|
נפֿתּלי־הערץ כּהן, 1933 |
|
וועגן אַ ייִדישן שרײַבער, וואָס האָט געהייסן נפֿתּלי-הערץ כּהן, האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט — פּינקטלעכער, דערהערט ווי עס דאַרף צו זײַן — בלויז מיט עטלעכע יאָר צוריק. קאַרען אויערבאַך, דעמאָלט אַ דאָקטאָראַנט פֿון בראַנדײַז-אוניווערסיטעט, האָט געשריבן וועגן אים, און איך האָב געגרייט איר אַרטיקל פֿאַרן זשורנאַל "צוקונפֿט" (אַרויס אין פֿרילינג-זומער נומער, 2007). אויף קאַרענס אַרטיקל זײַנען טיילווײַז באַזירט אויך מײַנע איצטיקע נאָטיצן.
מע דאַרף גלײַך זאָגן, אַז קיין שרײַענדיקער נאָמען איז נפֿתּלי-הערץ כּהן אין דער ייִדישער ליטעראַטור ניט געווען. דערצו נאָך, איז זײַן לעבנסוועג דורכגעגאַנגען אין עטלעכע לענדער, אַזוי אַז קיין אָנגעוואַרעמט אָרט האָט ער אין קיין געאָגראַפֿיש-באַגרענעצטער ליטעראַרישער סבֿיבֿה ניט איבערגעלאָזט. אָבער זײַן לעבנסוועג גופֿא איז געווען אַזוי טראַגיש, אַז דאָס אַליין פֿאַרדינט, מע זאָל וועגן אים — און אויך וועגן זײַנע ווערק — ניט פֿאַרגעסן.
לעצטנס איז נפֿתּלי-הערץ כּהנס נאָמען דערמאָנט געוואָרן אין אַ צאָל אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן. פֿאַרבונדן איז עס מיט דעם, וואָס זײַנע טעכטער אינאַ (וואָס וווינט אין ניו-יאָרק און האָט מיר דערציילט אַ סך פּרטים פֿון איר פֿאָטערס לעבן) און וויטאַ (זי וווינט אין ישׂראל) פֿאָדערן, מיט רעכט, מע זאָל זיי איבערגעבן די כּתבֿ-ידן, וועלכע ליגן איצט אין דעם מלוכה-אַרכיוו פֿון וואַרשע. אָבער איידער מיר קומען צום הײַנטיקן "ענין נפֿתּלי-הערץ כּהן", לאָמיר קודם-כּל זיך אַ ביסל פֿאַנאַנדערקלײַבן אין זײַן ביאָגראַפֿיע.
* * *
נפֿתּלי-הערץ כּהן איז געבוירן געוואָרן אין 1910 אין סטאַראָזשינעץ, וואָס איז ניט ווײַט פֿון טשערנאָוויץ. דער פֿאָטער זײַנער איז געווען אַ זייגער־מאַכער, און די מוטער האָט געהאַלטן אַ קליינע אַכסניא. די משפּחה איז געווען אַ פֿרומע און זייערע זין האָט מען געשיקט אין חדר, ווי עס האָט זיך געפֿירט אין אַזאַ סבֿיבֿה. אָבער עפּעס האָט זיך ניט געקלעפּט צווישן די עלטערן, און דער סוף איז געווען, אַז זיי האָבן זיך געגט און "צעטיילט" די קינדער. דער ייִנגערער ברודער פֿון נפֿתּלי-הערץ, יעקבֿ, איז פֿאַרבליבן מיט דער מוטער אין סטאַראָזשינעץ, און דער פֿאָטער מיט נפֿתּלי-הערץ זײַנען פֿון דאָרטן אַוועקגעפֿאָרן.
עפּעס אַ צײַט האָבן דער פֿאָטער און נפֿתּלי אַרומגעוואַנדערט. דערנאָך האָבן זיי זיך באַזעצט אין טשערנאָוויץ, אין דער צענטראַלער שטאָט פֿון בוקאָווינע. נאָך דער צעטיילונג פֿון דער פּוילישער מלוכה אין סוף 18טן יאָרהונדערט, האָט די גאַנצע געגנט, בוקאָווינע, געהערט צו דער עסטרײַכישער אימפּעריע. אָבער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען די אימפּעריע איז אונטערגעגאַנגען, איז בוקאָווינע געוואָרן אַ טייל פֿון רומעניע. אין דער פֿילשפּראַכיקער סבֿיבֿה פֿון בוקאָווינע איז כּהנס מוטער-שפּראַך געווען ייִדיש. דײַטש און רומעניש האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, אויך געקענט.
