די תלמידה פֿון רעכטס וועלכע האָט געברענגט דעם טשאָלנט אין ייִדיש קלאַס |
(סוף פֿון פֿאַרגאַנגענער וואָך)
מיר פֿײַערן די ייִדישע יום־טובֿים אין קלאַס. איך פּרעגל מיט די סטודענטן לאַטקעס בײַ זיי אין די "דאָרמיטאָריס." זיי פֿאַרבעטן זייערע עלטערן און פֿרײַנד. מיר זינגען די חנוכּה־לידער צוזאַמען מיטן לאַדינאָ־חנוכּה־ליד "אָטשאָ קאַנדעליקאָס" (אַכט ליכטלעך) און די פֿרייד איז גרויס. און אַלץ קומט פֿאָר ספּאָנטאַן. פּורים ברענגען זיי אַרײַן המן־טאַשן און ס׳איז אַ שׂימחה אין קלאַס. זיי מאַכן אַפֿילו מאַסקעס פֿון אייגענעם ווילן. פּסח לערנט מען די פֿיר קשיות אויף ייִדיש. מען זינגט פּסח־לידער, אַרײַנגערעכנט מה אַספּרה מה אַדברה... און גאָט איז איינער, און ווײַטער קיינער. דער ייִדישער קלאַס טאָר נישט זײַן סטאַטיש און טרוקן. פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדן איינעמס כאַראַקטער־שטריכן און טעמפּעראַמענט שפּילט זיך אויס אין קלאַס. איז ער טרוקן — איז דער קלאַס טרוקן; איז ער לעבעדיק — איז דער קלאַס לעבעדיק. דער עיקר, שפּראַך איז געגליכן צו אַ פֿליסנדיק וואַסער, און די כוואַליעס מוזן אָנשפּאַרן די לעבעדיקע ייִדישע קולטור. און איצט לייענט ווײַטער:
מיכל שוואַרץ
דער טעקסט פֿון זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס, דינסטיק און מיטוואָך בולבעס, דאָנערשטיק און פֿרײַטיק בולבעס, און שבת אין אַ נאָווינע אַ בולבע־קוגעלע און זונטיק ווידער בולבעס.
דאָס איז איינס פֿון די לידער וואָס מײַנע עלטערן האָבן געהערט פֿון זייערע עלטערן ווען זיי זײַנען אויפֿגעוואַקסן. די לידער זײַנען די איינציקע זאַכן וואָס מײַנע עלטער־באָבעס און זיידעס האָבן געקענט מיטברענגען מיט זיך ווען זיי האָבן פֿאַרלאָזט אייראָפּע און זיך באַזעצט אין אַמעריקע.
מײַנע באָבעס און זיידעס און זייערע עלטערן זײַנען געקומען אַהער פֿון טראַנסילוואַניע, אין אונגאַרן. זיי דערציילן מיר אָפֿט מעשׂיות וועגן אונדזער קולטור און קהילה־לעבן ווען זיי האָבן דאָרט געלעבט. זיי רעדן וועגן דער ייִדישער שפּראַך ווי זי וואָלט געווען דאָס קלעפּעכץ וואָס האָט צוזאַמענגעהאַלטן זייער קהילה.
ווען זיי זײַנען אָבער געקומען קיין אַמעריקע האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז זייער וויכטיק זיך אויסצולערנען ענגליש סײַ פֿאַר זיך און סײַ פֿאַר די קינדער. כאָטש ייִדיש האָט נאָך אַלץ געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זייער לעבן, האָבן זיי ליב געהאַט צו גיין אין ייִדישן טעאַטער, וואָס דאָרט האָבן זיי איבערגעלעבט אויף דאָס נײַ זייער קינדהייט.
ווען איך בין געוואַקסן האָב איך געהערט ייִדיש ווי אין הינטערגרונט. כ׳האָב אָבער קיין מאָל נישט גענאָסן דערפֿון ווי פֿון אַ וויכטיק־קולטורעלן אַספּעקט אין מײַן לעבן. ווען איך האָב דערציילט זיי, אַז איך גרייט זיך צו נעמען ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָבן זייערע אויגן אויפֿגעלויכטן מיט דערוואַרטונג. אין יענער רגע האָבן מיר ביידע באַנומען אַז זייער לשון, די ייִדישע שפּראַך, און זייער קולטור וועט לעבן מיט מיר.
רותי (רות) אײַזנבערג
מיך אינטערעסירט ייִדיש ווײַל איך פֿיל, אַז די שפּראַך איז אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער קולטור־ירושה. איך שטאַם פֿון דער אַשכּנזישער גזע ייִדיש־רעדנער. מײַנע אורבאָבעס און זיידעס זײַנען ניפֿטר געוואָרן נאָך איידער איך בין געקומען אויף דער וועלט. בין איך קנאַפּ באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿון זייערע לעבנס ווי יונגע מענטשן אין מיזרח־אייראָפּע.
