דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Harriet Murav.
Music from a Speeding Train:
Jewish Literature in Post-Revolution Russia.
Stanford: Stanford University Press, 2011

אין אַ לעקציע, וואָס ער האָט געהאַלטן אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־פֿאַראיין דעם דריטן יוני 1930 האָט דוד בערגעלסאָן פֿאַרגליכן די סאָוועטישע ליטעראַטור "צו אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן לויפֿנדיקן שנעל־צוג. מיר שטייען אויף אַ וואָקזאַל און עס דערגייען צו אונדז קלאַנגען פֿונעם אָרקעסטער אינעם לויפֿנדיקן, איילנדיקן צוג. עס זענען אָפּגעריסענע, נישט־פֿאַרענדיקטע קלאַנגען. אָבער מיר, וואָס שטייען אויפֿן וואָקזאַל, האָבן דעם חשק זיך אַרײַנצוכאַפּן אין אָט דעם אײַלנדיקן צוג." געמיינט האָט ער, אַז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד לויפֿט פֿאָרויס אין דער צוקונפֿט ווי אַן עקספּרעס־באַן, בעת די קאַפּיטאַליסטישע וועלט שטייט פֿאַרפּלעפֿט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע. די סאָוועטישע ליטעראַטור שפּילט איר אייגענע מוזיק, וואָס מען קאָן הערן בלויז איינצלנע קלאַנגען דערפֿון.

די דאָזיקע מאָדערניסטישע מעטאַפֿאָר, מיט וועלכער בערגעלסאָן האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעקציע, נאָך דעם ווי ער האָט באַשריבן דעם עלנטן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן און אַמעריקע, דינט ווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר דער נײַער שטודיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון פּראָפֿעסאָר האַריעט מוראַוו. ווי אַלע בערגעלסאָנס אימאַזשן, האָט זי אַ טאָפּלטן באַטײַט, און איר אינעווייניקע סתּירותדיקייט ווערט אַנטפּלעקט אינעם גאַנג פֿון מוראַווס גרינדלעכער און טיפֿזיניקער פֿאָרשונג.

די מחברין האָט איבערגעאַקערט אַ היפּשן קאָרפּוס פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור אויף רוסיש און אויף ייִדיש, וואָס דאָס רובֿ פֿון איר איז הײַנט באַקאַנט נאָר אַ פּאָר מומחים. זי נעמט זיך פֿאָר צו רעווידירן די ירושה פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם פֿון אַ נײַעם טעאָרעטישן קוקווינקל און דערווײַזט, אַז דאָס איז געווען אַ "צאַפּלדיקע ליטעראַטור, מלא־רציחה און דורכגעזאַפּט מיט עראָטיק, ערדיש און נבֿיאיש". די דאָזיקע ליטעראַטור איז געווען ביטער, פּײַנלעך און איראָניש, און דער עיקר — זי איז געווען טיף פֿאַרטאָן אין די ענינים פֿון איר צײַט און אָרט.

די בלוטיקע דערפֿאַרונג פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע און בירגער־קריג האָט גורם געווען אַ מין איבערבראָך אינעם טאָג־טעגלעכן שטייגער. אַלצדינג איז פּלוצעם געוואָרן מעגלעך, כּלערליי ווילדע גילגולים און דיבוקים האָבן פֿאַרביטן נאָרמאַלע מענטשן. דער מענטשלעכער גוף איז קאַליע געוואָרן, פֿאַרגוואַלדיקט און צעריסן אויף שטיקער. דער צעפֿאַל פֿונעם אַלטן חומר האָט געדינט ווי אַ יסוד פֿאַר בילדער פֿון דער נײַער "גאָלדענער" תּקופֿה.

אַזאַ מין מאָטיוון און אימאַזשן געפֿינט מען סײַ בײַ די ייִדישע מחברים ווי למשל לייב קוויטקאָ, דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, און סײַ בײַ די רוסישע׃ איסאַק באַבעל, סעמיאָן געכט, אַנדריי סאָבאָל, אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. דערצו וואָלט מען נאָך צוגעגעבן אַ פּאָר העברעיִשע שרײַבער, וואָס זײַנען אַדורך די צײַט פֿון דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, קודם־כּל חיים הזז און צבֿי פּרייגערזאָן.

