אַלכּסנדר פֿרענקעל |
י. ל. פּרץ האָט באַזוכט די הויפּט־שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע צוויי מאָל, אין 1907 און אין 1911. ביידע באַזוכן האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך עפֿנטלעכן אינטערעס. די זאַלן, וווּ פּרץ האָט גערעדט, זײַנען געווען פֿולגעפּאַקט. וועגן זײַנע באַזוכן האָבן געשריבן ייִדישע און רוסישע צײַטונגען, און מיט יאָרן שפּעטער האָבן וועגן דעם דערמאָנט אין זייערע זכרונות זײַנע מיטצײַטלער. די דאָזיקע געשעענישן טראָגן אויף זיך אַ בולטן שטעמפּל פֿון יענער אָנגעשפּאַנטער צײַט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אויפֿלעבונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע.
1907
צום ערשטן מאָל איז פּרץ אײַנגעלאַדן געוואָרן קיין פּעטערבורג דורך דער אָרטיקער בונד־אָרגאַניזאַציע פֿאָרצולייענען זײַנע ווערק אויף אַ ליטעראַריש־מוזיקאַלישן אָוונט אינעם קליינעם זאַל פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע דעם 24סטן פֿעברואַר פֿון 1907. אַלע אַנדערע אָנטיילנעמער זײַנען געווען פֿון פּעטערבורג׃ דער באַקאַנטער דאָקטאָר און כּלל־טוער אַבֿרהם בראַמסאָן, דער שרײַבער מרדכי (מאַרק) ריוועסמאַן, דער פֿאָלקלאָריסט זוסמאַן (זינאָווי) קיסעלהאָף, ווי אויך אייניקע באַקאַנטע מוזיקער און דער סטודענטישער כאָר פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אפֿרים שקליאַר.
דער דאָזיקער אָוונט איז געווען אַ פּועל־יוצא פֿון דער נײַער קולטורעלער פּאָליטיק פֿונעם "בונד". נאָך דער מפּלה פֿון דער רעוואָלוציע פֿון 1905 האָט זיך דער "בונד" געווענדעט צו האַלב־לעגאַלער קולטורעלער און אויפֿקלערערישער טעטיקייט. און היות ווי די שפּראַך־מלחמה צווישן ייִדיש און העברעיִש איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם פּאָליטישן קאַמף צווישן פֿאַרשידענע פּאַרטייען אויף דער ייִדישער גאַס, איז דער קאַמף פֿאַר ייִדיש געוואָרן אַ וויכטיקער פּונקט אין דער בונדיסטישער פּראָגראַם.
אַ דאַנק זײַנע פֿריִערע ווערק מיט זייער שאַרפֿער סאָציאַלער קריטיק האָט זיך פּרץ שוין מיט יאָרן צוריק קונה־שם געווען ווי אַ חשובֿער "קולטור־העלד" פֿון דעם "בונד". צו אַנאָנסירן דעם אָוונט ווי אַ "פּאַרטיייִשע" אונטערנעמונג איז אַוודאי געווען ניט מעגלעך אין די פּאָליטישע אומשטאַנדן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז אין איינעם פֿון די בכּבֿודיקסטע זאַלן פֿון דער הויפּטשטאָט וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט אויף ייִדיש האָט געטראָגן אַ געוויסן פּאָליטישן געוויכט. פֿריִער פֿלעגן קולטורעלע אונטערנעמונגען פֿון אַזאַ שניט דורכפֿירן די ציוניסטן, דער שטאַרקסטער ייִדישער פּאָליטישער כּוח אין פּעטערבורג.
פּרץ איז געווען דער שטערן פֿונעם אָוונט און האָט צוגעצויגן אַ היפּשן עולם. די רוסישע צײַטונג "די בערזע־נײַעס" האָט מיט התלהבֿות באַשריבן דעם אָוונט, הגם דער רעצענזענט האָט, דער עיקר, געלויבט דעם מוזיקאַלישן טייל (עס איז ניט קלאָר, צי ער האָט בכלל פֿאַרשטאַנען ייִדיש). אָבער די רוסיש־ייִדישע פּרעסע האָט דעם אָוונט פֿאַרשוויגן. "דער פֿרײַנד" האָט געדרוקט אַנאָנסן וועגן דעם אָוונט און פֿאַרקויפֿט בילעטן אין דעם לאָקאַל פֿון דער רעדאַקציע, אָבער האָט ניט פֿאַרעפֿנטלעכט קיין באַריכט וועגן דעם אָוונט גופֿא.