|
אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער פֿון דער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלעטער", טשערנאָוויץ 1928 אָדער 1929. פֿון רעכטס: נפֿתּלי־הערץ כּהן, ש. א. סופֿר, יוסף לערנער, איציק מאַנגער. |
|
טשערנאָוויץ איז געווען אַ צענטער פֿון ייִדישער קולטור. דאָרטן טאַקע האָט כּהן אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט. די ערשטע פּובליקאַציעס זײַנע האָבן זיך באַוויזן אין דער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלעטער", וואָס האָט צוגעצויגן צו זיך אַ צאָל יונגע פּען-מענטשן, וואָס זײַנען אידעאָלאָגיש געווען, בדרך-כּלל, לינקע. נפֿתּלי-הערץ האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט פּאָליטישע ענינים נאָך ווען ער איז געווען זייער יונג. אין סטאַראָזשינעץ, וואָס האָט געהאַט לעדער- און זייף-פֿאַבריקן, ווי אויך עטלעכע אַנדערע אונטערנעמונגען, זײַנען די היגע אַרבעטער געווען פּאָליטיזירט, און אַ סך יונגע לײַט האָבן זיך געצויגן צו קאָמוניסטישע אידעען.
פֿון טשערנאָוויץ, און רומעניע בכלל, איז כּהן אַוועק, ווײַל ער האָט ניט געוואָלט דינען אין דער רומענישער אַרמיי. געלאָזט האָט ער זיך קיין ווין, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער. אין יענער צײַט האָט ער געטוישט זײַן נאָמען אויף יעקבֿ סערף (זײַן מוטער האָט געהייסן רחל שערף) און גענוצט עס אין זײַנע אָפֿיציעלע פּאַפּירן. זײַנע ליטעראַרישע ווערק פֿלעגט ער אונטערשרײַבן מיט זײַן ריכטיקן נאָמען, וואָס האָט אָנגעהויבן דינען ווי אַ מין פּסעוודאָנים פֿון יעקבֿ סערף. אין דער הויפּטשטאָט פֿון עסטרײַך, איצט איז זי שוין אַ קלענערע מדינה, איז ער פֿאַרבליבן ביזן יאָר 1929 אָדער 1930, ווען ער איז אַריבערגעפֿאָרן קיין פּוילן.
אין פּוילן איז כּהן אויך לאַנג ניט פֿאַרבליבן — געלעבט דאָרטן אין גאַנצן עטלעכע יאָר. קיין גרינגע צײַט איז עס פֿאַר אים ניט געווען, בפֿרט נאָך, אַז אין וואַרשע האָט ער געוווינט אומלעגאַל. אַ דאַך איבערן קאָפּ האָט אים געגעבן דער ייִדישער שרײַבער און פֿאָטאָגראַף אַלטער קאַציזנע. פֿון צײַט צו צײַט, ווען ס׳איז געווען געפֿערלעך צו פֿאַרבלײַבן אין קאַציזנעס דירה, האָט כּהן גענעכטיקט אין דעם לאָקאַל פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אויף טלאָמאַצקע 13. מלך ראַוויטש, דער לאַנג-יאָריקער סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראיין, האָט אין זײַנע זכרונות געשריבן וועגן כּהנען, אַז ער, אַ נערוועזער יונגערמאַן, איז געווען אַ "זאָרגן-קינד" פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה.
ניט געקוקט אויף די שוועריקייטן, זײַנען די וואַרשעווער יאָרן געווען זייער וויכטיק פֿאַר כּהנען, ווײַל ער איז אַרײַן אין די וואַרשעווער ליטעראַרישע קרײַזן. און וואַרשע איז דאָך ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה געווען דער וויכטיקסטער און גרעסטער אייראָפּעיִשער צענטער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. כּהנען האָט מען אָפּגעשאַצט ווי אַ טאַלאַנטירטן און עמאָציאָנעלן דיכטער. אין יענער צײַט האָט ער צוגעגרייט אַ פּאָעטישע זאַמלונג, "טראָט נאָך טראָט", וועלכע איז קאָנפֿיסקירט געוואָרן דורך דער פּוילישער צענזור. אָבער ניט נאָר שאַפֿעריש וויכטיק זײַנען געווען די וואַרשעווער יאָרן פֿון דעם יונגן דיכטער. אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט האָט כּהן באַגעגנט ליזע גאָלדמאַן, וואָס איז געוואָרן זײַן ווײַב.
