אַכט וואָגיקע בענד פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן אַלמאַנאַך "זאַמלביכער", וואָס זײַנען אַרויס צווישן די יאָרן 1936 און 1952, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מערקווירדיקן מאָנומענט פֿון ייִדישער קולטור־געשיכטע. די רעדאַקטאָרן יוסף אָפּאַטאָשו און ה. לייוויק האָבן געמאַכט אַ פֿאַרצווייפֿלטן פּרוּוו אַנטקעגנצושטעלן קולטורעלע שעפֿערישקייט קעגן דער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס איז אָנגעפֿאַלן אויף דער וועלט בכּלל און אויף דעם ייִדישן פֿאָלק בפֿרט. די דאָזיקע אויסגאַבע האָט זיך אָנגעהויבן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה און האָט זיך פֿאַרענדיקט אינעם יאָר, ווען אין מאָסקווע זײַנען צעשאָסן געוואָרן די בעסטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער.
אינעם נאָכוואָרט צו דעם ערשטן נומער "זאַמלביכער" האָבן די רעדאַקטאָרן אַזוי דערקלערט די קאָנצעפּציע פֿון זייער פּראָיעקט׃ "דער ייִדישער לייענער איז פֿאַראַן. איבער גאָרער וועלט איז ער דאָ, אַזוי ווי די ליטעראַטור אונדזערע איז אַ ליטעראַטור פֿון דער גאָרער וועלט." אַזוי אַרום איז דער באַגריף פֿון אַלוועלטלעכקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געוואָרן דער ערשטער פּרינציפּ פֿון דער נײַער אויסגאַבע.
אָפּאַטאָשו און לייוויק האָבן בדעה געהאַט צו בויען אַ ליטעראַרישע טריבונע, "וווּ ייִדישע שרײַבער, אָן אונטערשיד פֿון וווינאָרט, זאָלן אונטער איין דאַך קענען געפֿינען פּלאַץ פֿאַר גרעסערע אַרבעטן, און וווּ נײַע אויפֿקומענדיקע טאַלאַנטן זאָלן קענען אין מער רחבֿות מאַניפֿעסטירן זייערע כּוחות". ספּעציעל האָבן זיי אויסגעדריקט אַ וווּנטש, "אַז אין די זאַמלביכער זאָלן זיך אויך באַטייליקן די ייִדישע שרײַבער פֿון ראַטנפֿאַרבאַנד, כּדי ס׳זאָל אָפּגעשאַפֿט ווערן די מחיצה, וואָס צעטיילט אונדזער ליטעראַטור."
דער צווייטער פּרינציפּ האָט באַשטימט די אידעיִשע ריכטונג פֿון דער אונטערנעמונג׃ "צו קאָנצענטרירן די שרײַבער, וואָס האָבן אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צום מענטשן און צום גאַנצן אַרום. אַ באַציִונג, וואָס דריקט זיך אויס אין ליבע צום רעוואָלוציאָנערן סאָציאַליסטישן אײַנשטעל." דער ייִדישער קאָמפּאָנענט פֿון זייער פּראָגראַם האָבן זיי באַצייכנט ווי "המשך"; דאָס הייסט, די אָנגעהעריקייט צו דעם "אַלטן און טראַגישן פֿאָלק". אָבער דאָס האָט ניט געהייסן אַן אָפּגעריסנקייט פֿון דער גרויסער וועלט׃ "דאָס ייִדישע אין אונדז איז — די גרויסע וועלט אין אונדז."
די רעדאַקטאָרן האָבן באַגריסט דעם נײַעם, "גאָר דעם ייִנגסטן דור שרײַבער". חוץ ליטעראַרישע ווערק האָט מען בדעה געהאַט צו דרוקן אויך ליטעראַרישע קריטיק, קולטור־געשיכטע, עסעיִסטיק, הגם אין די ערשטע נומערן זײַנען די דאָזיקע זשאַנערס געווען כּמעט ניט פֿאָרגעשטעלט.