דאָס שווײַגן פֿון דער איינציקער ייִדישער צײַטונג אין פּעטערבורג לאָזט זיך דערקלערן מיט עטלעכע מעגלעכע סיבות. ערשטנס, די פּאַרטיייִשע פּאָליטיק. צוערשט, עטלעכע חדשים נאָך דער גרינדונג אין 1903, האָט זיך "דער פֿרײַנד" געהאַלטן ציוניסטיש, אָבער שפּעטער איז די צײַטונג געוואָרן נייטראַל. אין 1907 האָט "דער פֿרײַנד" שאַרף קריטיקירט אַלע ייִדישע פּאַרטייען, בתוכם ציוניסטן און "בונד". הגם די צײַטונג האָט געשטיצט ייִדיש, איז זי געווען ווײַט פֿונעם ראַדיקאַלן ייִדישיזם. אפֿשר דערפֿאַר האָט די רעדאַקציע באַשלאָסן אָפּצוהאַלטן אַ דיסטאַנץ פֿון אַן אונטערנעמונג מיט אַ בונדיסטישן טעם.
חוץ דעם, האָט דער דעמאָלטיקער הויפּט־רעדאַקטאָר, שאול גינזבורג, געפֿירט די צײַטונג אויף אַן אַלט־מאָדישן שטייגער. יעדער נומער איז באַשטאַנען פֿון פּאָליטישער כראָניק און אַ גרויסן ליטעראַרישן פֿעליעטאָן, אָבער עס האָבן דאָרט געפֿעלט אַזעלכע אַקטועלע זשאַנערס ווי רעפּאָרטאַזש און רעצענזיע. צווישן די מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג זײַנען געווען די בעסטע ייִדישע שרײַבער פֿון יענער צײַט, אָבער ניט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע זשורנאַליסטן פֿאַר שרײַבן טעאַטער־קריטיק.
ס׳קען אָבער זײַן, אַז די סיבה פֿאַר שווײַגן איז געווען גאָר אַ פּשוטע׃ אַנטוישונג. גינזבורג האָט געהאַלטן, אַז פּרצעס אַרויסטריט איז געווען אַ דורכפֿאַל. וועגן דעם האָט ער שפּעטער געשריבן אין זײַנע זכרונות "אַמאָליקע פּעטערבורג".
גאָר אַן אַנדערן אײַנדרוק האָט דער אָוונט געמאַכט אויף צוויי ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן זיך דעמאָלט, צום ערשטן מאָל, באַקענט מיט פּרצן׃ ש. אַנ־סקי און ריוועסמאַן. אָבער ביידע האָבן באַמערקט אין זייערע זכרונות, אַז פּרץ האָט גערעדט צו שטיל, און אַ סך צוהערער האָבן ניט געקענט פֿאַרשטיין זײַן פּוילישן ייִדיש. מען האָט זיך גענומען שמועסן און פֿאַרלאָזן דעם זאַל בעת זײַן רעדע, און פּרץ איז סוף־כּל־סוף ברוגז אַוועק פֿון דער בינע. עס איז קלאָר פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען, אַז ניט די אָרגאַניזאַטאָרן און ניט דאָס פּובליקום האָבן נאָך ניט פֿאַרמאָגט קיין דערפֿאַרונג פֿון ייִדישע ליטעראַרישע אונטערנעמונגען.
נאָך דעם ערשטן אָפּטייל, ווי עס שרײַבט ש. אַנ־סקי, "פּרץ האָט מיך פֿון דער ווײַטן דערזען, דורכגעשלאָגן זיך דורך דעם עולם און מיט אַ פֿריילעכן, ׳שטיפֿערישן׳ געלעכטער, מיט דעם טאָן פֿון אַ זיגער, אַרויסגערעדט׃
— אַדרבה, ווער נאָך וועט קאָנען אַזוי גיך און גוט צעטרײַבן פֿון אַ זאַל אַזאַ עולם? אַ? דאָס איז דאָך אַ קונסט!
איך האָב געזען, אַז זײַן געלעכטער איז נישט קיין געמאַכטער, אַז ער איז באמת געווען צופֿרידן, וואָס דאָ, אין פּעטערבורג, וועלכן ער האָט פֿײַנט געהאַט, האָט מען אים באַגעגנט, ווי עס פּאַסט פֿאַר עם־הארצים."
