- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין די נײַ־געבוירענע לענדער, טיילן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס’איז שוין אַוועק איבער 20 יאָר, ווי עס זעט אָבער אויס, איז די קרענק פֿון קסענאָפֿאָביע בכלל און אַנטיסעמיטיזם בפֿרט, נישט אויסצוּוואָרצלען — צו טיף זײַנען אײַנגעוואַקסן געוואָרן די סתּירות אין דער געזעלשאַפֿט צווישן דער אָרטיקער נאַציאָנאַלער פֿעלקערשאַפֿט און די פּראָצעסן פֿון דער געשיכטע, צו וועלכע די געזעלשאַפֿט האָט זיך געמוזט צופּאַסן. די איבער 70־יאָריקע תּקופֿה פֿון די סאָוועטן האָט געשאַפֿן אירע העלדן און אַנטי־העלדן; די נאַצישע אָקופּאַציע — אירע אייגענע העלדן און אַנטי־העלדן; און לסוף, די 20 יאָר פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט האָבן צונויפֿגעשטויסן די פֿאַרבליבענע רעשטלעך, וואָס האַלטן זיך נאָך פֿאַר דעם סאָוועטישן מיטאָס און די נײַ־אויפֿגעקומענע נאַציאָנאַליסטישע שפּראָצלינגען, וואָס אין זייער איצטיקן מיטאָס ציִען זיי זיך מער צו די העלדן פֿון דער נאַצישער תּקופֿה. אַזאַ צונויפֿשטויס אין דער געזעלשאַפֿט איז מעגלעך נאָר ווען די נאָך שוואַכע דעמאָקראַטישע רעגירונג וואַקלט זיך, ווי אין אַ שיפֿל אויף די כוואַליעס פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון איין זײַט, וויל מען זײַן עכט נאַציאָנאַל און מע בייגט איבער דעם שטעקן צו די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות; און פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען געניסן פֿון די "אייראָפּעיִשע בענעפֿיטן", וואָס מע קאָן זיי באַקומען נאָר דעמאָלט, אויב מע שטעלט נישט די נאַציאָנאַלע אינטערעסן העכער פֿון די אַלגעמיינע מענטשנרעכט. ווי אַ ייִנגל אין ראָטשעסטער, צפֿון־ניו־יאָרק, פֿלעגט נפֿתּלי האַנאַו, אַהיימפֿאָרנדיק פֿון שול, אָפֿט מאָל אַראָפּגיין פֿון אויטאָבוס מיט אַ סטאַנציע פֿריִער, און זיך אַרײַנכאַפּן צו דער כּשרער יאַטקע. דאָרט פֿלעגט דער קצבֿ אים געבן עטלעכע רעפֿטלעך סאַלאַמי אָדער באָלאָני. הײַנט איז דער קצבֿ אין ראָטשעסטער איינער פֿון האַנאַוס געטרײַע קונים. דאָס פֿלייש, וואָס ער באַקומט פֿון האַנאַו איז אָבער אַנדערש ווי דאָס פֿלייש פֿון די אַנדערע כּשרע שעכטפֿירמעס, ווײַל האַנאַוס פֿירמע, "גראָו ענד ביהאָלד" (Grow and Behold) האַלט זיך בײַ די שטרענגע פּרינציפּן נישט בלויז וואָס שייך כּשרות (די פֿירמע איז אונטער דער השגחה פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד, בעסער באַקאַנט ווי דער O-U), נאָר אויך וואָס שייך אַ מער מענטשלעכער באַהאַנדלונג פֿון די חיות. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויינטלעכע שעכט־פֿאַרמען, וווּ מע האָדעוועט טויזנטער הינער מיט אַ מאָל אין גאָר ענגע, אומבאַקוועמע שטײַגן, און מע גיט זיי אײַנשפּריצונגען פֿון אַנטי־ביאָטיק, כּדי צו פֿאַרהיטן, אַז זיי זאָלן נישט קראַנק ווערן, האָדעוועט האַנאַו זײַנע הינער "אויפֿן פֿרײַען פֿעלד" אין דרויסן, וווּ זיי קענען זיך פּאָרפּלען ווען זיי ווילן. אַ צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די באַדינגונגען פֿון הינער אויפֿן פֿרײַען פֿעלד זענען מער נאַטירלעך און געזינטער, ווי די בײַ די אַנדערע שעכט־פֿירמעס, ווערן זיי דערפֿאַר זעלטן קראַנק, און במילא נייטיקן זיי זיך נישט אין קיין פּרעווענטיווע אַנטי־ביאָטיק־אײַנשפּריצונגען.
מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ "דער זכּרון איז מער ווי דאָס וויסן", זאָגט יאָסל בירשטיין (1920—2003) אין איינעם פֿון זײַנע מאָנאָלאָגן אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער סעריע "ייִדישע שרײַבערס". און בירשטיין האָט טאַקע יאָ פֿאַרמאָגט אַ מעכטיקן זכּרון, וואָס איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט די סאַמע קלענסטע פּרטים פֿונעם מענטשלעכן קיום. חוץ דעם, וואָס ער האָט פֿאַרגעדענקט אַלץ, וואָס ער האָט אַ מאָל געזען, געהערט, אָדער געשמעקט, האָט ער פֿאַרמאָגט אַן איבערמענטשלעכע פֿעיִקייט צו פֿאַרוואַנדלען אָט דעם רוישטאָף אין געטאָקטע מעשׂיות, און דערצו נאָך אין צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש. בירשטיינס שאַפֿונג איז סײַ מאָדערן, סײַ טראַדיציאָנעל. ער איז געווען דער פּיאָנער פֿון דער קיבוץ־טעמע אויף ייִדיש. זײַן ערשטער ראָמאַן "אויף שמאָלע טראָטואַרן" (1958) שעפּט פֿונעם מחברס דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין קיבוץ גבֿת, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע ערשטע צען יאָר אין ישׂראל. אָבער דאָס רובֿ פֿון זײַן שאַפֿונג געהערט צו דעם אַלטן ייִדישן זשאַנער פֿון מעשׂיות. ער האָט זיך גערופֿן אַ "מגיד פֿון מעשׂיות", און אין דעם זין איז ער אַ געטרײַ אייניקל פֿון שלום־עליכם.
Harriet Murav. אין אַ לעקציע, וואָס ער האָט געהאַלטן אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־פֿאַראיין דעם דריטן יוני 1930 האָט דוד בערגעלסאָן פֿאַרגליכן די סאָוועטישע ליטעראַטור "צו אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן לויפֿנדיקן שנעל־צוג. מיר שטייען אויף אַ וואָקזאַל און עס דערגייען צו אונדז קלאַנגען פֿונעם אָרקעסטער אינעם לויפֿנדיקן, איילנדיקן צוג. עס זענען אָפּגעריסענע, נישט־פֿאַרענדיקטע קלאַנגען. אָבער מיר, וואָס שטייען אויפֿן וואָקזאַל, האָבן דעם חשק זיך אַרײַנצוכאַפּן אין אָט דעם אײַלנדיקן צוג." געמיינט האָט ער, אַז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד לויפֿט פֿאָרויס אין דער צוקונפֿט ווי אַן עקספּרעס־באַן, בעת די קאַפּיטאַליסטישע וועלט שטייט פֿאַרפּלעפֿט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע. די סאָוועטישע ליטעראַטור שפּילט איר אייגענע מוזיק, וואָס מען קאָן הערן בלויז איינצלנע קלאַנגען דערפֿון. די דאָזיקע מאָדערניסטישע מעטאַפֿאָר, מיט וועלכער בערגעלסאָן האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעקציע, נאָך דעם ווי ער האָט באַשריבן דעם עלנטן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן און אַמעריקע, דינט ווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר דער נײַער שטודיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון פּראָפֿעסאָר האַריעט מוראַוו. ווי אַלע בערגעלסאָנס אימאַזשן, האָט זי אַ טאָפּלטן באַטײַט, און איר אינעווייניקע סתּירותדיקייט ווערט אַנטפּלעקט אינעם גאַנג פֿון מוראַווס גרינדלעכער און טיפֿזיניקער פֿאָרשונג. ווען מיר האָבן זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול אין די 1960ער יאָרן, האָט מען שׂימחת־תּורה יעדן קינד געגעבן אַן ארץ־ישׂראל־פֿאָן מיט אַ עפּל פֿון אויבן, און אַ ליכטל אַרײַנגעשטעקט אינעם עפּל. בילדער פֿון דער דאָזיקער שׂימחת־תּורה־טראַדיציע זעט מען אויך אין בילדער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. אָבער הײַנט, וועלכער