ווי ווײַט האָט עס זיך אײַנגעגעבן די רעדאַקטאָרן מקיים צו זײַן זייער ברייטע פּראָגראַם? די פּאָליטישע "מחיצות" צווישן אַמעריקע און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען צו יענער צײַט אַוודאי געווען שוין צו הויך און פֿעסט, און דערפֿאַר האָבן אָפּאַטאָשו און לייוויק ניט באַקומען קיין ווערק פֿון סאָוועטישע שרײַבער. אָבער חוץ־לזה זײַנען די "זאַמלביכער" טאַקע יאָ געוואָרן אַ וועלט־טריבונע פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, וווּ עס האָבן זיך באַטייליקט ליטעראַטן פֿון דרום און צפֿון אַמעריקע, אייראָפּע, ארץ־ישׂראל, און אַ היפּשע צאָל פֿון זיי זײַנען געווען יונג׃ בייריש ווײַנשטיין, רחל קאָרן, יצחק באַשעוויס, חיים גראַדע, אבֿרהם סוצקעווער.
וואָס פֿאַר אַן אָרט האָבן די "זאַמלביכער" פֿאַרנומען אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַרישער מאַפּע? ווי אַ ריין־ליטעראַרישע אונטערנעמונג, הגם מיט אַ לינקער אידעאָלאָגישער נטיה, האָט די דאָזיקע אויסגאַבע ממשיך געווען די מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון "די יונגע", בפֿרט פֿון דוד איגנאַטאָווס אַלמאַנאַך "שריפֿטן". און איינצײַטיק פֿילט מען אין דער פּאָזיציע פֿון דער רעדאַקציע אַ געוויסע אָפּפֿרעמדונג פֿון דער סוביעקטיוויסטישער עסטעטיק פֿון די "אינזיכיסטן", וואָס האָט באַטראַכט די וועלט דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון יחידישע אײַנדרוקן, געפֿילן און איבערלעבונגען. און אפֿשר דערפֿאַר טאַקע זײַנען די "זאַמלביכער" עד־היום נאָך ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן ווי עס געהערט צו זײַן מצד ייִדישע ליטעראַרישע היסטאָריקער.
אין אונטערשיד צו דעם זשורנאַל "אין זיך", וואָס איז געווען אַן עסטעטישער קרובֿ פֿונעם אַמעריקאַנער מאָדערניזם מיט זײַן ליבע פֿאַר קליינע פֿאָרמען און פּריוואַטע וועלטן, זײַנען די "זאַמלביכער" געווען מער טראַדיציאָנעל און אייראָפּעיִש, סײַ וואָס שײַך דער פֿאָרעם און סײַ וואָס שײַך דעם סטיל. אין די ערשטע דרײַ נומערן פֿונעם אַלמאַנאַך, וואָס זײַנען אַרויס נאָך פֿאַר דער מלחמה (אין 1936, 1937, 1938), געפֿינט מען אַ היפּש ביסל גרויסע פּאָעטישע און דראַמאַטישע ווערק פֿונעם עפּישן פֿאַרנעם אויף היסטאָרישע און פֿילאָסאָפֿישע טעמעס (פּאָעמעס פֿון מנחם באָריישאָ און יעקבֿ גלאַנץ, ה. לייוויקס דראַמאַטישע ווערק).
דער פּראָזע־אָפּטייל זעט אויס מער אַמעריקאַניש אין זײַן טעמאַטישער אָריענטאַציע (דערציילונגען פֿון ש. מילער, ל. טרייסטער, י. ראַבאָי, דער ראָמאַן "וועסט סײַד" פֿון ב. דעמבלין), אָבער זייער סטיל איז געווען נענטער צו דעם טראַדיציאָנעלן אייראָפּעיִשן קריטישן רעאַליזם. צום ערשטן און לעצטן מאָל באַווײַזט זיך אינעם ערשטן נומער יצחק באַשעוויס (די דערציילונג "אויף אַן אַלטער שיף"). ישׂראל צינבערג, דער באַרימטער רוסישער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט טרעפֿלעך פֿאַרסך־הכּלט דעם עצם פֿון באַשעוויסעס טאַלאַנט אויפֿן סמך פֿון אָט דער דערציילונג אין אַ בריוו צו אָפּאַטאָשו פֿון לענינגראַד: "אַ טאַלאַנט מיט שאַרפֿע קינסטלער אויגן, וואָס באַטראַכטן די וועלט דורך גרוישוואַרצע ברילן".