איך בין אויך שטאַרק צופֿרידן וואָס איך האָב זיך געלערנט העברעיִש ווען איך האָב פֿאַרענדיקט אַ טאָגשול, פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין ישׂראל. כ׳האָב אָבער קיין מאָל נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו לערנען זיך אָפֿיציעל ייִדיש. העברעיִש איז די שפּראַך פֿון דער ייִדישער צוקונפֿט, ס׳איז אָבער נישט דער גרונטשטיין פֿון מײַן געשיכטע ווי ייִדיש איז. העברעיִש האָט אויפֿגעלעבט צוזאַמען מיט דער מדינה און אַרום דער וועלט, אָבער ייִדיש אַנטהאַלט אין זיך אַ טויזנט יאָר דערפֿאַרונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אַשכּנז. דער לימוד ייִדיש און זײַן קולטור וועט מיר באַוויליקן בעסער צו פֿאַרשטיין אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע וואָס איך וועל אָפּהיטן צוזאַמען מיט מײַן רעליגיעזער און קולטור־אידענטיטעט.
סאָסע (סאָפֿי) פֿעדער
איך האָב אויסגעקליבן ייִדיש ווײַל עס שטעלט מיט זיך פֿאָר עפּעס וואָס מ׳קען נישט אויסמעקן פֿון אונדזער ייִדישן אָפּשטאַם; דער עיקר, ווען עס האָט צו טאָן מיט מײַן משפּחה פֿון מײַן מאַמעס צד.
אירע עלטערן, אירע באָבעס און זיידעס, עלטער־באָבעס און זיידעס האָבן זיך באַזעצט אין סיינט־לויִס, מיזורי. מסתּמא ערגעץ סוף נײַנצטן אָדער אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. צי דאָס איז געווען צוליב אומשטאַנדן אָדער סתּם זייער אָפּקלײַב, האָבן זיי באַשלאָסן זיך צו דערווײַטערן פֿון זייער ייִדישן אָפּשטאַם, זיך אַסימילירט און אָננעמען די אַמעריקאַנער קולטור.
ווי אַ רעזולטאַט איז מײַן באָבע אַ מיטל־מערבֿדיקע באָבע. אָבער נישט געקוקט אויף זייער גרויסן ייִדישן טראַדיציאָנעלן און קולטורעלן פֿאַרלוסט, איז ייִדיש ניצול געוואָרן אין מײַן משפּחה. מײַן מאַמע איז איצט אַ באָבע און דער טאַטע אַ זיידע, און די ייִדישע ווערטער האָבן זיך געטראָגן פֿון דור צו דור. מײַן טאַטע איז דווקא אויסגעוואַקסן אין ברוקלין וווּ ער האָט געקענט ייִדיש און דאָס וואָס איך לערן זיך איצט ייִדיש וועט עס מיך ווידער אַ מאָל פֿאַרבינדן מיט די ביידע צדדים פֿון מײַן משפּחה.
* * *
ליבע פֿרײַנד און לייענער; כ׳ווייס נישט ווי איר, נאָר איך שעפּ נחת פֿון מײַנע סטודענטן. זיי זײַנען וויליק צו עפֿענען זיך באמת צו זייער לשון, כאָטש זיי דאַרפֿן עס אָנהייבן פֿון אָנהייב. און איך בין וויליק צו עפֿענען די שפּײַכלער פֿון אונדזער ייִדיש האָב־און־גוטס. און כאָטש איך ווייס נישט צי זיי וועלן אַמאָל קענען לייענען אַ ייִדיש בלאַט, וועלן זיי כאָטש פֿאַרצייכענען אין זייער געדאַנקען־גאַנג, אַז מיר ייִדן זײַנען אַן אויסערגעוויינטלעך פֿאָלק וואָס האָט אַדורכגעמאַכט קאַלטס און וואַרעמס אין אַ וועלט וואָס האָט אונדז געיאָגט און געפּלאָגט; און פֿאָרט געשאַפֿן, און פֿאָרט בײַגעשטײַערט נישט נאָר צו אונדזער, נאָר צו דער וועלט־ציוויליזאַציע. און אַחוץ דעם, דערצייל איך מײַנע סטודענטן, אַז סײַ גלות־בבֿל און סײַ גלות־אַשכּנז האָט אונדז פֿאָרמירט ווי אַ פֿאָלק און אָן די צוויי גלותן וואָלטן מיר שוין לאַנג אונטערגעגאַנגען. איז לאָמיר אויפֿהערן צו קלאָגן און אָנהייבן אָנערקענען וואָס מיר ייִדן האָבן אויפֿגעטאָן.