די רײַכע און אַסימילירטע ייִדישע עליט פֿון דער אימפּעריאַלער קרוינשטאָט האָט אַרויסגערופֿן פֿאַרדראָס ניט נאָר בײַ פּרצן. אַזאַ מין שטימונג שפּירט מען אין די בריוו און כּתובֿים פֿון שלום עליכם און שלום אַש, און אין דער פּובליציסטיק פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקין. דער קעגנזאַץ צווישן דעם "גוייִשן" פּעטערבורג און דער "ייִדישער" וואַרשע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם ייִדישן עפֿנטלעכן און קולטורעלן לעבן אינעם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
פּרץ איז געווען אַזוי אויפֿגעבראַכט, וואָס ער האָט בכלל ניט געוואָלט אַרויסגיין אויף דער בינע אינעם צווייטן אָפּטייל פֿונעם אָוונט. אָבער מען האָט אים אײַנגערעדט. און עס האָט זיך ווידער איבערגעחזרט די זעלביקע מעשׂה׃ פּרץ האָט אימפּראָוויזירט אַ "וווּנדער־שײַנע אַלעגאָריע", "אָבער הערן זי, חוץ מיר, האָבן געקאָנט נאָר אפֿשר צען מענטשן", שרײַבט אַנ־סקי. דעם אָוונט האָבן אַ פּנים "געראַטעוועט" די קלעזמאָרים.
1911
צום צווייטן (און לעצטן) מאָל איז פּרץ געווען אין פּעטערבורג אין 1911. צווישן די צוויי באַזוכן זײַנען פֿאָרגעקומען אַ סך וויכטיקע געשעענישן׃ די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, די גרינדונג פֿון כּלערליי ייִדישע קולטורעלע געזעלשאַפֿטן און אָרגאַניזאַציעס, אַזעלכע ווי די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק און די ייִדישע ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט. די דאָזיקע פּעטערבורגער געזעלשאַפֿטן האָבן אויך געהאַט פֿילצאָליקע אָפּטיילונגען אויף דער פּראָווינץ. די נײַע ליבעראַלע געזעצן האָבן דערלאָזט צו אַנטוויקלען ייִדישע פֿאַרלעגערײַ און פּרעסע, בפֿרט אין וואַרשע. אין די אויגן פֿון די ייִדישע מאַסן איז פּרץ איצט געווען ניט סתּם אַ פּאָפּולערער בעלעטריסט, נאָר אַ חשובֿער כּלל־טוער, אַן אָנפֿירער פֿון דער נײַער ייִדישיסטישער באַוועגונג.
דער צווייטער באַזוך האָט געהאַט צו טאָן מיט זאַמלען שטיצע פֿאַר דער ייִדישער טעאַטער־געזעלשאַפֿט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורך אַ גרופּע פֿון וואַרשעווער ייִדישער אינטעליגענץ מיטן צוועק צו רעפֿאָרמירן דעם ייִדישן טעאַטער. זיי האָבן בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ נײַעם "קינסטלערישן" ייִדישן טעאַטער אַנשטאָט דעם פּאָפּולערן וואָדעוויל און אָפּערעטעס, וואָס זיי האָבן געהאַלטן פֿאַר "שונד". דער נײַער טעאַטער האָט געדאַרפֿט אַרומפֿאָרן איבער ייִדישע שטעט און שטעטלעך און באַקענען דעם פּובליקום מיט אַ נײַעם מין טעאַטער־קונסט.
דער איניציאַטאָר דער דאָזיקער אונטערנעמונג איז געווען דער יונגער דראַמאַטורג אַ. ווײַטער. מען האָט געהאָפֿט, אַז ייִדן וועלן אַקטיוו קויפֿן די "אַקציעס" פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט, וואָס האָבן געקאָסט גאַנץ טײַער, צען קערבלעך. אָבער קיין גרויסן רווח האָט דער דאָזיקער פּלאַן ניט געבראַכט, און מען האָט באַשלאָסן צו ווענדן זיך צו די פּעטערבורגער גבֿירים. פֿאַר דעם האָט מען אײַנגעלאַדן פּרצן. זײַן באַזוך איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ייִדישער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט, מיט ש. דובנאָוו און ש. גינזבורג בראָש; אַנ־סקי האָט אויך געשפּילט דערבײַ אַן אַקטיווע ראָלע.
די מעלדונג אין דער צײַטונג "דער פֿרײַנד", פּעטערבורג, פֿעברואַר 19, 1907 |
הגם מען האָט געלייגט גרויסע האָפֿענונגען אויף פּרצעס שליחות, איז זײַן רײַזע געווען ווײַט ניט פּשוט צו אַראַנזשירן. ווי עס דערמאָנט זיך א. מוקדוני׃ "נערוועז איז פּרץ געווען צוליב צוויי אורזאַכן׃ ערשטנס, איז אים טאַקע געווען זייער שווער צו גנבֿענען וווינרעכט. זײַן שטאָלץ האָט שטאַרק געליטן; ער, דער גרעסטער שריפֿטשטעלער בײַ ייִדן, קאָן ניט אַרײַנקומען קיין פּעטערבורג פֿרײַ; און צווייטנס, איז פּעטערבורג געווען פֿאַר אים אין גאַנצן אַ פֿרעמדע וועלט. רוסיש האָט ער גערעדט שלעכט, געווען ווײַט פֿון רוסן. ער איז געווען דורכויס אַ פּוילישער ייִד און פּרץ האָט אַלע מאָל געהאַט אַ שטאַרקן בינע־פֿיבער אין אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה."