צינבערגס בריוו צו ש. ניגער און י. אָפּאַטאָשו זײַנען געווען דער ערשטער "גרוס" פֿון יענער זײַט פֿון דער מחיצה, וואָס האָט אָפּגעטיילט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון דער גאָרער וועלט. די דאָזיקע בריוו זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם פֿינפֿטן נומער "זאַמלביכער" (1943) אין שײַכות מיט צינבערגס זיבעציקסטן געבוירן־טאָג. דאָס איז געווען פֿינף יאָר נאָך צינבערגס טראַגישן טויט אין סטאַלינס "גולאַג".
אָבער די טרויעריקע ידיעה וועגן צינבערגס אַרעסט און טויט האָט נאָך ניט דערגרייכט ניו־יאָרק. שמואל ניגער שרײַבט אין זײַן הקדמה מיט אַן אומרו וועגן צינבערגס גורל׃ "קיינער פֿון אונדז האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון אים נישט געהערט. אין 1938 איז ער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון זײַן וווינונג אין לענינגראַד, וווּ ער האָט געוווינט זינט דעם יאָר 1898 — און עד היום ווייסן מיר ניט, וווּ ער איז אַהינגעקומען..."
די מלחמה האָט איבערגעריסן דעם רעגולערן יערלעכן גאַנג פֿון די "זאַמלביכער". זינט 1939 באַווײַזן זיי זיך מיט לענגערע איבעררײַסן׃ 1943, 1945, 1948, 1952. דער פֿינפֿטער נומער, וואָס איז אַרויס אין דער מיט פֿון דער מלחמה אין 1943, האָט זיך געעפֿנט מיט אַן איבערזעצונג פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם פֿערטן ספֿר עזרא, דעם טעקסט פֿון דער ביבלישער תּקופֿה וואָס איז ניט אַרײַן אינעם קאַנאָן פֿון תּנ״ך און האָט זיך אָפּגעהיט אין אַ גריכישן, לאַטײַנישן און אַרמענישן נוסח (די ייִדישע איבערזעצונג פֿון אַהרן צייטלין איז געמאַכט געוואָרן פֿון דער העברעיִשער איבערזעצונג).
צום שלוס פֿונעם דאָזיקן דיאַלאָג צווישן דעם מענטש און גאָט באַקומט דער מענטש אַזאַ תּשובֿה אויף אַלע זײַנע טענות׃ "ווי דו קאָנסט קיין זאַך נישט טאָן פֿון די אַלע זאַכן — אַזוי קאָנסטו אויך מײַן אורטייל נישט פֿאַרשטיין און אַזוי קאָנסטו נישט וויסן דעם לעצטן תּוך פֿון דעם גנאָד, וואָס איך האָב באַשטימט פֿאַר מײַן אומה." די ווײַטערדיקע טעקסטן אינעם דאָזיקן נומער האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלט די טראַגישע מאָמענטן אינעם ווײַטן און נאָענטן עבֿר פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
דער דיכטער א. לעיעלעס האָט געשריבן אין זײַן פּאָעטישן אָפּרוף אויף דער פּובליקאַציע פֿון דער אַנטאָלאָגיע "העברעיִשע פּאָעזיע" פֿון י. י. שוואַרץ׃ "עס זײַנען געקומען צו מיר אַלע לידער פֿון קלאָג, / פֿון מאַינץ און פֿון פֿראַנקפֿורט, פֿון נירנבערג, ווירצבורג און פּראָג. / און האָבן געשטעלט זיך אין רייען אינמיטן דעם טאָג." אַזאַ איז געווען איינער פֿון די ערשטע ייִדישע ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויפֿן אייראָפּעיִשן חורבן, פֿון וועלכע די אמתע מאָס איז נאָך ווײַט ניט געווען באַקאַנט אין אַמעריקע.
