דאָס פּינטעלע ייִדיש
פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל (סאַנקט־פּעטערבורג)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר פֿרענקעל

י. ל. פּרץ האָט באַזוכט די הויפּט־שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע צוויי מאָל, אין 1907 און אין 1911. ביידע באַזוכן האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך עפֿנטלעכן אינטערעס. די זאַלן, וווּ פּרץ האָט גערעדט, זײַנען געווען פֿולגעפּאַקט. וועגן זײַנע באַזוכן האָבן געשריבן ייִדישע און רוסישע צײַטונגען, און מיט יאָרן שפּעטער האָבן וועגן דעם דערמאָנט אין זייערע זכרונות זײַנע מיטצײַטלער. די דאָזיקע געשעענישן טראָגן אויף זיך אַ בולטן שטעמפּל פֿון יענער אָנגעשפּאַנטער צײַט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אויפֿלעבונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע.




1907

צום ערשטן מאָל איז פּרץ אײַנגעלאַדן געוואָרן קיין פּעטערבורג דורך דער אָרטיקער בונד־אָרגאַניזאַציע פֿאָרצולייענען זײַנע ווערק אויף אַ ליטעראַריש־מוזיקאַלישן אָוונט אינעם קליינעם זאַל פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע דעם 24סטן פֿעברואַר פֿון 1907. אַלע אַנדערע אָנטיילנעמער זײַנען געווען פֿון פּעטערבורג׃ דער באַקאַנטער דאָקטאָר און כּלל־טוער אַבֿרהם בראַמסאָן, דער שרײַבער מרדכי (מאַרק) ריוועסמאַן, דער פֿאָלקלאָריסט זוסמאַן (זינאָווי) קיסעלהאָף, ווי אויך אייניקע באַקאַנטע מוזיקער און דער סטודענטישער כאָר פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אפֿרים שקליאַר.