ייִדיש־וועלט
נפֿתּלי און אַנאַ האַנאַו אינעם הויף פֿון זייער שטוב אין ברוקלין
נפֿתּלי און אַנאַ האַנאַו אינעם הויף פֿון זייער שטוב אין ברוקלין
Credit: Avi Fox Rosen

ווי אַ ייִנגל אין ראָטשעסטער, צפֿון־ניו־יאָרק, פֿלעגט נפֿתּלי האַנאַו, אַהיימפֿאָרנדיק פֿון שול, אָפֿט מאָל אַראָפּגיין פֿון אויטאָבוס מיט אַ סטאַנציע פֿריִער, און זיך אַרײַנכאַפּן צו דער כּשרער יאַטקע. דאָרט פֿלעגט דער קצבֿ אים געבן עטלעכע רעפֿטלעך סאַלאַמי אָדער באָלאָני.

הײַנט איז דער קצבֿ אין ראָטשעסטער איינער פֿון האַנאַוס געטרײַע קונים. דאָס פֿלייש, וואָס ער באַקומט פֿון האַנאַו איז אָבער אַנדערש ווי דאָס פֿלייש פֿון די אַנדערע כּשרע שעכטפֿירמעס, ווײַל האַנאַוס פֿירמע, "גראָו ענד ביהאָלד" (Grow and Behold) האַלט זיך בײַ די שטרענגע פּרינציפּן נישט בלויז וואָס שייך כּשרות (די פֿירמע איז אונטער דער השגחה פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד, בעסער באַקאַנט ווי דער O-U), נאָר אויך וואָס שייך אַ מער מענטשלעכער באַהאַנדלונג פֿון די חיות.

אין פֿאַרגלײַך מיט געוויינטלעכע שעכט־פֿאַרמען, וווּ מע האָדעוועט טויזנטער הינער מיט אַ מאָל אין גאָר ענגע, אומבאַקוועמע שטײַגן, און מע גיט זיי אײַנשפּריצונגען פֿון אַנטי־ביאָטיק, כּדי צו פֿאַרהיטן, אַז זיי זאָלן נישט קראַנק ווערן, האָדעוועט האַנאַו זײַנע הינער "אויפֿן פֿרײַען פֿעלד" אין דרויסן, וווּ זיי קענען זיך פּאָרפּלען ווען זיי ווילן. אַ צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די באַדינגונגען פֿון הינער אויפֿן פֿרײַען פֿעלד זענען מער נאַטירלעך און געזינטער, ווי די בײַ די אַנדערע שעכט־פֿירמעס, ווערן זיי דערפֿאַר זעלטן קראַנק, און במילא נייטיקן זיי זיך נישט אין קיין פּרעווענטיווע אַנטי־ביאָטיק־אײַנשפּריצונגען.

דאָס אויפֿציִען הינער און בהמות אין פֿרײַען פֿעלד איז זייער פאַרשפּרייט געוואָרן סײַ אין אייראָפּע, סײַ דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די פֿאַרמערס וואָס באַשליסן צו האָדעווען זייערע הינער אָדער בהמות אויף אַזאַ אופֿן, טוען עס צוליב פֿאַרשידענע סיבות: כּדי צו באַקומען אַ צערטיפֿיקאַט, וואָס באַשטעטיקט זייער הומאַניטאַרע פֿירונג מיט די חיות; צו רעדוצירן די הוצאָות פֿונעם געפֿיטער (גראָז איז דאָך ביליקער, ווי דאָס געקויפֿטע געפֿיטער), און צו פּראָדוצירן אַ פּראָדוקט פֿון אַ בעסערער קוואַליטעט.

בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט האַנאַו באַטאָנט, אַז די הינער אויף זײַן פֿאַרם ווערן באַהאַנדלט מיט נאָך מער איידלקייט ווי אַפֿילו אַנדערע פֿרײַ־געהאָדעוועטע הינער. לויט די כּללים פֿון דער USDA [דעם אַמעריקאַנער אַגריקולטור־דעפּאַרטאַמענט], מוז אַ פֿאַרמער, וואָס וויל באַצייכענען זײַן אָפּעראַציע ווי איינע פֿון פֿרײַ־געהאָדעוועטע הינער, בלויז פֿאַרזיכערן, אַז די הינער האָבן צוטריט צום דרויסן במשך פֿון 51% פֿון זייער לעבן. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז די הינער גייען טאַקע אַרויס אין דרויסן. דערצו קאָן דער "דרויסן" באַשטיין פֿון בלויז ערד און שטיינער, נישט קיין זאַפֿטיקער פּאַשע.

"אונדזערע הינער שפּײַזן זיך אין דרויסן, ממש אויף דער פּאַשע, און יעדן טאָג, נאָך דעם ווי זיי האָבן שוין אויסגעצופּט דאָס גראָז, פֿירט מען זיי אַריבער אויף אַ צווייטן טייל פֿון פֿעלד, מיט פֿריש גראָז צו עסן," האָט האַנאַו דערקלערט. ווינטערצײַט, ווען ס׳איז צו קאַלט, און ווען דאָס פֿעלד איז פֿאַרשנייט (הינער האָבן פֿײַנט דעם שניי, ווײַל עס לאָזט זיי נישט טאָן וואָס זיי האָבן ליב: זיך פּאָרפּלען אין דער ערד), האַלט מען זיי אין אַ פּאָרטאַטיוון וואַרעמהויז אָן אַ באָדן, און אַזוי האָבן זיי ווײַטער גראָז אויף צו שפּײַזן זיך. אַחוץ דעם, קאָרמען זיי די פֿאַרמער מיט אַ געזונטער דיעטע פֿון אַלפֿאַלפֿע, צעשניטענע קרויט און שאַלאַטן.