עס איז מערקווירדיק, אַז קיין ספּעציעלער "חורבן־נומער" פֿון "זאַמלביכער" איז ניט געווען. דער נומער 6 (1945) איז געווען געווידמעט י. ל. פּרצעס 30סטן יאָרצײַט. אין נומער 7 (1948) געפֿינט מען יאָ אַ צאָל ווערק פֿון ניצול־געוואָרענע אייראָפּעיִשע ייִדישע שרײַבער, ווי למשל: אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, מרדכי שטריגלער, ישעיהו שפּיגל; זיי ווערן אָבער ניט פֿאַראייניקט אין אַ טעמאַטישן אָפּטייל.
אין חיים גראַדעס אָנדענק־ליד "דער מאַמעס צוואה" קערט זיך דעם דיכטערס שאָטן צוריק קיין ווילנע. אום יום־כּיפּור וואַלגערט זיך דער שאָטן ליידיק איבער די גאַסן פֿון דער שטאָט, פֿון דער ענגשאַפֿט פֿונעם ייִדישן געטאָ "צו קאַלטער פּראַכט פֿון פּוילישע מלכים / און פֿירשטן ליטווישע אַנטלויפֿט מײַן בענקשאַפֿט. / מײַן שאָטן גייט פֿאָרויס — און איך גיי נאָך אים." די בענקשאַפֿט ברענגט דעם דיכטערס שאָטן צו די באַרימטע ווילנער קלויסטערס׃ "אָט וועלן באַלד די קריסטן טאָן אַ פֿאַל / פֿאַר מיר, ווי פֿאַר דעם יעזוס־בילד דעם געלבן..."
אין זײַן פּאָעטישן ציקל "צו פּוילן" מאַכט סוצקעווער זײַן לעצטן דין־וחשבון מיט דער פּוילישער שפּראַך און קולטור, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייער אַמאָליקן כּישוף׃ "מיצקעוויטשעס לשון באַגעגנט מיך שטויביק, זײַן גלאַנץ איז נישטאָ מער." דער דיכטער דערמאָנט זיך אָן דער צײַט פֿאַר דער מלחמה, ווען "עס האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן די לידער / פֿון פּויליש מיט ייִדיש, פֿון ייִדיש מיט פּויליש", און זאָגט מיט ביטערקייט׃ "אַ טעות געהאַט עס האָט אָבער מײַן זיידע / און איך שוין אַוודאי." דאָס לעצטע, וואָס דער דיכטער באַזוכט אין פּוילן, איז פּרצס קבֿר אויף דעם וואַרשעווער בית־עולם. ער נעמט אים מיט זיך און מיט דער דאָזיקער משׂאַ גייט ער קיין זײַן לאַנד אין ארץ־ישׂראל׃ "נעם איך אַרויף אויף מײַן פּלייצע / דעם אוהל און וואַנדער אַוועק מיט זײַן ניגון".
דער חורבן האָט צונישט געמאַכט די גאַנצע קאָנצעפּציע פֿון דער אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור, וואָס איז געווען דער יסוד פֿון די "זאַמלביכער". אָבער דעם סאַמע לעצטן קלאַפּ האָט די דאָזיקע אידעע באַקומען אין 1952 מיט דעם ברוטאַלן אומברענגן פֿון די בעסטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. דעם דאָזיקן טראַגישן געשעעניש איז געווידמעט געוואָרן דער לעצטער, אַכטער נומער פֿון די "זאַמלביכער".