טאַטע, אָדער מאַמע, וועט דערלאָזן זייער קינד אַרומשפּאַצירן מיט אַן אָנגעצונדן ליכטל לעבן אַ פּאַפּירענער פֿאָן? דאָס איז אַ משל פֿון אַ מינהג פֿון דער "אַלטער היים", וואָס איז אויסגעשטאָרבן אין דער "נײַער היים" צוליב די בײַטנדיקע פֿאָדערונגען פֿון דער געזעלשאַפֿט; אָבער לכּבֿוד דעם פֿריילעכן יום־טובֿ שׂימחת־תּורה שאַפֿן זיך כּסדר נײַע טראַדיציעס. אין איין רעקאָנסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע אין ניו־יאָרק האָט מען אײַנגעפֿירט די טראַדיציע פֿון צעוויקלען אין גאַנצן די ספֿר־תּורה. אַן ערך 40 מענטשן אין אַ קרײַז האַלטן די תּורה און דער ראַבינער ווײַזט אָן פֿאַר די קינדער אין מיטן, וווּ פֿאַרשיידענע סדרות געפֿינען זיך אויף אין דעם לאַנגן הייליקן פּאַרמעט. די חז״ל זאָגן, אַז תּורה האָט 70 "פּנימער" — פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון באַדײַט. על־פּי־חסידות, ווערט יעדעס "פּנים" צעטיילט אויף אומצאָליקע פּערזענלעכע מדרגות פֿון השׂגה. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן מיר כּסדר געשטרעבט אָפּצולערנען אַ סאָציאַלן לימוד פֿון די פּרשיות. הײַיאָר וועלן מיר זיך מער פֿאָקוסירן אויף די פּסיכאָלאָגישע "פּנימער" פֿון דער תּורה — אין באַהעפֿט מיט די סאָציאַלע ענינים. די חסידישע רביים דערקלערן, אַז אַלע מעשׂיות אינעם גאַנצן תּנ״ך בלײַבן אייביק אַקטועל, ווײַל זיי זענען מרמז אויף די אינערלעכע פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אין דער מענטשלעכער נשמה. אַפֿילו אַזעלכע נעגאַטיווע געשעענישן, ווי מלחמות און קאַטאַסטראָפֿעס, שפּילן זיך אויס אין די קריטישע מאָמענטן פֿון אונדזער לעבן. מיר מוזן פֿירן אַ געראַנגל מיט דער יצר־הרע, וואָס ציט דעם מענטשן צו פֿירן זיך עגאָיִסטיש און צו פֿאַרנעמען זיך מיט נאַרישע זאַכן אַנשטאָט צו שטרעבן צו אַנטפּלעקן דעם ג־טלעכן שורש פֿונעם מענטש, פֿון דער מענטשהייט, און פֿון דער גאַנצער וועלט. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג דערקלערט אין זײַנע ספֿרים, אַז עגאָיִזם איז די עיקר־פּראָבלעם אין אונדזער לעבן. אין יאָר 1958 איז עס געשען. אין איין באַן האָבן זיך געטרייסלט אויפֿן וועג פֿונעם ייִשובֿ פּערעדעלקינאָ, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען די דאַטשעס פֿון די פּני פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, קיין מאָסקווע, דרײַ סטודענטן. זיי האָבן זיך געלערנט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט, פֿאָרשטייער פֿון דער פֿיל־נאַציאָנאַלער סאָוועטישער ליטעראַטור — גאַלינאַ אַרבוזאָוואַ, אין דער צוקונפֿט אַ באַקאַנטע רוסישע קריטיקערין און קינאָ־דראַמאַטורגין, און די יונגע פּאָעטן פּאַרויִר סעוואַק און גענאַדי אײַגי. עמעצער פֿון זיי האָט אַרויסגעשלעפּט אַ בוך און אָנגעהויבן לייענען לידער אויף אַ קול. דאָס איז דווקא געווען פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע "צו אַ ייִדישער טענצלערין", איבערגעזעצט אין רוסיש. דער אַרמענער סעוואַק, ווי אַן היציקער קאַווקאַזער יאַט, האָט באַלד אויסגעשאָסן, אַז מער קיין קרום וואָרט וועגן ייִדן, אַפֿילו אין אַ וויץ, וועט זײַן מויל נישט אַרויסברענגען. טאַקע דעמאָלט האָבן ביידע פּאָעטן, דער אַרמענער פּאַרויִר סעוואַק און דער טשוּוואַשער גענאַדי אײַגי באַשלאָסן איבערצוזעצן דאָס ווערק יעדער אויף זײַן שפּראַך. די איבערזעצונג פֿון סעוואַק האָט מען גאָר אין גיכן אָפּגעדרוקט; די