פּרץ איז געפֿאָרן קיין פּעטערבורג, מען זאָל אים דאָרטן באַגריסן מיט רעדעס, אַפּלאָדיסמענטן און קווייטן — און דערבײַ האָט ער געדאַרפֿט דאָרט וווינען אומלעגאַל, ווי אַ "באַהאַלטענער צדיק", ווי ער האָט זיך ביטערלעך געוויצלט אין אַ בריוו צו אַנ־סקין. אויף די זײַטן פֿון דער פּריוואַטער קאָרעספּאָנדענץ האָבן ווײַטער געלעבט די באַקאַנטע געשטאַלטן פֿון זײַנע "פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס".
פּרץ און זײַן פֿרוי האָבן זיך געלאָזט אין וועג פֿון וואַרשע מיט אַ קוריער־באַן דעם ערשטן טאָג פּסח, דעם 31טן מערץ. דעם דריטן אַפּריל האָט ער שוין געהאַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט אויף ייִדיש "וועגן דעם ייִדישן טעאַטער". דעם גאַנצן פּסח האָט ער פֿאַרבראַכט אין געשעפֿטלעכע שמועסן מיט פּעטערבורגער גבֿירים און ליטעראַרישע לייענונגען אין פּריוואַטע הײַזער. דעם זיבעטן אַפּריל האָט ער ווידער געהאַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט "וועגן פֿאָלקסשאַפֿונג און חסידות" אין דער ייִדישער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט. דערנאָך האָט מען אין זײַן כּבֿוד געפּראַוועט אַ רײַכן באַנקעט אינעם מאָדישן רעסטאָראַן "ווין" מיט זיבעציק געסט. מוקדוני שרײַבט׃ "אויפֿן באַנקעט איז געקומען די סאַמע סמעטענע פֿון דער ייִדישער בורזשואַזיע און אינטעליגענץ פֿון פּעטערבורג ... אַ. ווײַטער און אַנ־סקי זײַנען געווען איבערראַשט׃ עס האָבן זיך אָפּגערופֿן אַזוי פֿיל מענטשן!".
אָבער דער באַנקעט האָט זיך אויסגעלאָזט מיט אַ סקאַנדאַל. פּרץ האָט געשוויגן די גאַנצע צײַט, נאָר צום סוף האָט ער ברוגז אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער האַנט אויפֿן טיש און געזאָגט, אַז עס האָט אים באַליידיקט, וואָס אַלע רעדן דאָ רוסיש. אנ־סקי און אַ פּאָר אַנדערע אָרגאַניזאַטאָרן האָבן באַוויזן צו באַרויִקן פּרצן, אָבער די שטימונג איז שוין געווען ניט קיין פֿײַערלעכע. פּרצס אויסבראָך האָט געבראַכט די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענץ אין פֿאַרלעגנהייט. דובנאָוו האָט געהאַלטן, אַז די סיבה איז געווען אַ פּערזענלעכע, דהײַנו, פּרצעס אַלטע פֿײַנטשאַפֿט צו "קריטיקוס" (דובנאָווס ליטעראַרישער פּסעוודאָנים) פֿאַר זײַנע קריטישע אָפּרופֿן וועגן פּרצעס ווערק.
אַנ־סקי האָט אויסגעטײַטשט דעם אינצידענט אַנדערש׃ "פּרצעס שטאָלצע און אייגנאַרטיקע נשמה האָט געטראָגן אין זיך עטלעכע שמערצלעכע וווּנדן. פֿון דעם ערשטן אַרויסטריט זײַנעם האָט פּרץ זיך געפֿילט טיף פֿאַרוווּנדעט און באַליידיקט, ווי אַ ייִד, ווי אַ ייִדישער שרײַבער, ווי אַ שרײַבער אין ייִדיש. ער האָט געפֿילט אַרום זיך אַן אַטמאָספֿערע פֿון האַס, פֿאַראַכטונג און ביטול, אי מצד דער נישט־ייִדישער באַפֿעלקערונג, אי מצד די ייִדישע אַסימילאַטאָרן, אי מצד דער העבראַיִסטישער אינטעליגענץ."
