פּובליציסטיק

איידער איך האָב זיך אַוועקגעזעצט צו שרײַבן דעם דאָזיקן אַרטיקל, האָב איך אַ google געטאָן אַזעלכע ווערטער ווי "ראַסיזם", "סאָוועטיש" און אַנדערע ענלעכע קאָמבינאַציעס. קליגער האָט מיך דאָס "גוגלען" ניט געמאַכט, קיין אינטערעסאַנטע אַנאַליטישע אַרבעט האָב איך דערווײַל ניט געפֿונען. אפֿשר האָב איך ווייניק, צי ניט ריכטיק געזוכט, ווײַל עפּעס גלייבט זיך מיר ניט, אַז מע האָט ניט געפֿאָרשט ווי עס דאַרף צו זײַן דעם פֿענאָמען פֿון סאָוועטישן ראַסיזם, וועלכער פֿילט זיך זייער שטאַרק ביזן הײַנטיק טאָג. וועגן כּלערליי פֿאַלן פֿון ראַסיזם אין הײַנטיקן רוסלאַנד דערציילן אַלע מינים מעדיאַ.

איך האַלט זיך ניט פֿאַר קיין מומחה אין אַזעלכע זאַכן ווי ראַסיזם און אַנדערע מינים קסענאָפֿאָביע, וועלכע זײַנען פֿאַרשפּרייט צווישן די געוועזענע סאָוועטישע תּושבֿים. מיר שײַנט, אָבער, אַז דאָס איז די זעלבע דערפֿאַרונג ווי אין ס’רובֿ אַנדערע געוועזענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען, וועלכע האָבן כּלומרשט געלייזט די צווישן-עטנישע צי צווישן-רעליגיעזע פּראָבלעמען. אין דער אמתן, האָט מען זיי פּשוט פֿאַרבאַהאַלטן אונטערן טעפּיך, וואָס האָט זיך גלײַך צעריסן ווען דער רעזשים איז געפֿאַלן. איך וועל ניט גיין נאָך דוגמאָות אין אַפֿריקע צי אַזיע. אייראָפּע גיט אויך גענוג סחורה פֿון אַזאַ סאָרט ענינים. למשל, יוגאָסלאַוויע, וווּ אַלץ האָט, דאַכט זיך, אויסגעזען זייער רויִק און האָט אַפֿילו ניט געשמעקט מיט קיין בירגער־קריג כּל-זמן טיטאָ האָט געהאַלטן די לייצעס אין זײַנע דיקטאַטאָרישע הענט.

דער צעברעקלטער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט אויך איבערגעלאָזט אַ היפּש ביסל בלוטיקע עטנישע קאָנפֿליקטן, וועלכע זײַנען עד-היום נאָך ניט געלייזט געוואָרן, און מע זעט פֿאַר זיי ניט קיין סוף: גרוזיע מיט אַבכאַזיע, גרוזיע מיט אָסעטיע, אַרמעניע מיט אַזערבײַדזשאַן, מאָלדאָווע מיט איר רוסיש-שפּראַכיקן אָנקלאַוו... שוין אָפּגעשמועסט פֿון קאָנפֿליקטן אין רוסלאַנד גופֿא, בפֿרט אין קאַווקאַז. בינו-לבינו, מיליאָנען לײַט האָבן מיגרירט פֿון איין עק פֿון דער געוועזענער סאָוועטישער אימפּעריע אין אַן אַנדער עק, וווּ דער היגער עולם קען ניט אָנקוקן די נײַ-געקומענע. דערצו נאָך, האָט זיך פּלוצעם אויסגעקלאָרט, אַז דער גאַנצער סאָוועטישער אינטערנאַציאָנאַליזם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ליידיקע פּלאַפּלערײַ. אַ ביטול צו אַלע "אַנדערע" האָבן די סאָוועטישע עמיגראַנטן געבראַכט קיין אויסלאַנד.

צום ערשטן מאָל האָב איך דעם פּרצוף פֿון סאָוועטישן ראַסיזם דערזען אין ברײַטאָן-ביטש, ווען איך בין אַהין געקומען אויף אַ פּאָר טעג אין 1996 צי 1997. אין דער קאַסע פֿון דער סאָבוויי-סטאַנציע איז געזעסן אַ שוואַרצער אַמעריקאַנער. אַ ניט קיין יונגע סאָוועטישע אימיגראַנטקע האָט אַרײַנגעשטופּט אין דעם פֿענצטערל געלט, געבעטן — אויף ענגליש — אַ בילעט, און צוגעגעבן — שוין אויף רוסיש (וואָס דער אַמעריקאַנער האָט ניט פֿאַרשטאַנען) — "זאָלסטו פּגרן". ביזן הײַנטיקן טאָג געדענק איך דאָס פּנים פֿון יענער פֿרוי. אַ סבֿרא, אַז דער שאָק איז געווען אַ שטאַרקער.