האַנאַו האָט געגרינדעט "גראָו ענד ביהאָלד" אין איינעם מיט זײַן פֿרוי, אַנאַ, פֿאַראַיאָרן זומער, און דאָס געשעפֿט גייט, קיין עין הרע, גוט. די הינער האָדעוועט מען אויף די משפּחה־פֿאַרמען פֿון די אַמיש־לײַט — אַ קריסטלעכע סעקטע אין לאַנקאַסטער־קאַונטי, פּענסילוועניע, וואָס מײַדט אויס די באַקוועמלעכקייטן פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, און איז דערפֿאַר אַ פּאַסיק אָרט צו האָדעווען הינער אויף אַזאַ טראַדיציאָנעלן, נישט־טעכנאָלאָגישן שטייגער.

"גראָו ענד ביהאָלד" האָט אויך פֿאַרמער, וואָס האָדעווען בהמות לויט די זעלבע סטאַנדאַרטן.

נפֿתּלי און אַנאַ שפּײַזן אויך זייערע אייגענע הינער (צוליב די אייער, נישט צו שעכטן) אינעם הויף פֿון זייער שטוב אין ברוקלין. אַ טייל פֿון די אייער נעמען זיי פֿאַר זיך, און אַ טייל פֿאַרקויפֿן זיי זייערע פֿרײַנד און באַקאַנטע. לעצטנס, איז אָבער פֿאָרגעקומען אַן אינצידענט, וואָס באַטאָנט די מעגלעכע סכּנות פֿון פֿרײַ האָדעווען הינער. די האַנאַוס האָבן זעלטן פֿאַרשלאָסן די הינערשטאַל בײַ נאַכט ווײַל זיי האָבן נישט געהאַט ביז אַהער קיין פּראָבלעם מיט רויב־חיות, אָבער מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אַ שאָפּ (raccoon) זיך אַרײַנגעגנבֿעט און דערהרגעט 6 פֿון די 18 הינער. "איצט פֿאַרשליסן מיר זי יעדע נאַכט," האָט האַנאַו געזאָגט.

במשך פֿונעם ערשטן יאָר איז די פֿירמע געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז זי האָט שוין קונים אין 48 שטאַטן, און עס האָבן זיך אַפֿילו געשאַפֿן "אײַנקויף־קלובן" אין דרײַ שטעט אויפֿן מערבֿ־ברעג — אין לאָס־אַנדזשעלעס, סאַן־פֿראַנציסקאָ און סיִאַטל.

צוליב דעם וואָס די פֿרײַ־געהאָדעוועטע הינער ווערן נישט דערצויגן מאַסנווײַז, איז דער פּרײַז פֿונעם פֿלייש אָבער אַ סך העכער, ווי דער פּרײַז פֿון געוויינטלעכע כּשרע הינער. די וועבזײַט, Kosher.com, למשל, רעכנט 11.97$ פֿאַר אַ גאַנצער הון פֿון דרײַ פֿונט, בעת בײַ "גראָו ענד ביהאָלד", קאָסט עס 19.50$.

"אונדזערע קונים זענען, בדרך־כּלל, פֿון די פֿאַרמעגלעכערע קרײַזן, אָבער אַ סך פֿון די יונגע לײַט קויפֿן בײַ אונדז אויך, ווײַל זיי פֿאַרשטייען, אַז אונדזערע חיות זענען געזינטער און דאָס פֿלייש איז געשמאַקער," האָט האַנאַו באַמערקט. די יונגע לײַט זענען מסתּמא אויך אימפּאָנירט מיט דער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט וואָס "גראָו ענד ביהאָלד" טוט. די פֿירמע אַרבעט מיט "משׂביע" — אַ גאָרקיך פֿאַר אָרעמע (בדרך־כּלל פֿרומע) לײַט אין באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג און קווינס. דרײַ מאָל אַ יאָר, בעת די עשׂרה ימי־תּשובֿה, פּורים און פּסח, שענקט "גראָו ענד ביהאָלד" דער גאָרקיך סײַ הינער, סײַ רינדערן פֿלייש, ווי אויך אַ געוויסן פּראָצענט פֿון זייער הכנסה, כּדי צו העלפֿן דעקן די אָפּעריר־הוצאָות פֿון דער צדקה־אָרגאַניזאַציע.

"מיר גיבן זיי ביינער פֿאַר פּעטשאַ, און זופּביינער, ווי אויך די הינער־לעבערלעך — האָט האַנאַו באַמערקט — ווײַל יענער עולם ווייסט נאָך ווי אַזוי צו קאָכן זיי!"

אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט, דער געשעפֿט־דירעקטאָר פֿון "משׂביע", האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער איז זייער גערירט פֿון דער ברייטהאַרציקייט פֿון "גראָו ענד ביהאָלד": "אַ סך פֿירמעס מײַדן אויס צו געבן צדקה, ביז זיי זענען שוין אַ סך יאָרן ׳אין ביזנעס׳, און אַפֿילו ווען זיי גיבן שוין, איז עס בלויז אַ פּראָצענט פֿון אַ פּראָצענט — און זיי באַרימען זיך נאָך דערמיט! נפֿתּלי און אַנאַ האָבן אָבער פֿון אָנהייב אָן געגעבן גאַנצע 5% פֿון זייער ברוטאָ־הכנסה, און זיי טוען עס עטלעכע מאָל אַ יאָר. ס׳איז זייער שיין פֿון זיי."

"ס׳איז אויך די איינציקע פֿירמע, וואָס שענקט אונדז איבערגעבליבענע פֿלייששניטן און הינער־ביינער," האָט ראַפּאַפּאָרט צוגעגעבן. "אונדזערע אַרבעטער זאָגן מיר, אַז ווען די מענטשן באַקומען עס, זענען זיי איבערגליקלעך!"