דער צווייטער באַזוך האָט באַקומען אַ שטאַרקערן אָפּקלאַנג איידער דער ערשטער. אַלע ייִדישע צײַטונגען האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק זיך אָפּצורופֿן אויף פּרצעס אַרויסטרעטונגען. מען האָט באַמערקט, אַז פּרץ האָט שאַרף קריטיקירט אַסימילאַטאָרן, משׂכּילים און בכלל אַלע קריטיקער פֿון טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער און ייִדישע מינהגים. ער האָט קריטיקירט אַפֿילו די נײַע ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי, למשל, די געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקסמוזיק. פּרץ האָט באַטאָנט, אַז דאָס בויען פֿונעם נײַעם ייִדישן טעאַטער מוז ווערן אַ נאַציאָנאַלע אויפֿגאַבע, וואָס פֿאָדערט "געלט, געלט און געלט".
דער וואָגיקסטער קריטישער אָפּרוף האָט זיך באַוויזן אין דער ציוניסטישער צײַטשריפֿט "ראַזסוועט" ("באַגינען")׃ "צו האַלטן, אַז די נאַציאָנאַלע קולטור ווערט אויסגעשעפּט דורך ליטעראַטור און טעאַטער — איז אַ ריינע אידעאָלאָגיע. אַ זאַפֿטיק־לעבעדיקע קולטור ווערט געשאַפֿן ניט דורך ליטעראַטור, נאָר דורך דעם גאַנצן קאָמפּלעקס פֿונעם טאָג־טעגלעכן סאָציאַלן פֿאָלקסלעבן." ווײַטער האָט דער אַנאָנימער רעצענזענט Nobody באַטאָנט די ספּעציעלע ראָלע פֿון רעליגיע און איר שפּראַך׃ "אַ ייִדישע קולטור אויף זשאַרגאָן, וואָס איז אָפּגעריסן פֿון רעליגיעזער ייִדישקייט, קאָן ניט זײַן שטאַנדהאַפֿטיק ניט אין צײַט און ניט אין רוים." אַן אָריגינעלע און דויערנדיקע ייִדישע קולטור לאָזט זיך שאַפֿן בלויז אויף דער שפּראַך, "אויף וועלכער עס איז געשאַפֿן געוואָרן די קולטורעלע אינדיווידואַליטעט פֿון ייִדנטום", דאָס הייסט, אויף העברעיִש, האָט ער געשלאָסן זײַן קריטיק פֿון פּרצן.
עס איז מערקווערדיק, וואָס דער מחבר פֿון דער דאָזיקער שאַרפֿער ציוניסטישער קריטיק איז געווען ראובֿן רובינשטיין, דעמאָלט אַ צוואַנציק־יעריקער סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿונעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט. זײַנע ציוניסטישע און אַנטי־ייִדישיסטישע אָנזיכטן האָבן אים ניט געשטערט שפּעטער צו רעדאַגירן "די ייִדישע שטימע", וואָס איז געווען די גרעסטע ייִדישע צײַטונג אין דער ליטווישער רעפּובליק צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. דערנאָך איז ער אין משך פֿון לאַנגע יאָרן געשטאַנען בראָש פֿון די ייִדישע אוידיציעס פֿון "קול־ישׂראל".
די איינצלנע פּרטים וועגן פּרצעס באַזוכן אין פּעטערבורג, וואָס מיר געפֿינען אין פֿאַרשידענע מעמואַרן, ווי אויך די פֿאַרשידנאַרטיקע, צומאָל סתּירותדיקע קריטישע אָפּשאַצונגען פֿון זײַנע רעדעס אין דער מיטצײַטלערישער פּרעסע, מאָלן אויס אַ קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקייט פֿון אַ שרײַבער, וואָס געפֿינט זיך אין טיפֿן קאָנפֿליקט סײַ מיט דעם "פֿאָלקס־לייענער", סײַ מיט דער אַסימילירטער און ציוניסטיש־געשטימטער ייִדישער אינטעליגענץ. דאָס צוואַנציקסטע יאָרהונדערט האָט ברוטאַל איבערגעשטראָכן אַלע פּלענער, דעבאַטן און אידעען פֿון יענער תּקופֿה, וואָס איז אָפּגעטיילט פֿון אונדז מיט אַ מהלך פֿון הונדערט יאָר. די איינציקע שפּורן זייערע זײַנען אויף אייביק פֿאַרבליבן אין זכרונות, צײַטונגען, פֿאָטאָגראַפֿיעס...