דער נײַער קער אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור פֿאַלט אויפֿן סוף 1920ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט מאָביליזירט אירע שרײַבער פֿאַרן בויען די נײַע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט. אַ טייל פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם איז געווען דאָס שאַפֿן פֿון אַ נײַעם סאָוועטישן ייִד, וואָס טראַכט נאָר וועגן דער צוקונפֿט. מוראַוו ציטירט עמנואל קאַזאַקעוויטשן, דעם ייִדישן דיכטער וואָס איז שפּעטער אַריבער אויף רוסיש׃ "און לעבן לעבט מען מיט דער צוקונפֿט / ווײַל ס׳האָט קיין ווערט ניט דער איצט". די סאָוועטישע קולטור האָט זיך אַקטיוו גענומען פֿאַר באַהערשן נײַע קונסט־מעדיען, אַזעלכע ווי קינאָ און פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס לאָזן זיך בעסער צופּאַסן צו די צוועקן פֿון מאַסן־פּראָפּאַגאַנדע.

דער אָפּטימיסטישער גאַנג פֿונעם סאָציאַליסטישן פּראָגרעס איז איבערגעריסן געוואָרן דורך דער מלחמה. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די קאָמוניסטישע איבערשמעלצונג פֿון איינצלנע פֿעלקער אין אַ נײַעם סאָוועטישן געשמעלץ איז ניט געלונגען. דײַטשלאַנד האָט פֿאַרלוירן די מלחמה קעגן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אָבער האָט געוווּנען די מלחמה קעגן סאָוועטישע ייִדן. די סאַמע געטרײַע סאָוועטישע בירגער — די ייִדן — זײַנען נאָך דער מלחמה געוואָרן אָדער "קאָסמאָפּאָליטן אָן וואָרצלען" אָדער "בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן".

בעת דער מלחמה האָבן זיך די סאָוועטישע ייִדן אַרויסגעוויזן ווי די סאַמע געטרײַע פּאַטריאָטן. קיין אַנדערע ברירה האָבן זיי פּשוט ניט געהאַט. אָבער איינצײַטיק האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זײַנען פֿאַרבליבן ייִדן. פּרץ מאַרקיש האָט געשריבן׃ "דו! דער ייִד! דער בירגער! דער סאָלדאַט!" די סאָוועטישע ייִדישע אינטעליגענץ האָט געהאַלטן זייער לאַנד פֿאַר דער סאַמע פּראָגרעסיווער מלוכה אין דער וועלט, ווײַל דאָס איז געווען זייער איינצלנע האָפֿענונג און בטוחות אין אָנבליק פֿונעם נאַציזם.

אָבער אויך אין דער דאָזיקער באַציִונג זײַנען געווען געוויסע שאַטירונגען. אייניקע ייִדישע ליטעראַטן, ווי למשל פֿעפֿער, בערגעלסאָן, מאַרקיש, ווי אויך די רוסיש־רעדנדיקע שרײַבער ערענבורג, גראָסמאַן, קאַזאַקעוויטש, זײַנען געווען פֿולקאָם פֿאַרטאָן אין דער פּראָפּאַגאַנדע־אַרבעט פֿאַר מאָביליזירן דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק פֿאַרן קאַמף קעגן דײַטשלאַנד. די אַנדערע, און צווישן זיי: שמואל האַלקין, דוד האָפֿשטיין, איציק קיפּניס און דער ניסתר, זײַנען געווען מער טרויעריק און פּעסימיסטיש, און האָבן געווידמעט זייערע שעפֿערישע כּוחות דעם הספּד און דער הזכּרה פֿון די ייִדישע קרבנות.

מוראַוו קומט צו אַ וויכטיקן אויספֿיר, וואָס קאָן העלפֿן בעסער פֿאַרשטיין די לאָגיק פֿון דער גאַנצער נאָכמלחמהדיקער תּקופֿה אין דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור׃ דער ענין פֿון אָפּהיטן און אויסטײַטשן די גבֿית־עדותן פֿון דער מלחמה, פֿון זכּרון און אָנדענק, איז געווען דאָס, וואָס האָט אַנטפּלעקט די שפּאַלטונג צווישן דעם ׳סאָוועטישן׳ און דעם ׳ייִדישן׳." דער פֿאַרמלחמהדיקער אָפּטימיזם פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, וואָס איז פֿאַרבליבן געטרײַ דעם קאָמוניסטישן אידעאַל, ניט געקוקט אויף אַלע עבֿירות פֿון דער סטאַליניסטישער מלוכה איז מער ניט געווען מעגלעך.

