מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃
יאָסל בירשטיין. אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער,
"פֿאָרווערטס", 2011
"דער זכּרון איז מער ווי דאָס וויסן", זאָגט יאָסל בירשטיין (1920—2003) אין איינעם פֿון זײַנע מאָנאָלאָגן אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער סעריע "ייִדישע שרײַבערס". און בירשטיין האָט טאַקע יאָ פֿאַרמאָגט אַ מעכטיקן זכּרון, וואָס איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט די סאַמע קלענסטע פּרטים פֿונעם מענטשלעכן קיום. חוץ דעם, וואָס ער האָט פֿאַרגעדענקט אַלץ, וואָס ער האָט אַ מאָל געזען, געהערט, אָדער געשמעקט, האָט ער פֿאַרמאָגט אַן איבערמענטשלעכע פֿעיִקייט צו פֿאַרוואַנדלען אָט דעם רוישטאָף אין געטאָקטע מעשׂיות, און דערצו נאָך אין צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש.
בירשטיינס שאַפֿונג איז סײַ מאָדערן, סײַ טראַדיציאָנעל. ער איז געווען דער פּיאָנער פֿון דער קיבוץ־טעמע אויף ייִדיש. זײַן ערשטער ראָמאַן "אויף שמאָלע טראָטואַרן" (1958) שעפּט פֿונעם מחברס דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין קיבוץ גבֿת, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע ערשטע צען יאָר אין ישׂראל. אָבער דאָס רובֿ פֿון זײַן שאַפֿונג געהערט צו דעם אַלטן ייִדישן זשאַנער פֿון מעשׂיות. ער האָט זיך גערופֿן אַ "מגיד פֿון מעשׂיות", און אין דעם זין איז ער אַ געטרײַ אייניקל פֿון שלום־עליכם.
בירשטיינס הויפּט־טעמע איז דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדישן עמך אין ארץ־ישׂראל. ער האָט געפֿונען מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע מעשׂיות אומעטום אַרום זיך. ער האָט זיך געיאָגט נאָך זיי אויף די גאַסן און געלאָקערט אויף זיי אין אויטאָבוסן. ער האָט זיך קונה־שם געווען, דער עיקר, אַ דאַנק זײַנע קורצע ראַדיאָ־אוידיציעס; אָבער זײַנע געדרוקטע ווערק זײַנען אויך איבערגעזעצט געוואָרן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ער איז געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער אין צוויי לענדער — ישׂראל און כינע. אַ פּנים, האָבן די כינעזער אַן ענלעכן געשמאַק אינעם זשאַנער פֿון קורצע מעשׂיות.
דער נײַער קאָמפּאַקט–דיסק איז אַ פֿרוכט פֿון אַ לאַנג־יאָריקער אַרבעט, וואָס איז ניט געגאַנגען אַלע מאָל גלאַט. נאָך זײַן אָנקומען קיין ישׂראל האָט באָריס סאַנדלער מיט זײַן קעשענעווער חבֿר, דעם קינאָ־אָפּעראַטאָר אַהרן שוואַרצמאַן, פֿילמירט זײַנע שמועסן מיט אַ פּאָר צענדליק ייִדישע ליטעראַטן, וואָס האָבן דעמאָלט געלעבט אין ישׂראל. אָבער צו פֿאַרוואַנדלען די דאָזיקע טאַשמעס אין גרייטע פֿילמען האָט גענומען אַ היפּש ביסל צײַט, ווײַל עס האָט געפֿעלט געלט אויף דער טעכנישער אַרבעט. איצט, אַ דאַנק דער שטיצע פֿון דער "ייִדישער קליימס־קאָנפֿערענץ", בית שלום־עליכם, אַטראַן־פֿונדאַציע און "פֿאָרווערטס" רוקט זיך דער פּראָיעקט ווידער פֿאָרויס. דער ערשטער דיסק, וואָס איז אַרויס מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט פֿאָרגעשטעלט די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבערין שירה גאָרשמאַן, און מען קאָן זיך ריכטן אויף ווײַטערע המשכים.