כּהנס ווערק, פּאָעטישע און זשורנאַליסטישע, האָבן זיך באַוויזן אין פֿאַרשיידענע וואַרשעווער צײַטשריפֿטן. בײַם אָנהייב האָט ער געדרוקט זײַנע ווערק אין דעם בונדיסטישן זשורנאַל "וואָכנשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קונסט און קולטור". אָבער זינט זומער 1932 איז ער געוואָרן אַ מחבר פֿון דער "ליטעראַרישע טריבונע". די דאָזיקע צײַטשריפֿט איז אַרויס אין די יאָרן 1934-1930 ווי אַן אָרגאַן פֿון דער "גרופּע פֿון ייִדישע רעוואָלוציאָנערע שרײַבער און זשורנאַליסטן", וועלכע זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש געווען פֿאַרבונדן מיט דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. כּהן האָט אויך געשריבן פֿאַר "ליטעראַרישע בלעטער", וואָס איז געווען דער וויכטיקסטער ליטעראַרישער זשורנאַל אין וואַרשע.
|
נפֿתּלי־הערץ כּהן מיט טאָכטער אינאַ און פֿרוי ליזאַ |
|
די פּוילישע מאַכט איז געווען אומברחמנותדיק צו מענטשן, וואָס זײַנען געווען פֿאַרמישט אין קאָמוניסטישע אַקטיוויטעטן. כּהנס פֿאַרבינדונגען מיט דער קאָמוניסטישער באַוועגונג זײַנען געווען, אַ פּנים, ליטעראַרישע. ער האָט זיך אויך באַטייליקט ווי אַ רעדנער אין פֿאַרשיידענע פֿאַרזאַמלונגען. די פּאָליציי האָט עס, פֿאַרשטייט זיך, באַמערקט, און אין די יאָרן 1931 און 1932 האָט מען אים צוויי מאָל אַרעסטירט. מע האָט אים געסטראַשעט, אַז ער וועט אַרויסגעשיקט ווערן צוריק קיין רומעניע, וווּ ער האָט שוין געהאַט אַ שלעכטן שם ווי אַ מענטש, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם פּריזיוו. דערווײַל איז ער געווען אין דער וואַרשעווער תּפֿיסה "פּאַוויאַק", אָנגעטאָן — לויט זײַנע ווערטער – אין מלבושים "פֿון דינעם תּכריכים-מאַטעריאַל, אונטערגעבעט מיט וואַטע און דורכגעשטעפּט אין קוואַדראַטן" (אין רוסלאַנד האָט מען עס גערופֿן "וואַטניק"):
איך בין אַ קאַטאָרזשניק
די מלוכה האָט מיך אָנגעטאָן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס
אין מלבושים פֿון הוילער וואַטע,
(אַ נומער אויף דער פּלייצע, אויפֿן ברוסט, אויפֿן פֿוס)
עס גייט מיר נאָך אַ וואַך מיט אַ שפּיז,
ער דרייט די וואָנצן אַזוי ווי דער "טאַטע"...
[אַ רמז אויף דעם "טאַטע" פֿון דער פּוילישער אומאָפּהענגקייט — יאָזעף פּילסודסקי]
ער פֿירט אַ וואָלפֿישן הונט אויף דער קייט,
דער הונט באַהאַלט ניט זײַנע געפֿילן,
אים אַ גלעט טאָן, דער חשק פֿאַרגייט —
דער הונט וועט מיט מיר זיך ניט שפּילן;
ער כריפּעט בייז, באַווײַזט די שפּיציקע ציין,
אויפֿן גיריקן פּיסק די סלונע פֿאַרפֿרוירן,
ער באַניוכעט מיך ווי אַ ביין,
וואָס עמעץ אין וועג פֿאַרלוירן.
און דער שניי, ער סקריפּעט אונטער די טריט,
ווי אויף גלאָז מיר וואָלטן געשפּאַנט,
דער טויט און די קייט און איך — פֿאַרשמידט,
ווי געפּענטעט, געשמידט ס׳איז דאָס גאַנצע לאַנד.
