- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין יאָר 1958 איז עס געשען. אין איין באַן האָבן זיך געטרייסלט אויפֿן וועג פֿונעם ייִשובֿ פּערעדעלקינאָ, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען די דאַטשעס פֿון די פּני פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, קיין מאָסקווע, דרײַ סטודענטן. זיי האָבן זיך געלערנט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט, פֿאָרשטייער פֿון דער פֿיל־נאַציאָנאַלער סאָוועטישער ליטעראַטור — גאַלינאַ אַרבוזאָוואַ, אין דער צוקונפֿט אַ באַקאַנטע רוסישע קריטיקערין און קינאָ־דראַמאַטורגין, און די יונגע פּאָעטן פּאַרויִר סעוואַק און גענאַדי אײַגי. עמעצער פֿון זיי האָט אַרויסגעשלעפּט אַ בוך און אָנגעהויבן לייענען לידער אויף אַ קול. דאָס איז דווקא געווען פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע "צו אַ ייִדישער טענצלערין", איבערגעזעצט אין רוסיש. דער אַרמענער סעוואַק, ווי אַן היציקער קאַווקאַזער יאַט, האָט באַלד אויסגעשאָסן, אַז מער קיין קרום וואָרט וועגן ייִדן, אַפֿילו אין אַ וויץ, וועט זײַן מויל נישט אַרויסברענגען. טאַקע דעמאָלט האָבן ביידע פּאָעטן, דער אַרמענער פּאַרויִר סעוואַק און דער טשוּוואַשער גענאַדי אײַגי באַשלאָסן איבערצוזעצן דאָס ווערק יעדער אויף זײַן שפּראַך. די איבערזעצונג פֿון סעוואַק האָט מען גאָר אין גיכן אָפּגעדרוקט; די אַרמענער, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט זייער אייגענעם גענאָציד, האָבן גוט געוווּסט וואָס עס מיינט, אַ מאַסן־פֿאַרניכטונג. |