אַרמענער, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט זייער אייגענעם גענאָציד, האָבן גוט געוווּסט וואָס עס מיינט, אַ מאַסן־פֿאַרניכטונג. זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט כאַפּט אַרום בלויז איין יאָרצענדליק, ווען ער האָט געלעבט ניט אין קאַבינעט־שטילקייט, נאָר אין קאַזאַרמע, אין זאָטל, אין טראַנשייען, אָדער, בשעת ער איז פֿרײַ געווען פֿון מיליטער־דינסט, אונטערוועגנס, אין פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. איבערגעלאָזט האָט ער אונדז עטלעכע און זעכציק קורצע לידער. דאָס בוך זײַנס איז, דאַכט זיך, דאָס סאַמע דינסטע צווישן אַלע "געזאַמלטע ווערק" אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אין אָנהייב פֿון זײַן שעפֿערישן וועג (1908—1911) שרײַבט שוואַרצמאַן לירישע לידער, אין וועלכע עס קלינגט דאָס באַגײַסטערטע קול פֿון ערדיש פֿאַרליבטער יוגנט. פֿון דעם דיכטערס ביאָגראַפֿיע דערוויסן מיר זיך, אַז נאָך אין דער פֿריִער קינדהייט האָט אים געצויגן צו זיך די נאַטור. ער איז געבוירן דעם 18טן אָקטאָבער 1889 אין דעם דאָרף ווילניאַ, לעבן קאָראָסטישעוו (אוקראַיִנע). די קינדער־יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנישע וועלדער, וווּ זײַן טאַטע האָט געאַרבעט בײַ וואַלד־סוחרים. אויף שטויביקע דאָרפֿישע גאַסן, בײַ גרינע ברעגן פֿון דעם טײַך טעטערעוו און אין געדיכטע וואַלד־טיפֿענישן האָט אָשר באַנומען די שיינקייט פֿון דער נאַטור. אין דעם מיזרחדיקסטן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין די שטעט דרעזדען און גאָרליץ, קומט פֿאָר איינער פֿון די שאַפֿערישסטע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אויף דער וועלט. די יערלעכע "ייִדישע מוזיק־ און טעאַטער־וואָך" האָט זיך אָנגעהויבן מיט 15 יאָר צוריק אין דרעזדען און גייט ווײַטער אָן דאָס יאָר מיט אַ פֿולער פּראָגראַם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 25סטן סעפּטעמבער און וועט האָבן איר לעצטע פֿאָרשטעלונג דעם 13טן נאָוועמבער. במשך פֿון די 7 וואָכן וועט דער עולם קענען געניסן פֿון טעאַטער, מוזיק, אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, קלאַסן און אויסשטעלונגען. די דרעזדענער/גאָרליצער אָרגאַניזאַציע שיידט זיך אונטער בפֿירוש פֿון אַנדערע ייִדישע קולטור־גרופּעס וואָס פֿירן דורך אַזוינע פֿעסטיוואַלן מיט דעם, וואָס זי שטעלט דעם טראָפּ אויף טעאַטער. הײַנטיקס יאָר האָט מען אָנגעהויבן די "וואָך" מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "ייִדישע מוזיק אין מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע ווי אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג". רעדנערס זענען געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער אין אייראָפּע; אַמעריקע, רוסלאַנד און ישׂראל. ווען זי איז געווען צו גאַסט בײַ אונדז אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע אין אויגוסט האָט אַנאַ ראָזענפֿעלד, אַ ייִדיש־אַקטיוויסטקע אין וואַרשע און די אָנפֿירערין פֿון דער דאָרטיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם, אונדז געשאָנקען אַ נײַ קינדערביכל — "אַ מעשׂה" — אויף צוויי שפּראַכן, ייִדיש און פּויליש. דעם אמת געזאָגט, איז "אַ מעשׂה" נישט קיין קינדערביכל נאָר אַ לוקסוס־קינדערבוך, אַרויסגעגעבן אין אַ גרויסן פֿאָרמאַט מיט האַרטע טאָוולען. עס נעמט אַרײַן צען טעקסטן, צווישן זיי: די לידער "אַ מעשׂה" פֿון לייב קוויטקאָ, "קיץ קאַץ קעצעלע" און "אַ רעגן גייט" פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, ווי אויך דאָס פֿאָלקסליד "אין אַ קליין שטיבעלע", און "ל׳׳ג בעומר", "שטייט אַ ביימעלע אין פֿעלד" און "אויפֿן גרינעם בערגעלע" פֿון י. ל. פּרץ. יעדעס ליד פֿאַרנעמט צוויי גרויסע זײַטן אויף ייִדיש, און דערנאָך צוויי זײַטן אין פּוילישער איבערזעצונג. די פּרעכטיקע אילוסטראַציעס האָבן געשאַפֿן אורשולאַ פּאַלושינסקאַ. (סוף פֿון פֿאַרגאַנגענער וואָך)
מיר פֿײַערן די ייִדישע יום־טובֿים אין קלאַס. איך פּרעגל מיט די סטודענטן לאַטקעס בײַ זיי אין די "דאָרמיטאָריס." זיי פֿאַרבעטן זייערע עלטערן און פֿרײַנד. מיר זינגען די חנוכּה־לידער צוזאַמען מיטן לאַדינאָ־חנוכּה־ליד "אָטשאָ קאַנדעליקאָס" (אַכט ליכטלעך) און די פֿרייד איז גרויס. און אַלץ קומט פֿאָר ספּאָנטאַן. פּורים ברענגען זיי אַרײַן המן־טאַשן און ס׳איז אַ שׂימחה אין קלאַס. זיי מאַכן אַפֿילו מאַסקעס פֿון אייגענעם ווילן. פּסח לערנט מען די פֿיר קשיות אויף ייִדיש. מען זינגט פּסח־לידער, אַרײַנגערעכנט מה אַספּרה מה אַדברה... און גאָט איז איינער, און ווײַטער קיינער. דער ייִדישער קלאַס טאָר נישט זײַן סטאַטיש און טרוקן. פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדן איינעמס כאַראַקטער־שטריכן און טעמפּעראַמענט שפּילט זיך אויס אין קלאַס. איז ער טרוקן — איז דער קלאַס טרוקן; איז ער לעבעדיק — איז דער קלאַס לעבעדיק. דער עיקר, שפּראַך איז געגליכן צו אַ פֿליסנדיק וואַסער, און די כוואַליעס מוזן אָנשפּאַרן די לעבעדיקע ייִדישע קולטור. און איצט לייענט ווײַטער:
מיכל שוואַרץ דער טעקסט פֿון זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס, דינסטיק און מיטוואָך בולבעס, דאָנערשטיק און פֿרײַטיק בולבעס, און שבת אין אַ נאָווינע אַ בולבע־קוגעלע און זונטיק ווידער בולבעס. איידער איך האָב זיך אַוועקגעזעצט צו שרײַבן דעם דאָזיקן אַרטיקל, האָב איך אַ google געטאָן אַזעלכע ווערטער ווי "ראַסיזם", "סאָוועטיש" און אַנדערע ענלעכע קאָמבינאַציעס. קליגער האָט מיך דאָס "גוגלען" ניט געמאַכט, קיין אינטערעסאַנטע אַנאַליטישע אַרבעט האָב איך דערווײַל ניט געפֿונען. אפֿשר האָב איך ווייניק, צי ניט ריכטיק געזוכט, ווײַל עפּעס גלייבט זיך מיר ניט, אַז מע האָט ניט געפֿאָרשט ווי עס דאַרף צו זײַן דעם פֿענאָמען פֿון סאָוועטישן ראַסיזם, וועלכער פֿילט זיך זייער שטאַרק ביזן הײַנטיק טאָג. וועגן כּלערליי פֿאַלן פֿון ראַסיזם אין הײַנטיקן רוסלאַנד דערציילן אַלע מינים מעדיאַ. איך האַלט זיך ניט פֿאַר קיין מומחה אין אַזעלכע זאַכן ווי ראַסיזם און אַנדערע מינים קסענאָפֿאָביע, וועלכע זײַנען פֿאַרשפּרייט צווישן די געוועזענע סאָוועטישע תּושבֿים. מיר שײַנט, אָבער, אַז דאָס איז די זעלבע דערפֿאַרונג ווי אין ס’רובֿ אַנדערע געוועזענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען, וועלכע האָבן כּלומרשט געלייזט די צווישן-עטנישע צי צווישן-רעליגיעזע פּראָבלעמען. אין דער אמתן, האָט מען זיי פּשוט פֿאַרבאַהאַלטן אונטערן טעפּיך, וואָס האָט זיך גלײַך צעריסן ווען דער רעזשים איז געפֿאַלן. איך וועל ניט גיין נאָך דוגמאָות אין אַפֿריקע צי אַזיע. אייראָפּע גיט אויך גענוג סחורה פֿון אַזאַ סאָרט ענינים. למשל, יוגאָסלאַוויע, וווּ אַלץ האָט, דאַכט זיך, אויסגעזען זייער רויִק און האָט אַפֿילו ניט געשמעקט מיט קיין בירגער־קריג כּל-זמן טיטאָ האָט געהאַלטן די לייצעס אין זײַנע דיקטאַטאָרישע הענט. |