ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Tolz. Russia’s Own Orient:
The Politics of Identity
and Oriental Studies in the Late Imperial and Early Soviet Periods.
Oxford University Press, 2011.

דאָס בוך פֿון עדואַרד סאַיִד "אָריענטאַליזם" (1978) — אַן אַמעריקאַנער געלערנטער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון פּאַלעסטינע — בלײַבט עד־היום איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿאַר דער אידעאָלאָגישער קריטיק פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אָבער דאָס בוך אַליין האָט אויך באַקומען אַ סך קריטיק. מען האָט דערוויזן, אַז סאַיִדס אויסטײַטשונגען זײַנען אָפֿט מאָל ניט קיין פּינקטלעכע און ניט אויסגעהאַלטן מעטאָדאָלאָגיש. אָבער דאָס האָט ניט געמינערט זײַן חשיבֿות אין די אויגן פֿון דער לינקער מערבֿדיקער אינטעליגענץ. אין זייער לשון באַטײַט דער באַגריף "אָריענטאַליזם" דאָס אינטעלעקטועלע דינסט־מיידל פֿונעם מערבֿדיקן קאָלאָניאַלן אימפּעריאַליזם.

ביז לעצטנס האָבן די קריטיקער פֿון סאַיִד ניט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון זײַן קאָנצעפּציע. אָבער ווי עס האָט דערוויזן די ענגלישע היסטאָריקערין וועראַ טאָלץ אין איר שטודיע פֿון דער געשיכטע פֿון אָריענטאַלע שטודיעס אין רוסלאַנד, דאַרף מען זוכן די דאָזיקע וואָרצלען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1960ער יאָרן האָט זיך דאָרט געלערנט דער יונגער דור פֿון אַראַבישער אינטעליגענץ, וואָס האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף סאַיִדס געדאַנקען־גאַנג. די סאָוועטישע שיטה פֿון אַראַביסטיק האָט קריטיקירט די מערבֿדיקע וויסנשאַפֿט פֿונעם מאַרקסיסטישן שטאַנדפּונקט, און די דאָזיקע קריטיק איז מגולגל געוואָרן אין סאַיִדס "אָריענטאַליזם".

דער אָנהייב פֿון די אָריענטאַלישע שטודיעס אין רוסלאַנד איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿונעם רוסישן נאַציאָנאַליזם אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 19טן יאָרהודערט. אָבער די רוסישע פֿאָרשער פֿון איסלאַם און בודיזם זײַנען דווקא ניט געווען קיין נאַציאָנאַליסטן. זיי זײַנען געווען ליבעראַלן, וואָס האָבן געגלייבט, אַז די רוסישע אימפּעריע דאַרף אָנערקענען די קולטורעלע, לינגוויסטישע און רעליגיעזע חילוקים פֿון אירע פֿעלקער, כּדי אָפּצוהיטן איר אימפּעריאַלע פּאָליטישע אייניקייט.

צווישן די תּלמידים פֿון רוסישע מיזרח־פֿאָרשער זײַנען געווען יונגע נאַציאָנאַלע אַקטיוויסטן פֿון צענטראַל־אַזיע און קאַווקאַז. עס איז מערקווערדיק, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געירשנט די ליבעראַלע קאָנצעפּציע פֿון נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע און האָט זי פֿאַרווירקלעכט אין די ערשטע טוץ יאָרן נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. דעמאָלט האָבן זיך די היסטאָריקער און לינגוויסטן פֿונעם אַלטן שניט אַקטיוו באַטייליקט אין אויספֿורעמען די סאָוועטישע נאַציאָנאַלע פּאָליטיק. אָבער אין די 1930ער יאָרן זײַנען זיי שוין מער ניט געווען נייטיק, און ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען אומגעקומען אין "גולאַג". ערשט אין די 1960ער יאָרן האָט מען מחיה־מתים געווען זייערע טעאָריעס, און צוגעפּאַסט זיי צו דער סאָוועטישער פּאָליטיק אין דער "דריטער וועלט", בפֿרט אין די אַראַבישע לענדער.

וועראַ טאָלץ זאָגט גאָרניט וועגן דער ייִדישער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער די אַלגעמיינע קאָנצעפּציע פֿון איר בוך העלפֿט צו פֿאַרשטיין די אַנטוויקלונג־לאָגיק פֿון די באַציִונגען צווישן דער סאָוועטישער מלוכה און ייִדן. אין משך פֿון די ערשטע 15 יאָר האָט די סאָוועטישע מאַכט געהאַלטן בײַם אויספֿורעמען אַ נײַע ייִדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט לויט דעם עטנישן שטייגער, אַזוי ווי בײַ די אַנדערע פֿעלקער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ייִדישע קאָמוניסטן, פּונקט אַזוי ווי די קאָמוניסטן פֿון אַנדערע מינאָריטעטן, האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס, סײַ ווי פּראַקטיקער און סײַ ווי טעאָרעטיקער.