די מלוכה האָט מיך אָנגעטאָן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס
אין מלבושים פֿון הוילער וואַטע,
(אַ נומער אויף דער פּלייצע, אויפֿן ברוסט, אויפֿן פֿוס)
עס גייט מיר נאָך אַ וואַך מיט אַ שפּיז...
מיר איז גוט, איך לעב, איך געניס —
ווײַל דער הונט און די וואַך זײַנען זאַטע...
זײַנע פֿרײַנד האָבן געפּרוּווט אים צו העלפֿן. אַרײַנגעמישט האָבן זיך מלך ראַוויטש און דער בונדיסטישער פֿירער הענריק ערליך. אַזוי דערציילט מען יעדנפֿאַלס. זיי האָבן, כּלומרשט, אויסגעפּועלט פֿאַר כּהנען אַ סאָוועטישע וויזע. איך קען ניט זאָגן, אַז דאָס לייגט זיך מיר אויפֿן שׂכל. דער סאָוועטישער צד וואָלט זיך בעסער צוגעהערט צו די קאָמוניסטן, און זיי האָבן משמעות טאַקע אַרײַנגעוואָרפֿן אַ גוט וואָרט וועגן כּהנען. לויט אַן אַנדער קוואַל, אַ מער פֿאַרלאָזלעכן, האָבן די פּאָליאַקן אים אויסגעביטן אויף אַ פּאָליטישן אַרעסטאַנט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אַזוי צי אַזוי, אָבער כּהן איז אין יאָר 1932 געקומען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און זיך באַזעצט אין כאַרקאָוו, דעמאָלט דער הויפּט-שטאָט פֿון אוקראַיִנע. דאָרטן האָט ער פֿאָרגעזעצט זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט. ווען דער סאָוועטישער שרײַבער-פֿאַראיין איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1934, איז כּהן געוואָרן זײַן מיטגליד. זײַנע סאָוועטישע פּובליקאַציעס פֿלעגט ער אונטערשרײַבן — אין דעם דעהעברעיִזירטן אויסלייג — ווי "קאָן". אין יאָר 1935 איז אין מינסק אַרויס זײַן זאַמלבוך "טראָט נאָך טראָט", וואָס האָט ניט געקענט דורכגיין דעם פֿילטער פֿון דער פּוילישער צענזור.
בשעת די מאַסן-רעפּרעסיעס פֿון 1937 און 1938 האָט מען כּהנען אַרעסטירט. צווישן די מענטשן, וואָס זײַנען געקומען פֿון אויסלאַנד, האָט אין יענע יאָרן נאָר אַן אמתער בר-מזל געקענט אויסמײַדן דעם "גולאַג". כּהן האָט, בלי-ספֿק, ניט געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון בר-מזלס. אים האָט מען אַרעסטירט אין 1938 און פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער, פֿון וואַנען ער איז אַרויס אין 1941. צוריק גערעדט, לויט די מאָסן פֿון יענער שרעקלעכער צײַט, איז עס געווען אַ שטיקל מזל. ער האָט זיך אומגעקערט קיין כאַרקאָוו, אָבער אין קורצן האָט אויסגעבראָכן די מלחמה מיט היטלערס דײַטשלאַנד. די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אין עוואַקואַציע קיין קאַזאַכסטאַן.
אין די מלחמה-יאָרן האָט כּהן אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיטן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זײַנע אַרטיקלען באַווײַזן זיך אין דער צײַטונג פֿונעם קאָמיטעט, "אייניקייט". זינט דעם יאָר 1944 בײַטן זיך די טעמעס פֿון זײַנע פּובליקאַציעס — זיי שפּיגלען אָפּ זײַן נײַ וווין-אָרט, טשערנאָוויץ, איצט שוין ניט קיין רומענישע, נאָר אַ סאָוועטישע שטאָט. דעם 29סטן מאַרץ האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט די שטאָט פֿון דער פֿאַשיסטישער אָקופּאַציע. כּהן האָט געשריבן אַרטיקלען וועגן דעם גורל פֿון די בוקאָווינער און בעסאַראַבער ייִדן.
