‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין די נײַ־געבוירענע לענדער, טיילן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס’איז שוין אַוועק איבער 20 יאָר, ווי עס זעט אָבער אויס, איז די קרענק פֿון קסענאָפֿאָביע בכלל און אַנטיסעמיטיזם בפֿרט, נישט אויסצוּוואָרצלען — צו טיף זײַנען אײַנגעוואַקסן געוואָרן די סתּירות אין דער געזעלשאַפֿט צווישן דער אָרטיקער נאַציאָנאַלער פֿעלקערשאַפֿט און די פּראָצעסן פֿון דער געשיכטע, צו וועלכע די געזעלשאַפֿט האָט זיך געמוזט צופּאַסן. די איבער 70־יאָריקע תּקופֿה פֿון די סאָוועטן האָט געשאַפֿן אירע העלדן און אַנטי־העלדן; די נאַצישע אָקופּאַציע — אירע אייגענע העלדן און אַנטי־העלדן; און לסוף, די 20 יאָר פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט האָבן צונויפֿגעשטויסן די פֿאַרבליבענע רעשטלעך, וואָס האַלטן זיך נאָך פֿאַר דעם סאָוועטישן מיטאָס און די נײַ־אויפֿגעקומענע נאַציאָנאַליסטישע שפּראָצלינגען, וואָס אין זייער איצטיקן מיטאָס ציִען זיי זיך מער צו די העלדן פֿון דער נאַצישער תּקופֿה.

אַזאַ צונויפֿשטויס אין דער געזעלשאַפֿט איז מעגלעך נאָר ווען די נאָך שוואַכע דעמאָקראַטישע רעגירונג וואַקלט זיך, ווי אין אַ שיפֿל אויף די כוואַליעס פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון איין זײַט, וויל מען זײַן עכט נאַציאָנאַל און מע בייגט איבער דעם שטעקן צו די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות; און פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען געניסן פֿון די "אייראָפּעיִשע בענעפֿיטן", וואָס מע קאָן זיי באַקומען נאָר דעמאָלט, אויב מע שטעלט נישט די נאַציאָנאַלע אינטערעסן העכער פֿון די אַלגעמיינע מענטשנרעכט.

סוף סעפּטעמבער, בעת די טרויער־דאַטעס פֿון ווילנער געטאָ האָבן מיר דערמאָנט די אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן פֿון אייניקע רעגירונגס־מיטגלידער אין ליטע. אויך די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן קענען נישט "פֿאַרגינען" די ייִדן, אומגעבראַכט אין באַבי־יאַר, צו האָבן אַ פּאַסיקן דענקמאָל, וווּ ס’זאָל קלאָר און דײַטלעך אָנגעוויזן ווערן, אַז ס’רובֿ פֿון די אומגעבראַכטע זײַנען געווען ייִדן, און אינעם זכּרון פֿון דער וועלט (אויב אַזאַ זאַך עקזיסטירט) איז באַבי־יאַר פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן חורבן.

ערשט די וואָך איז אין קיִעוו דורכגעגאַנגען אַ "באַנדעראַ־מאַרש" פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן. זיי זוכן נאָך אַלץ שולדיקע אין זייערע איצטיקע עקאָנאָמישע צרות, אָבער ווי פֿריִער — פֿון דרויסן! זיי הייבן אויף די פֿענער פֿון סטעפּאַן באַנדעראַ, וואָס האָט געטרײַ געדינט די נאַציס בײַם אויסראָטן די ייִדן און די מאָסקווער מאַכט פֿון קאָמוניסטן; אין זייער פֿאַרשטאַנד איז קיין חילוק צווישן זיי נישט געווען.

דעריבער איז נישט קיין חידוש, וואָס אַלע באַמיִונגען צו מישפּטן די פֿאַרברעכער, פֿאַרמישט אין מאַסן־מאָרדן פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿאַלן דורך. נאָך אַ בײַשפּיל דאַרף מען נישט גיין ווײַט.

ערשט די וואָך האָט די פּראָקוראַטור פֿון עסטלאַנד, אָפּגעשטעלט איר אויספֿאָרשונג אין שײַכות מיט מיכאַיִל גאָרשקאָוו, בירגער פֿונעם לאַנד, וואָס ווערט באַשולדיקט אינעם באַטייליקן זיך אין דערמאָרדן דרײַ טויזנט ייִדן אין דער שטאָט סלוצק (ווײַסרוסלאַנד). דער קרימינעלער ענין איז פֿאַרמאַכט געוואָרן צוליב דעם, וואָס די פּראָקוראַטור האָט "נישט געקאָנט פּינקטלעך באַשטימען זײַן אידענטיטעט".

אפֿרים זוראָף, דירעקטאָר פֿונעם "וויזענטאַל־צענטער", האָט געזאָגט, אַז דאָס שליסן דעם קרימינעלן ענין פֿון גאָרשקאָוו, איז אַ טיפּישער בײַשפּיל, ווי די מאַכט פֿון עסטלאַנד, זינט ס’איז געוואָרן אומאָפּהענגיק, איז נישט אימשטאַנד צו מישפּטן די חורבן־פֿאַרברעכער; און דאָס איז שוין נישט דער ערשטער פֿאַל.

לויט די ידיעות פֿונעם יוסטיץ־מיניסטעריום, האָט מיכאַיִל גאָרשקאָוו, אַ געבוירענער אין טאַלין, אין 1943 געאַרבעט ווי אַן איבערזעצער אין דער דײַטשישער געהיים־פּאָליציי אינעם אָקופּירטן מינסק און האָט געקאָנט זיך באַטייליקן אינעם אומברענגען 3000 ייִדן פֿונעם סלוצקער געטאָ, ווי אויך אין אַן אויסראָטונג־אַקציע מיט אַ יאָר פֿריִער.

אין 2002 האָט אַמעריקע אַרויסגעשיקט גאָרשקאָוון פֿון לאַנד, ווײַל ער האָט צוגעשטעלט דעם אימיגראַציע־דעפּאַרטאַמענט אַ פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע וועגן זיך. ער איז איצט אַלט 88 יאָר און איז אַ בירגער פֿון עסטלאַנד. אַזעלכע בײַשפּילן פֿון באַפֿרײַען די געוועזענע נאַצי־פֿאַרברעכער אונטער פֿאַרשידענע תּירוצים, קאָן מען געפֿינען אויך אין דער הײַנטיקער ליטע.

דער "תּירוץ" פֿון דער עסטלענדישער פּראָקוראַטור קלינגט אַזוי: "ס’האָט דאָך געקאָנט זײַן אַן אַנדער מיכאַיִל גאָרשקאָוו, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין די מאַסן־מאָרדן אין סלוצק בעת דער מלחמה".

באמת, זייער איבערצײַגעוודיק. ווער ווייסט, אפֿשר האָבן די ישׂראלים אין די 1960ער יאָרן אומזיסט פֿאַרמישפּט אַדאָלף אײַכמאַנען צום טויט. ס’האָט דאָך געקאָנט זײַן אַן אַנדערער?