרייכט אַ געוויסע "סטאַנציע" אין זײַן לעבן, שטויסט ער זיך אָן אויף אַ געוויסער ברירה. למשל, איינער פֿון די פּונקטן אין דער פּרשה הייסט "קבֿרות־התּאווה" — "די קבֿרים פֿון תּאווה". דער דאָזיקער נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן טרויעריקן אינצידענט, ווען אַ טייל ייִדן זענען אומגעקומען, ווײַל זיי האָבן געטענהט, אַז זייער לעבן אין מצרים איז געווען בעסער, ווײַל דאָרטן האָבן זיי געגעסן געשמאַקע מאכלים, נישט געקוקט אויף דער שקלאַפֿערײַ.
דעם זעלבן נאָמען "קבֿרות־התּאווה" קאָן מען אָבער אָפּטײַטשן אויך אַנדערש — ווי דער פּלאַץ, וווּ די תּאווה ווערט באַגראָבן. עס טרעפֿן זיך צומאָל אינעם מענטשלעכן לעבן אַזעלכע סיטואַציעס, ווען מע טרעפֿט זיך אָן מיט אַ שטאַרקער תּאווה, וואָס קאָן ברענגען צו אַ ביטערן סוף. אָבער, אויב מע איז שטאַרק בײַ דעם נסיון, צעברעכט מען דעם כּוח פֿון די תּאוות און מע דערגרייכט אַ העכערע מדרגה פֿון זעלבסט־קאָנטראָל און ייִשובֿ־הדעת.
יעדע "סטאַנציע" אינעם לעבן איז אַ קרייצוועג, וואָס פֿירט אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. בײַ יעדן מענטש שפּילט זיך אויס דער מאַרשרוט פֿונעם אייגענעם "מצרים" קיין "ארץ־ישׂראל" אַנדערש. פֿונדעסטוועגן, ווען מע קוקט צוריק אויפֿן לעבנס־וועג פֿון פֿאַרשיידענע מענטשן, זעען מיר, אַז נישט געקוקט אויף די כאַאָטישע וואַנדערונגען אין עולם־הזה, גייען אַלע מענטשן דורך די זעלבע "סטאַנציעס" — געוויסע אַלגעמיינע סיטואַציעס.
מע קאָן זאָגן, אַז מיט דעם לימוד פֿאַרשליסט זיך דער חומש "במדבר". נישט געקוקט אויף דעם פּערזענלעכן כאַאָס פֿון יעדן יחיד, פֿאָלגן אַלע מענטשן, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, דעם זעלבן לעבן־מאַרשרוט, וואָס פֿאַראייניקט זייערע נשמות און דערמעגלעכט זיי צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן.