|
גענאַדי אײַגי |
|
אין יאָר 1958 איז עס געשען. אין איין באַן האָבן זיך געטרייסלט אויפֿן וועג פֿונעם ייִשובֿ פּערעדעלקינאָ, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען די דאַטשעס פֿון די פּני פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, קיין מאָסקווע, דרײַ סטודענטן. זיי האָבן זיך געלערנט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט, פֿאָרשטייער פֿון דער פֿיל־נאַציאָנאַלער סאָוועטישער ליטעראַטור — גאַלינאַ אַרבוזאָוואַ, אין דער צוקונפֿט אַ באַקאַנטע רוסישע קריטיקערין און קינאָ־דראַמאַטורגין, און די יונגע פּאָעטן פּאַרויִר סעוואַק און גענאַדי אײַגי. עמעצער פֿון זיי האָט אַרויסגעשלעפּט אַ בוך און אָנגעהויבן לייענען לידער אויף אַ קול. דאָס איז דווקא געווען פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע "צו אַ ייִדישער טענצלערין", איבערגעזעצט אין רוסיש. דער אַרמענער סעוואַק, ווי אַן היציקער קאַווקאַזער יאַט, האָט באַלד אויסגעשאָסן, אַז מער קיין קרום וואָרט וועגן ייִדן, אַפֿילו אין אַ וויץ, וועט זײַן מויל נישט אַרויסברענגען. טאַקע דעמאָלט האָבן ביידע פּאָעטן, דער אַרמענער פּאַרויִר סעוואַק און דער טשוּוואַשער גענאַדי אײַגי באַשלאָסן איבערצוזעצן דאָס ווערק יעדער אויף זײַן שפּראַך. די איבערזעצונג פֿון סעוואַק האָט מען גאָר אין גיכן אָפּגעדרוקט; די אַרמענער, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט זייער אייגענעם גענאָציד, האָבן גוט געוווּסט וואָס עס מיינט, אַ מאַסן־פֿאַרניכטונג.
גענאַדי אײַגי וועט אָבער שפּעטער פֿאַרשטיין ווי נאַיִוו ער איז געווען, האַלטנדיק, אַז זײַן איבערזעצונג פֿונעם ייִדישן דיכטער וועט די רעדאַקציע פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל, וואָס דערשײַנט אויף טשוּוואַשיש, אויסכאַפּן בײַ אים. די פֿאַרשפּרייטע אַנטיסעמיטישע קרענק האָט אויך אָנגעשטעקט די ווײַטע פּעריפֿעריע פֿון לאַנד. אָבער דער יונגער פּאָעט, וואָס איז געוואַקסן אין אַ ווײַטן דאָרף האָט ווייניק געהערט וועגן דער חלאַת. וואָס יאָ, שוין דעמאָלט איז אָנגעגאַנגען אַ סיכסוך צווישן דער אָרטיקער אינטעליגענץ וועגן געוויסע ווערטער, וועלכע זײַנען אַרײַן אין טשוּוואַשיש פֿון העברעיִש. ווי באַוווּסט, געהערט טשוּוואַשיש צו די טיורקישע שפּראַכן, און דער שטח בײַ דער וואָלגע, וווּ די טשוּוואַשן וווינען, האָט אַמאָל זיך געפֿונען אונטער די כּוזרים. ס׳רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, אָבער ביז הײַנט קאָן מען נאָך טרעפֿן אין יענע מקומות די נאָכפֿאָלגער פֿונעם אַלטן גלויבן, וואָס האַלטן אָן די געצנדינערישע מינהגים.
וואָס מיינט אַנטיסעמיטיזם האָט אײַגי פֿאַרשטאַנען שוין אין מאָסקווע, אין די ווענט פֿונעם ליטעראַרישן אינסטיטוט. אין יענער צײַט האָט ער זיך באַקאַנט מיט דער משפּחה פֿונעם דערמאָרדעטן פּרץ מאַרקיש, מיט זײַן אַלמנה, אסתּר לאַזעבניק־מאַרקיש און צוויי זין, שמעון און דוד. זייער פֿרײַנדשאַפֿט איז אָנגעגאַנגען לאַנגע יאָרן.
|
די פֿאַרבעטונג צום יוביליי־אָוונט אין טשעבאָקסאַרי, 1995 |
|
צו פֿאַרענדיקן דעם ליטעראַרישן אינסטיטוט האָט מען דעם יונגן פּאָעט נישט באַוויליגט; ער איז פֿון דאָרטן אויסגעשלאָסן געוואָרן צוליב זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן דיכטער באָריס פּאַסטערנאַק. זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דער מאַרקיש־משפּחה האָט אים אויך דערנענטערט צו דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.
אין 1987 האָט דער אײַנגעשפּאַנטער אײַגי ווידער געבראַכט זײַן איבערזעצונג פֿון מאַרקישעס "טענצלערין" אינעם זשורנאַל "אַוואַן אַטאַל" (טײַערע וואָלגע); און ווידער האָט מען אים אָפּגעזאָגט עס צו דרוקן. די צײַטן האָבן זיך אָבער געביטן. גענאַדי אײַגי האָט באַקומען אַן אָנערקענונג אין דער וועלט־ליטעראַטור, און דעמאָלט האָבן זיך אין אים אָנגעכאַפּט אויך די טשוּוואַשער טשינאָווניקעס פֿון ליטעראַטור. צו זײַן 60סטן יוביליי האָט דער מלוכישער אוניווערסיטעט אין טשוּוואַשי צוגעגרייט אַן אינטערנאַציאָנאַלע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ, אויף וועלכער עס זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן זײַנע "חסידים" פֿון איבער דער וועלט. דעם 22סטן דעצעמבער 1995, אין דער הויפּטשטאָט טשעבאָקסאַרי איז אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַן אָוונט פֿון ייִדישער פּאָעזיע און מוזיק, געווידמעט דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון פּרץ מאַרקיש.
אָרגאַניזירט האָט דעם אָוונט דער טשוּוואַשער קאָנגרעס, אין שפּיץ מיטן באַקאַנטן פֿילאָלאָג, פּובליציסט און געזעלשאַפֿטלעכן טוער אַטנער כוזאַנגאַי, צוזאַמען מיטן אָרטיקן ייִדישן קולטור־צענטער (דעמאָלט האָבן אין דער רעפּובליק געוווינט אַרום 600 ייִדן; הײַנט — אַ העלפֿט פֿון דעם). נישט אַלץ איז דורכגעגאַנגען גלאַטיק — עטלעכע מאָל האָבן די אָרטיקע כוליגאַנען אַראָפּגעריסן די מעלדונג וועגן מאַרקישס אָוונט.
צום אָוונט זײַנען געקומען בכּבֿודיקע געסט פֿון פֿאַרשידענע שטעט, און קודם־כּל, פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין סאַמאַרע "תּרבות לעם" און די אַמאַטאָרישע אַרטיסטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער "שומרון". אויף יענעם אָוונט איז סוף־כּל־סוף פֿאָרגעקומען די פּרעזענטאַציע פֿונעם נײַעם לידער־בוך פֿון פּרץ מאַרקיש "די טענצלערין פֿון געטאָ", איבערגעזעצט פֿון גענאַדי אײַגי אויף טשוּוואַשיש.
ווי דער איבערזעצער אַליין האָט עס אָפּגעשאַצט, איז דאָס ווערק — צווישן די בעסטע פּאָעטישע שאַפֿונגען קעגן נאַציזם אין דער וועלט־ליטעראַטור. די גרעסטע צײַטונג "כיפּאַר" (ידיעות) האָט געווידמעט דעם יוביליי פֿון מאַרקישן אַ גאַנצע זײַט.