יענע תּקופֿה איז געקומען צום סוף אין די 1930ער יאָרן, ווען די גאַנצע מאַכט איז אַריבער צו סטאַלינען און זײַנע געהילפֿן. דעמאָלט האָט סטאַלין פּלאַנמעסיק באַזײַטיקט די נאַציאָנאַלע עליטעס, ייִדישע בתוכם. די מלחמה און דער חורבן האָבן שטאַרק געביטן דעם דעמאָגראַפֿישן מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די ייִדן האָבן מער ניט געהאַט קיין "קריטישע מאַסע" און זײַנען געוואָרן צעזייט און צעשפּרטייט איבער די ריזיקע שטחים פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

דערפֿאַר האָט מען זיי מער ניט באַטראַכט ווי אַ ממשותדיקע נאַציאָנאַליטעט מיט אַן אייגענער שפּראַך און טעריטאָריע, הגם פֿאָרמעל האָבן זיי נאָך אָפּגעהיט דעם דאָזיקן סטאַטוס. מיט דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל און דעם אָנהייב פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען די ייִדן געוואָרן גאָר געפֿערלעך אין די אויגן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג. איצט האָט מען זיי שוין געהאַלטן פֿאַר "אַגענטן פֿון וועלט־אימפּעריאַליזם און קאָלאָניאַליזם".

די ייִדישע פֿאָרשער האָבן געמאַכט אַ וויכטיקן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער רוסישער אָריִענטאַליסטיק. אַ חשובֿ אָרט האָט פֿאַרנומען דוד גינצבורג, דער זון פֿונעם באַרימטן גבֿיר און מנדבֿ באַראָן האָראַצי גינזבורג. אין 1906 האָט דוד גינצבורג געשאַפֿן אַ פּריוואַטן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע לימודים. אָבער די צאַרישע רעגירונג האָט ניט דערלויבט אַזאַ נאָמען, און מען האָט אים אָנגערופֿן "קורסן פֿאַר מיזרח־קענטעניש". אויף די דאָזיקע קורסן האָבן זיך געלערנט די בעסטע רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער און פֿילאָלאָגן׃ שמעון דובנאָוו, ש. אַנ־סקי, ישׂראל צינבערג און אַנדערע. צווישן די תּלמידים איז געווען דער קומענדיקער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל זלמן שזר.

אַזוי אַרום האָט די אַקאַדעמישע אָריענטאַליסטיק געדינט ווי אַ דאַך פֿאַר אַנטוויקלען די נאַציאָנאַלע ייִדישע וויסנשאַפֿט. אַן ענלעכע אינסטיטוציע האָט עקזיסטירט אין מאָסקווע, געשטיצט דורך דער רײַכער אַרמענישער סוחרישער משפּחה לאַזאַרעוו. נאַטירלעך, האָבן זיי געשטעלט דעם טראַף אויף די אַרמענישע און קאַווקאַזישע שטודיעס.

להיפּוך צו די מערבֿדיקע פֿאָרשער פֿון מיזרחדיקע קולטורן, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן, דער עיקר, מיט אַלטע טעקסטן, זײַנען די רוסישע געלערנטע געווען מער פֿאַראינטערעסירט אין לעבעדיקע טראַדיציעס. זיי האָבן אויך מיטגעאַרבעט מיט דער אָרטיקער אינטעליגענץ, וואָס זיי האָבן געוואָלט אינטעגרירן אין דער קולטור פֿון דער אימפּעריע. זייער באַגריף פֿון דער רוסישער מלוכה האָט אַרײַנגענומען סײַ אייראָפּע, סײַ אַזיע, און אַזוי אַרום האָט מען ניט באַטראַכט דעם "אָריענט" ווי אַ פֿרעמדן שטח. דאָס הייסט ניט אַוודאי, אַז רוסלאַנד און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן ניט געהאַט קיין אייגענע פּאָליטישע אינטערעסן אין אַזיע און אַפֿריקע, אָבער דאָס איז ניט געוואָרן אַן אָביעקט פֿון קריטיק אין סאַיִדס "אָריענטאַליזם".