- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דעם מיזרחדיקסטן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין די שטעט דרעזדען און גאָרליץ, קומט פֿאָר איינער פֿון די שאַפֿערישסטע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אויף דער וועלט. די יערלעכע "ייִדישע מוזיק־ און טעאַטער־וואָך" האָט זיך אָנגעהויבן מיט 15 יאָר צוריק אין דרעזדען און גייט ווײַטער אָן דאָס יאָר מיט אַ פֿולער פּראָגראַם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 25סטן סעפּטעמבער און וועט האָבן איר לעצטע פֿאָרשטעלונג דעם 13טן נאָוועמבער. במשך פֿון די 7 וואָכן וועט דער עולם קענען געניסן פֿון טעאַטער, מוזיק, אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, קלאַסן און אויסשטעלונגען. די דרעזדענער/גאָרליצער אָרגאַניזאַציע שיידט זיך אונטער בפֿירוש פֿון אַנדערע ייִדישע קולטור־גרופּעס וואָס פֿירן דורך אַזוינע פֿעסטיוואַלן מיט דעם, וואָס זי שטעלט דעם טראָפּ אויף טעאַטער. הײַנטיקס יאָר האָט מען אָנגעהויבן די "וואָך" מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "ייִדישע מוזיק אין מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע ווי אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג". רעדנערס זענען געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער אין אייראָפּע; אַמעריקע, רוסלאַנד און ישׂראל. אַ טייל פֿון די טעמעס איז געווען געווידמעט דער ייִדיש־קולטור, למשל: יאַנינאַ וווּרבס פֿון פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט האָט גערעדט אד״ט — "עטנאָגראַפֿישע אינטערוויוען אויף ייִדיש אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע"; דער רעפֿעראַט פֿון ד״ר עווגעניע קאַזשדאַן פֿון פּעטערבורג האָט באַהאַנדלט "די קונסט פֿון די בראָדער־זינגער און אַשכּנזישע פֿאָלקסלידער"; ד״ר גילה פֿלאַם פֿון ירושלים האָט געפֿאָרשט "דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד און זײַן באַאַרבעטונג דורך דער ייִדישער קונסטמוזיק"; אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון קעלן, דײַטשלאַנד, האָט דערציילט וועגן זײַן פּראַקטיק בײַם פֿאָרשטעלן איציק מאַנגערס "מגילה־לידער" מיט דײַטשע יוגנטלעכע, פּורים, 2011. דאָס יאָר האָט מען געהאַט אַ ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד דעם אַרויסקום פֿון אַ דײַטשער איבערזעצונג פֿון צבֿי קאַנאַרס ייִדיש ווערק "אַ פֿיש האָט מיך נישט אײַנגעשלונגען". דער איבערזעצער סטעפֿאַן־לודוויג דרעקסלער האָט אָנטיילגענומען אינעם אָוונט. דער שרײַבער און פּאַנטאָמימיקער צבֿי קאַנאַר (1931—2009) האָט געשריבן אויטאָביאָגראַפֿישע ראָמאַנען, אין וועלכע ער שילדערט זײַנע יונגע יאָרן, זײַנע יאָרן פֿון צער בעת דעם חורבן, און זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל. אין 1998 האָט ער געוווּנען די איציק מאַנגער־פּרעמיע. אינספּירירט פֿון צבֿי קאַנאַרס לעבן, האָט די פּאַנטאָמימיקערין אַנקע מוליג פֿאָרגעשטעלט עטלעכע אָוונטן "שטום געשפּרעך", בעת וועלכן זי פֿירט דעם עולם דורך אַן אויסגעטראַכטן מאַרקפּלאַץ אין קאַנאַרס שטעטל. דעם 25סטן סעפּטעמבער האָט מען אָנגעהויבן די פּראָגראַם פֿון טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען מיט דער קלאַסישער דײַטשער דראַמע "נתן דער חכם" פֿון גאָטהאָלד לעסינג. סײַ ייִדיש, סײַ העברעיִש־קלאַסן פֿאַר אָנהייבער האָט מען אויך אָנגעהויבן צו לערנען. צווישן די אַנדערע אַקטיוויטעטן בעת דער "וואָך" — אַ מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד מאַלי פּיקאָן "העלאָ, מלכּהלע"; אַ קלעזמער־קאָנצערט פֿון דער ישׂראל־גרופּע "אוי דיווישאָן", אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם "דיבוק". דניאל גלאַי און זײַן טאָכטער האָבן פֿאָרגעשטעלט "מעשׂיות און קלאַנגען", ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות מיט אָריגינעלער מוזיק.
איין אָוונט האָט מען אָנגערופֿן "ייִדיש ראָק און ראָל" און געשפּילט לידער מיט ייִדישע טעקסטן אין אַ ראָק־און־ראָל סטיל. אַנדערע מוזיק־גרופּעס און זינגערס וואָס זענען געקומען זיך באַטייליקן זענען — דן קאַהן מיט פּסוי קאָראָלענקאָ און זייער פּראָגראַם "דער אונטערנאַציאָנאַל [!]", און קאַרסטען טרויקע. דעם 6טן נאָוועמבער וועט מען פֿאָרשטעלן אַ נײַע פּראָגראַם אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן — "בלויער פֿון בלוי: אַן אילוסטרירטער לידער־ציקל 1939—1945", מיט דער זינגערין אורסולאַ מאַקאָזש און מוזיקער קריסטיאַן דאַוואַד. צו זען די גאַנצע פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש אויף דער וועבזײַט: http://www.jiddische-woche-dresden.de/programm.php |