הײַנט וואָלט איך שוין, אַ פּנים, ניט געווען אַזוי שאָקירט, ווײַל אין די לעצטע יאָרן פֿאַרברענג איך אַ לאַנגע צײַט אין רוסישן ברוקלין און זיך איבערגענוג אָנגעהערט אַזעלכע מיאוסקייטן. למשל, מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך צו מײַנע אויערן דערטראָגן אַזאַ דיאַלאָג, לעבן דעם באַרימטן ברײַטאָן-ביטשער רעסטאָראַן "טאַטיאַנאַ":

"האָסט געהערט? זומערצײַט האָבן דאָ די שוואַרצע אָנגעהויבן צו שיסן."

"און וואָס איז פֿון דעם אַרויס?"

"זיי האָבן געשאָסן איינער אין דעם אַנדערן, אָבער אין מענשטן האָבן זיי אויך געטראָפֿן."

עס פֿאַרדריסט באַזונדערס צו הערן ראַסיסטישע באַמערקונגען מצד געוועזענע סאָוועטישע ייִדן, די זעלבע וואָס האָבן באַקומען דעם סטאַטוס פֿון "פּליטים" ווי קרבנות פֿון סאָוועטישן אַנטיסעמיטיזם. איך וועל אַפֿילו ניט פּרוּוון איבערגעבן די ווערטער, די אַנימאַליסטישע פֿאַרגלײַכן, וועלכע מיר קומט אויס צו הערן וועגן באַראַק און מישעל אָבאַמאַ. און מע שעמט זיך ניט! איך מוז זאָגן דעם אמת: איך האָב פּשוט אָנגעהויבן מורא האָבן, ווען דער גורל פֿאַרטראָגט מיך אין אַ נײַעם קרײַז סאָוועטיש-ייִדישע אימיגראַנטן. צווישן מײַנע נאָענטע פֿרײַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, אויסגעשלאָסן. אָבער אַ צופֿעליקער עולם טראָגט אונטער זייער אָפֿט אַזעלכע "מתּנות".

די טעג האָט מען מײַן ווײַב און מיך פֿאַרבעטן צו גאַסט צו פֿרײַנד; זייער סימפּאַטישע מענטשן. קומען מיר צו זיי, און די ערשטע זאַך, וואָס האָט זיך מיר געוואָרפֿן אין די אויגן, איז געווען די צאָל טעלער אויפֿן טיש. און טאַקע — נאָך אַ פּאָרפֿאָלק איז געקומען. די פֿרוי און מײַן ווײַב (ווי אויך די באַלעבאָסטע) האָבן מיט לאַנגע יאָרן צוריק זיך געלערנט אין דער זעלבער מאָסקווער שול. די פֿרוי איז פֿון דעם טיפּ, וואָס רעדט די גאַנצע צײַט, אָבער — גאָט צו דאַנקען — ניט וועגן פּאָליטיק, נאָר וועגן שמאַטעס, דירות, טוריסטישע רײַזעס, וכ’. דאָך איז זי ניט פֿאַרבײַגעגאַנגען מישעל אָבאַמאַ און איר אויסזען בשעת עפּעס אַן אַסיפֿה, וועלכע מע האָט געוויזן אויף דער טעלעוויזיע. איך וועל זי, פֿאַרשטייט זיך, ניט ציטירן. גלייבט מיר — ס’איז געווען זייער מיאוס.

וואָס זאָל מען טאָן? פֿאַרמאַכן איר דעם פּיסק? צו דערמאָנען איר, אַז פֿון אַ ייִדישן מויל קלינגט עס באַזונדערס ווילד? דעם אמת זאָגנדיק, האָט זיך שטאַרק ניט געוואָלט צו מאַכן אַ סקאַנדאַל און דערמיט באַליידיקן די באַלעבאַטים. האָב איך באַשלאָסן אַריבערצופֿירן דעם שמועס אויף אַן אַנדער טעמע — דער קיניגלעכער חתונה אין ענגלאַנד. האָט זי טאַקע גלײַך גענומען ברײַען וועגן דער יונגער פּרינצעסין און אירע קליידער, און וועגן דעם וועלט-באַרימטן הינטן פֿון דער פּרינצעסינס שוועסטער. צו אָבאַמאַ האָט זיך דער שמועס מער ניט אומגעקערט. מיט מײַן ווײַב האָבן מיר דערנאָך באַשלאָסן, אַז אַן אַנדערש מאָל וועט מען מוזן זיך אויסדרייען פֿון אַ פֿאַרבעטונג, אויב די דאָזיקע "אַלטע חבֿרטע" וועט זײַן צווישן די געסט.

איך וויל ניט איבערטרײַבן, חס-וחלילה. ראַסיזם, בפֿרט ניט קיין פֿאַרדעקטער, אין זײַנע נידעריקסטע פֿאָרמען, האָט אָפּגעסמט ניט אַלעמען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. און דאָך איז עס, בלי-ספֿק, זייער אַן ערנסטע קרענק בכלל און אין דער רוסיש-ייִדישער סבֿיבֿה בפֿרט. עס פֿאַרדריסט, אַז קיין איין ייִדישע אָרגאַניזאַציע צי מעדיאַ-פֿאָרום באַשעפֿטיקט זיך ניט, דאַכט זיך, מיט דעם דאָזיקן ענין.