מוראַוו טײַטשט אויס די סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַרישע שאַפֿונג נאָך דער מלחמה ווי אַ פּרוּוו איבערצוקומען די טאָפּלדיקע טראַוומע פֿונעם חורבן און דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון סטאַלינס לעצטע יאָרן — און אַזוי אַרום צו רעווידירן די באַציִונגען צווישן ייִדישקייט און סאָוועטישקייט. פֿֿון דער דאָזיקער טראַוומאַטישער דערפֿאַרונג זײַנען אַרויסגעוואַקסן די גרעסטע עפּישע ווערק פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור, ווי למשל וואַסילי גראָסמאַנס "לעבן און גורל" אָדער פֿרידריך גאָרענשטיינס ראָמאַן "קאַפּיטל תּהילים" [אויף רוסיש "פּּסאַלאָם"]. גראָסמאַן — אַזוי ווי בערגעלסאָן און דער ניסתר פֿאַר אים — "קעמפֿט פֿאַר אָפּהיטן די ייִדישע געשיכטע פֿון פֿאַרגעסנקייט". די דאָזיקע טעמע איז אויך בולט אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון די 1960ער יאָרן, ווען ייִדיש איז ווידער געוואָרן כּשר אין דער סאָוועטישער קולטור.

דער צווייטער טייל פֿון מוראַווס בוך איז געווידמעט דער תּקופֿה, וואָס האָט עד־היום ניט באַקומען קיין געהעריקע קריטישע אָפּשאַצונג׃ די סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַטור נאָכן חורבן. די סטרוקטור פֿונעם צווייטן טייל איז אַנדערש ווי פֿון דעם ערשטן טייל, טעמאַטיש און ניט כראָנאָלאָגיש. די "ייִדישע צײַט" פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור האָט זיך אָפּגעשטעלט מיטן חורבן, אָבער די ייִדישע טעמעס זײַנען פֿאַרבליבן.

מוראַוו באַטראַכט די ווערק פֿון די סאָוועטישע "אַחרונים" אין דיאַלאָג מיט די מער באַרימטע "ראשונים", די סאָוועטישע מחברים פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער תּקופֿה. אַזוי אַרום לאָזט זיך בויען אַ מין המשכדיקייט, אַ "גאָלדענע קייט" פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין רוסלאַנד אינעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, פֿון באַבעל און בערגעלסאָן דורך איציק קיפּניס, משה אַלטמאַן, שמואל גאָרדאָן, פֿרידריך גאָרענשטיין און ביז צו די הײַנטצייטיקע פּאָסט־סאָוועטישע שרײַבער׃ אלכּסנדר מעליכאָוו, אינאַ לעסאָוואַיאַ, אָלעג יוריִעוו.

אַזאַ מין טאָפּלטע, כראָנאָלאָגיש־טעמאַטישע פּערספּעקטיוו דערמעגלעכט משׂיג צו זײַן די אייגנאַרטיקע בינאָקולאַרע אָפּטיק פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן קוקווינקל. פֿאַר דער מלחמה האָט מען געקוקט פֿאָרויס מיט האָפֿענונג און בטחון, און דערזען די ליכטיקע קאָנטורן פֿונעם קומענדיקן קאָמוניסטישן גן־עדן. נאָכן חורבן איז מען מער ניט געווען ביכולת אָפּצורײַסן דעם קוק פֿונעם גיהנום בעתן חורבן.

אַזוי אַרום באַקומט בערגעלסאָנס מעטאַפֿאָר פֿון דער עקספּרעס־באַן אַ נײַעם פּירוש. די קאָמוניסטישע באַן איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן דעם וואָקזאַל ווי אַ חלום, אָבער אין דער ווירקלעכקייט זײַנען מיליאָנען ייִדישע לעבנס אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער ערד. די, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן שטיין אויף דעם וואָקזאַל הערן מער ניט קיין מוזיק, זיי קאָנען זיך קוים דערמאָנען די איינצלנע קלאַנגען און נאָטעס פֿון יענע אַמאָליקע מעלאָדיעס.