דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

לאָוער־איסט–סײַד, ניו־יאָרק, 1930ער יאָרן
לאָוער־איסט–סײַד, ניו־יאָרק, 1930ער יאָרן
Credit: Forward Association
צווישן אַלע שטעט פֿאַרנעמט ניו־יאָרק דאָס סאַמע חשובֿע אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. קיין אַנדערע שטאָט האָט ניט זוכה געווען אַזוי פֿיל פֿאַרשידענע פּאָרטרעטן אין דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע. אויפֿן שוועל פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז ניו־יאָרק געוואָרן די ייִדישע הויפּט־שטאָט פֿון דער וועלט, סײַ לויט דער צאָל פֿון די רעדנער פֿון ייִדיש, סײַ לויט דער צאָל פֿון ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס, צײַטונגען, פֿאַרלאַגן, טעאַטערס, קלובן.
ייִדישע ליטעראַטן האָבן זיך גלײַך צוגעכאַפּט צו דעם רײַכן מענטשלעכן שטאָף, וואָס זיי האָבן אַנטדעקט אין ניו־יאָרק, און באַוווינט אירע גאַסן, פּלעצער און פּאַרקן מיט פֿאַרשידענע ייִדישע טיפּן. הגם דער צענטער פֿון ייִדישן ניו־יאָרק איז געווען אויף דעם לאָוער־איסט–סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט די ייִדישע ליטעראַטור גיך באַהערשט אַנדערע געגנטן אויך. דער ערשטער דור ניו־יאָרקער ייִדישע שרײַבער איז הײַנט מערסטנס פֿאַרגעסן, אָבער דווקא זיי האָבן פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿאַר דער אייגנאַרטיקער ניו־יאָרקער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זיי האָבן געשריבן פֿאַרן פּראָסטן מאַסן־עולם, און האָבן זיך געסטאַרעט צו קאָמבינירן הומאָר מיט באַרעוודיקייט.
איינער פֿון די פּאָפּולערסטע און פּראָדוקטיווסטע דערציילער פֿון יענער תּקופֿה איז געווען ישׂראל־יוסף זעווין (1872—1926), וואָס האָט געשריבן אונטערן פּען־נאָמען תּשר״ק. ער האָט באַקומען אַ פֿילזײַטיקע ייִדישע און אַלגעמיינע דערציִונג אין רוסלאַנד און געקומען קיין אַמעריקע אין 1889, וווּ ער האָט אויספּראָבירט פֿאַרשידענע פּרנסות ביז ער האָט געפֿונען אַן אָרט פֿאַר זיך אין דער צײַטונג "ייִדישעס טאַגעבלאַט". אין זײַנע פֿילצאָליקע הומאָרעסקעס און דערציילונגען האָט ער באַשריבן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן. ער האָט אויך געשריבן פֿאַר העברעיִשע און ענגלישע צײַטונגען.
די ייִדישע קריטיק האָט ניט געהאַלטן קיין סך פֿון תּשר״ק ווי אַ קינסטלער, אָבער האָט אים געשאַצט ווי אַ "קריטיקער פֿון אַ דעמאָקראַטישן פֿאָלקסלעבן" (בעל־מחשבֿות). דער הײַנטיקער לייענער מיט אַ חוש פֿאַר אַלטמאָדישער עלעגאַנץ קאָן קלײַבן נחת פֿון תּשר״קס הומאָריסטישע שילדערונגען פֿונעם אַלטן ניו־יאָרק וואָס איז לאַנג ניטאָ מער, ווי למשל די הומאָרעסקע "תּשליך אין סענטראַל פּאַרק".
בעת תּשר״ק און אַנדערע זשורנאַליסטן האָבן באַדינט דעם וואַקסנדיקן אימיגראַנטישן עולם פֿון צײַטונגס־לייענער, האָט אַ קליינע גרופּע יונגע ליטעראַטן רעבעלירט. "די יונגע" האָבן גענומען ליטעראַטור ערנסט, ווי אַ הויכע קונסט און אַ מין עסטעטישע שליחות. הײַנט געדענקט מען די דאָזיקע גרופּע, דער עיקר, פֿאַר זייער דיכטערישן אויפֿטו. אָבער זייער בײַטראָג אין דער נײַער ייִדישער פּראָזע איז געווען פּונקט אַזוי וויכטיק. דוד איגנאַטאָוו (1885—1954) און יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) פֿאַרקערפּערן צוויי פֿאַרשידענע שיטות אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזע, וואָס מען קאָן אָנרופֿן די סימבאָליסטישע, ווי אויך די נאַטוראַליסטישע.
די סטיליסטישע און אידעיִשע חילוקים צווישן אָט די צוויי שיטות לאָזן זיך צום קלאָרסטן פֿאַרשטיין דורך דעם, ווי פֿאַרשיידן זײַנען זייערע שילדערונגען פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. איגנאַטאָווס ניו־יאָרק איז אַ ריזיקע פֿיגור, וואָס הערשט איבער דער לאַנדשאַפֿט און דריקט אונטער קליינטשיקע מענטשעלעך־תּושבֿים. אָפּאַטאָשו באַטראַכט די שטאָט פֿון אינעווייניק, פֿונעם סאַמע תּוך פֿונעם אימיגראַנטישן ערבֿ־רבֿ, וואָס וווינט אויף די גאַסן און אין די גרויסע געבײַדעס.
אָפּאַטאָשוס ניו־יאָרק באַשטייט פֿון איינצלנע שטעטלעך, וואָס אַלע האָבן אַן אייגענעם נאַציאָנאַלן מהות. די אימיגראַנטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער פֿורעמען דעם כאַראַקטער פֿון יעדן אָרט. "אָפּאַטאָשו כאַפּט שנעל אויף אַ מענטש, זעט אים גלײַך אין זײַן גאַנצער אומגעלומפּערטקייט און אויסטערלישקייט", שרײַבט נחמן מײַזיל. די שטאָט איז אַ בינע, אויף וועלכער עס אַנטוויקלען זיך כאַראַקטערן און עס שפּילן זיך אויס כּלערליי דראַמאַטישע קאָנפֿליקטן׃ צווישן ראַסעס, צווישן געשלעכטן, צווישן דורות ווי אויך צווישן יחידים. מײַזיל באַמערקט ווײַטער׃ "אָפּאַטאָשון ציט בכלל מער צו קאָנפֿליקטן און צוזאַמענשטויסן, ווי צו אידיליע, ווי צו האַרמאָנישן לעבן."
אָפּאַטאָשו איז געוואָרן אַ כראָניקער פֿון דער גרויסער ייִדישער אימיגראַציע, וואָס ער אַליין איז געווען אַ טייל פֿון איר. אָבער זײַן לייענערשאַפֿט איז געווען ניט נאָר אין אַמעריקע. ער איז געווען פּאָפּולער סײַ אין פּוילן און סײַ אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מען האָט אַרויסגעגעבן מער פֿון זײַנע ביכער איידער אין אַמעריקע. עס איז מערקווירדיק, אַז איינער פֿון די סאַמע אַמעריקאַנישע ראָמאַנען זײַנע, "די טענצערין" (אויך באַטיטלט "אַרום גרענד־סטריט"), איז דערשינען צוערשט אין כאַרקאָוו און דערנאָך אין ווילנע.
דער אַמעריקאַנער קריטיקער ברוך ריווקין האָט געהאַלטן, אַז אָפּאַטאָשו איז געווען דער ערשטער ייִדישער שרײַבער, וועלכער האָט אין זײַנע ווערק "מאַטעריאַליזירט" די "כּמו־טעריטאָריע־אילוזיע פֿון אַמעריקע" וואָס די צוויי מיליאָן ייִדישע אימיגראַנטן האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך פֿון דער אַלטער היים. אָפּאַטאָשו האָט זי "גלײַך אַראָפּגענידעריקט פֿון דער טעריטאָריע של־מעלה צו דער טעריטאָריע של־מטה, און מען קאָן זי שטודירן ווי אַ נאַטירלעכע דערשײַנונג."