בירשטיין וואָלט אַוודאי צופֿרידן געווען מיט אַזאַ אויפֿטו, און ניט נאָר ווײַל דער דיסק האָט אָפּגעהיט זײַן לעבעדיקע געשטאַלט. ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַרכיוויסט, וואָס האָט לאַנגע יאָרן פֿאַנאַנדערגעקליבן און קאַטאַלאָגירט דעם ריזיקן (דער געוויכט פֿון די פּאַפּירן איז געווען דרײַ טאָן!) אַרכיוו פֿון מלך ראַוויטש אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, האָט ער גוט פֿאַרשטאַנען די ווערט פֿון אַזאַ מין אַרבעט. און פֿון דעם אַרכיוו האָט ער אויך געשעפּט שטאָף פֿאַר זײַנע מעשׂיות.
די מעשׂה פֿון בירשטיינס לעבן באַשטייט פֿון דרײַ טיילן. געבוירן אינעם שטעטל ביאַלע־פּאָדליאַסקע (ביאַלע ד׳ליטע) אין מיזרח־פּוילן אין 1920, איז ער אין 1937 אָנגעקומען קיין אויסטראַליע און זיך באַזעצט אין מעלבורן. דאָ האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער. און אויך וועגן דעם דערציילט ער אין אַ שיינער מעשׂה, וואָס מען קאָן זי הערן אויף דעם קאָמפּאַקט־דיסק. ער דערמאָנט דאָרט זײַן מדריך אינעם ליטעראַרישן פֿאַך, פּינחס גאָלדהאַר, וואָס האָט אים געהייסן שטודירן מיט התמדה די הילכות־פּאָעזיע.
בעת דער מלחמה האָט בירשטיין געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי, האָט חתונה געהאַט אין מעלבורן, אָבער ער האָט זיך ניט געפֿילט היימיש אין אויסטראַליע, ווײַל ער האָט שוין דעמאָלט פֿאָרויסגעזען דאָרט די ירידה פֿון ייִדיש. אַרום 1947 האָט ער און זײַן פֿרוי אַפֿילו זיך גענומען צו לערנען רוסיש, כּדי צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן. אָבער אַנשטאָט דעם האָבן זיי געמאַכט אַן עליה קיין ישׂראל. נאָך זײַן אָנקומען אין לאַנד אין 1950 האָט ער זיך באַזעצט אין אַ קיבוץ, וווּ מען האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ פּאַסטעך פֿון שעפּסן (מען האָט געמיינט, אַז אין אויסטראַליע האָט ער באַקומען אַ דערפֿאַרונג אינעם דאָזיקן פֿאַך).
אין אַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין מעלבורנער "אונדזער טריבונע" אין 1948, האָט בירשטיין באַמערקט, אַז גאָלדהאַר איז געווען דער ערשטער ייִדישער שרײַבער, "וועלכער האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַן אויסטראַליש־ייִדישן טאָן". און דווקא בײַ גאָלדהאַרן אין אויסטראַליע האָט זיך בירשטיין אויסגעלערנט ניט נאָר ווי צו שרײַבן ליבע־לידער אין "אַנאַפּעסטן" — וועגן דעם דערציילט ער מיט אַ שמייכל — נאָר אויך ווי צו שרײַבן "מיט ריח", אַז יעדע מעשׂה זאָל טראָגן אין זיך אַ שטיקל רוי לעבן.
דער דיסק האָט עטלעכע מאָנאָלאָגן, אין וועלכע בירשטיין דערציילט וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג. זײַן לײַכטער הומאָריסטישער טאָן זאָל ניט פֿאַרפֿירן דעם צושויער, ווײַל ער רעדט ערנסט וועגן טיפֿע ענינים. מען דאַרף זען אָט דעם דיסק מער ווי איין מאָל און מיט אויפֿמערק זיך צוהערן צו זײַנע ווערטער, כּדי משׂיג צו זײַן זײַנע אָריגינעלע געדאַנקען וועגן דעם, וואָס געטע האָט גערופֿן "דיכטונג און וואַרהייט". בירשטיין פֿאַרסך־הכּלט זיי אין אַ קורצער אַפֿאָריסטישער פֿאָרעם, וואָס פֿאַרבלײַבט אין צושויערס זכּרון ווי שטיקלעך חכמה׃ "מענטשן הערן אַנדערש ווי מען דערציילט", "דער זכּרון איז מער ווי דאָס וויסן", און נאָך אַ סך אַנדערע אַפֿאָריסטישע געדאַנקען.