|
אַ זײַט פֿון דעם בוך "אַ מעשׂה" |
|
ווען זי איז געווען צו גאַסט בײַ אונדז אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע אין אויגוסט האָט אַנאַ ראָזענפֿעלד, אַ ייִדיש־אַקטיוויסטקע אין וואַרשע און די אָנפֿירערין פֿון דער דאָרטיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם, אונדז געשאָנקען אַ נײַ קינדערביכל — "אַ מעשׂה" — אויף צוויי שפּראַכן, ייִדיש און פּויליש.
דעם אמת געזאָגט, איז "אַ מעשׂה" נישט קיין קינדערביכל נאָר אַ לוקסוס־קינדערבוך, אַרויסגעגעבן אין אַ גרויסן פֿאָרמאַט מיט האַרטע טאָוולען. עס נעמט אַרײַן צען טעקסטן, צווישן זיי: די לידער "אַ מעשׂה" פֿון לייב קוויטקאָ, "קיץ קאַץ קעצעלע" און "אַ רעגן גייט" פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, ווי אויך דאָס פֿאָלקסליד "אין אַ קליין שטיבעלע", און "ל׳׳ג בעומר", "שטייט אַ ביימעלע אין פֿעלד" און "אויפֿן גרינעם בערגעלע" פֿון י. ל. פּרץ.
יעדעס ליד פֿאַרנעמט צוויי גרויסע זײַטן אויף ייִדיש, און דערנאָך צוויי זײַטן אין פּוילישער איבערזעצונג. די פּרעכטיקע אילוסטראַציעס האָבן געשאַפֿן אורשולאַ פּאַלושינסקאַ.
אין וואַרשע ווערט דער ייִדישער קולטור־קרײַז אַלץ מער און מער אַקטיוו. וועגן דעם באַקאַנטן מלוכה־טעאַטער, ווייסט מען שוין, אָבער איצט קען מען הערן די פײַנע ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס ווערט געפֿירט פֿון אַנאַ ראָזענפֿעלד, און דאָס אָנטיילנעמען אין דעם גרויסן יערלעכן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור". מיט דער פּובליקאַציע פֿון "אַ מעשׂה" קען מען צוגעבן ליטעראַרישע שאַפֿונגען צו דער רשימה פֿון דערגרייכונגען פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער קולטור־וועלט; אַ בוך, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן מיט רחבותדיקייט.
דער ISBN נומער פֿון "אַ מעשׂה" איז 978-83-931879-0-4.