אָבער אָפּאַטאָשוס נטיה צו גשמיותדיקן נאַטוראַליזם שליסט ניט אויס אַן אינטערעס פֿאַר רוחניות און רעליגיעזע זוכענישן. ער האָט באַוווינט זײַן ניו־יאָרק מיט גאָר פֿאַרשיידענע טיפּן. צווישן זיי זײַנען געווען חסידישע כאַראַקטערן, וואָס ער האָט געקענט אין זײַן יוגנט. אַזאַ איז למשל ר׳ שבתי אין "אַרום גרענד סטריט", אַ מין אַמעריקאַנער צדיק, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון ניו־יאָרק און איז געוואָרן אַ "הייליקער וואַלד־מענטש" מעבֿר־לנהר אין ניו־דזשוירסי ווײַל ער האָט "נישט געקאָנט צוזען, ווי דער מענטש זינדיקט, געוואָלט דינען גאָט מיט לײַב און לעבן" (ב. ריווקין). אָבער זײַן טראַגישער אומקום אונטער די רעדער פֿון אַ לאָקאָמאָטיוו איז אַ סימן, לויט ריווקינען, אַז "עס איז נישטאָ קיין פּליטה פֿון די אַמעריקאַנישע כּרכן."
איגנאַטאָווס ניו־יאָרק איז אַ ריזיקע מעכאַנישע קאָנסטרוקציע, וואָס לעבט אַן אייגענעם לעבן אומאָפּהענגיק פֿון די תּושבֿים. מענטשן וואַלגערן פֿאַרלוירן און ליידיק איבער די שמאָלע לאַנגע גאַסן צווישן הויכע מויערן מיט הונדערטער פֿענצטער. די שטאָט פֿאַרמאָגט אַ מאַגישע שליטה איבער מענטשן און פֿאַרכּישופֿט זייער שׂכל און געמיט. בײַ איגנאַטאָווס ניו־יאָרק איז ניט קיין בינע נאָר אַ לעבעדיקער בעל־חיים. די מענטשן פֿילן בײַ אים אויס אַ געוויסע פֿיזיאָלאָגישע פֿונקציע, אָבער פֿאַרמאָגן ניט קיין אייגענעם ווילן. דער ריז ניו־יאָרק לעבט פֿאַר זיך אין זײַן גדולה און באַמערקט קוים די שטראָמען פֿון קליינע מענטשעלעך, וואָס לויפֿן טיף אונטן איבער די שמאָלע גאַסן־קאַנאַלן.
ניט געקוקט אויף זייערע עסטעטישע און אידעיִשע חילוקים, האָבן אָפּאַטאָשו און איגנאַטאָוו געשילדערט די שטאָט ניו־יאָרק ווי מען האָט זי געזען דורך די אויגן פֿון אימיגראַנטן, וואָס האָבן נאָך גוט געדענקט די געשטאַלטן פֿונעם אַלטן לאַנד. זייערע פּערסאָנאַזשן האָבן זיך אײַנגעלעבט אין דער נײַער שטאָט און צוגעוווינט צום נײַעם אַמעריקאַנישן שטייגער, אָבער טיף אין האַרצן זײַנען זיי דאָך פֿאַרבליבן שטעטלדיקע ייִדן. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס ראָמאַנען און דערציילונגען וועגן אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן זײַנען געווען פּאָפּולער אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ מען איז געווען נײַגעריק צו וויסן מער וועגן דער "גאָלדענער מדינה".
אַנדערש פֿירן זיך אין ניו־יאָרק די העלדן פֿון ל. שאַפּיראָ, איינעם פֿון די פֿײַנסטע סטיליסטן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. שאַפּיראָס העלדן זײַנען אויך אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע, אָבער זיי האָבן שוין לאַנג געלאָזט זייער עבֿר הינטער זיך און זײַנען געוואָרן עכטע ניו־יאָרקער. און דאָך בלײַבן זיי איינזאַם און פֿאַרלאָזן און זוכן היימישקייט און וואַרעמקייט.
שאַפּיראָ האָט זיך פֿרי קונה־שם געווען מיט זײַנע ברוטאַלע פּאָגראָם־פֿאַנטאַזיעס, אַזעלכע ווי "דער צלם" און "די ייִדישע מלוכה", וואָס האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן לייענער. און אין משך פֿון לאַנגע יאָרן האָט ער זיך באַמיט "אַראָפּצוּוואַרפֿן דעם ׳צלם׳ פֿון דער פּלייצע" און אויסאַרבעטן אַ נײַעם סטיל, וואָס זאָל זיך בעסער צופּאַסן צו דער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט. פֿון די דאָזיקע זוכענישן איז אַנטשטאַנען דאָס זאַמלבוך "ניו־יאָרקיש", וואָס איז כּולל דערציילונגען פֿון דער אַלטער און דער נײַער היים.
שאַפּיראָס חלום איז געווען אָנצושרײַבן אַ גרויסן אַמעריקאַנישן ראָמאַן, וואָס זאָל שילדערן דאָס לעבן פֿונעם יונגן דור ייִדישע אימיגראַנטן אין ניו־יאָרק. "דער ראָמאַן איז אַלע מאָל געווען די שווערסטע ליטעראַרישע פֿאָרם", האָט ער געשריבן. דער ראָמאַן איז פֿאַרבליבן אין פֿראַגמענטן, וואָס לאָזן אָפּשאַצן זײַן פֿאַרנעם, סטיל און אידעע. צום סוף פֿונעם ניט־פֿאַרענדיקטן ראָמאַן, וואָס פֿאַלט אויף דער נאַכט פֿונעם 21סטן אויגוסט 1927, קומען די העלדן זיך צונויף אויף יוניאָן־סקווער אין דעם מאָמענט פֿון דער הינריכטונג פֿון סאַקאָ און וואַנזעטי, צוויי איטאַליענישע אַרבעטער־אַנאַרכיסטן וועלכע זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַר אַ מאָרד אויפֿן סמך פֿון ספֿקותדיקע ראיות.
דער ענין סאַקאָ-וואַנזעטי האָט אויפֿגערעגט די גאַנצע וועלט, און שאַפּיראָ גיט מיט גרויסער מײַסטערשאַפֿט איבער דעם נײַעם געפֿיל פֿון אייניקייט, וואָס איז געוואַקסן פֿון די פּראָטעסטן קעגן דער סאָציאַלער אומיושרדיקייט. זײַנס איז גאָר אַן אַנדערער ניו־יאָרק איידער אין די ווערק פֿון זײַנע פֿאָרגייער. ייִדן זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿונעם גרויסן אַמעריקאַנער ציבור און זיי קעמפֿן בשותּפֿות פֿאַרן בעסערן לעבן.
שאַפּיראָ האָט געהאַט אַ סך סימפּאַטיע פֿאַרן אַרבעטער־קלאַס, אָבער קיין פּאַרטיי־מענטש איז ער ניט געווען. ער איז פֿאַרבליבן קודם־כּל אַ קינסלטער. צווישן זײַנע אַפֿאָריזמען איז פֿאַראַן אַזאַ׃ "פּאַרטייען קומען און גייען, והליטעראַטור לעולם עומדת [בלײַבט אויף אייביק]". ווי אַנדערע אַמעריקאַנער שרײַבער רעאַליסטן פֿון יענער תּקופֿה, למשל דזשאָן דאָס פּאַסאָס, האָט שאַפּיראָ געזוכט נײַע קינסטלערישע מכשירים ווי אַזוי צו שילדערן געשעענישן פֿון אַ גרויסן פֿאַרנעם. דערבײַ איז דער יחיד תּמיד פֿאַרבליבן דער צענטער פֿון זײַן קונסט.