רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

זומערצײַט איז אַ מחיה צו קאָכן מאָלצײַטן אויף אַ בראָט־אויוון (grill). ווי איר קענט זען פֿון דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, קען מען אויפֿן בראָט־אויוון צוגרייטן סײַ דאָס פֿלייש, סײַ די גרינסן, גייט דאָס קאָכן דעריבער אַ סך גיכער — און קיין טעפּ דאַרף מען נישט אָפּוואַשן!


2 ציינדלעך קנאָבל, צעקוועטשט

1/4 לעפֿעלע זאַלץ

שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1/2 טעפּל איילבערט־בוימל

1/2 טעפּל פּעטרישקע

די בלעטעלעך פֿון 6 צווײַגעלעך טימיאַן

1 הינדל (4 פֿונט אָדער 1.8 קילאָ)

2 קליינע הייפֿטלעך ווילדע ציקאָריע (radicchio)

4 פּאָרטאַבעלאָ־שוועמלעך


מישט אויס דעם צעקוועטשטן קנאָבל מיטן זאַלץ, שוואַרצן פֿעפֿער, איילבערט־בוימל, פּעטרישקע און טימיאַן־בלעטלעך, ביז עס ווערט דערפֿון אַ פּאַסטע.

צעשנײַדט דאָס הינדל אויף דער העלפֿט און באַשמירט עס מיט דער קנאָבל־פּאַסטע. בשעת דאָס הינדל מאַרינירט זיך, הייצט אָן דעם בראָט־אויוון אויף אַ מיטעלן־הויכן פֿײַער.

צעשנײַדט דאָס הייפֿטל ווילדע ציקאָריע אויף דער העלפֿט, און באַגיסט עס מיט אַ ביסל פֿונעם פֿאַרבליבענעם מאַרינאַד. באַגיסט אויך די שוועמלעך מיטן מאַרינאַד. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט זיי ביידן און לייגט זיי אויפֿן בראָט־אויוון, אָבער נישט גלײַך איבערן פֿײַער. בראָט זיי ביז זיי ווערן ווייך — בערך 10־15 מינוט.

לייגט ביידע הינדל־העלפֿטן אויף די גראַטעס און קאָכט זיי 15־20 מינוט; דערנאָך קערט זיי איבער און קאָכט זיי נאָך 15 מינוט.

צעשנײַדט די ציקאָריע און שוועמלעך אויף שטיקער, און לייגט זיי אינעם טעלער מיטן הינדל.