דעם 19טן נאָוועמבער 1946, האָט די "אייניקייט" פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַרטיקל "דאָס בוקאָווינער שטעטל סטאַראָזשינעץ", אין וועלכן ער דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין דעם היימשטעטל זײַנעם, וווּ פֿאַר דער מלחמה האָבן די ייִדן געשאַפֿן די מערהייט פֿון די 20 טויזנט תּושבֿים. דעם חורבן האָט איבערגעלעבט נאָר יעדער צענטער ייִד. אין דעם "אייניקייט"-אַרטיקל, געשריבן אין אַ טרוקענער שפּראַך פֿון דער סאָוועטישער צײַטונג, ווערט באַרשיבן די אויפֿגעשטעלטע אינדוסטריע פֿונעם שטעטל, ווי אויך די פֿינאַנציעלע שטיצע, וועלכע עס האָבן באַקומען די לעבן־געבליבענע ייִדן.
כּהן האָט אויך געזאַמלט מאַטעריאַלן פֿאַר אַ בוך וועגן דער טשערנאָוויצער געטאָ. אָבער רעאַליזירן די פּלענער האָט ער ניט געקענט. אין יאָר 1949, בעת די רדיפֿות קעגן די טוער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, איז כּהן ווידער אַ מאָל אַרײַנגעפֿאַלן אין דער מיל פֿון דער סאָוועטישער רעפּרעסיווער מאַשין. כּהנען האָט מען באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטישער טעטיקייט און פֿאַרמישפּט צום טויט. שפּעטער האָט מען דעם פּסק-דין פֿאַרביטן מיט 25 יאָר אין לאַגער. נאָר אין אויגוסט 1956, אין דרײַ יאָר אַרום נאָך סטאַלינס טויט, האָט מען אים רעהאַביליטירט. פֿון דעם לאַגער אין צפֿון-קאַזאַכסטאַן האָט ער זיך אומגעקערט קיין טשערנאָוויץ, וווּ עס האָט געוווינט זײַן משפּחה — די פֿרוי און צוויי טעכטער, נאָך וועלכע ער האָט אַזוי געבענקט אין תּפֿיסה:
אין דער תּפֿיסה, אויף מײַן געלעגער
פֿאַרפּײַניקט שלאָף איך אײַן,
נאָר אין שלאָף אויך וועט מיר לויכטן
אײַער מילדע שײַן...
בלויז מיט אײַך נאָר בין איך אייניק, —
בלויז פֿון אײַך איך קלער.
איך בין מיט אײַך אַזוי פֿאַראייניקט
ווי דער וואָרצל מיט דער ערד...
געקומען איז ער פֿון דעם "גולאַג" אין גאַנצן אַ צעבראָכענער. אין משך פֿון זעקס חדשים איז ער געלעגן אין אַ שפּיטאָל אין טשערנאָוויץ, און אין די קומענדיקע צוויי יאָר האָט מען אים צוויי מאָל געהיילט אין מאָסקווער שפּיטאָלן.
הגם ער האָט שרעקלעך פֿײַנט געהאַט סטאַלינען און אַלץ, וואָס איז אַזוי אָדער אַנדערש געווען פֿאַרבונדן מיט סטאַליניזם, איז רוסלאַנד פֿאַר אים פֿאַרבליבן ליב און טײַער:
אָ רוסלאַנד
אָ רוסלאַנד! אָ אָקטיאַבער!
מיך האָט דײַן ליכט פֿון ווײַטן, פֿון ווײַטן געצויגן,
זײַן אָפּשײַן געלויכטן אין מײַנע אויגן,
געלאָזט זיך אין ווײַטן, ווײַטן פֿלי,
געפֿאַלן פֿאַר דיר אויף די קני.
דיר אָפּגעגעבן מײַן גאַנצן זײַן,
ווי דעם שמעטערלינג ציט צו דײַן שײַן,
געפֿלאַטערט צו דיר און געשוועבט,
געזוכט: אויף דײַן ערד ערשט אויפֿגעלעבט.
און כאָטש דערפֿילט אויף מײַן אייגן געזיכט
אי די שׂריפֿה, אי דאָס ליכט,
און דער רויך האָט דעם אָטעם געשטיקט,
בין איך סײַ ווי געווען אַנטציקט.
און כאָטש געפֿילט: איך ווער פֿאַרברענט —
נאָר מײַן יעדער פֿלאַטער געווען איז אײַערער,
צו אײַך געשטרעקט מײַנע פֿליגל — הענט,
און נאָך טיפֿער אַרײַן אין פֿײַער;
און איצט איך שטיי בײַם ראַנד פֿון תּחום: —
אַ קרבן אין קלעם פֿון מגפֿה,
אין ווירבל פֿון רויכיקן, רײַסיקן שטראָם
אין אָט דער טײַוולישער שׂרפֿה.
אָ רוסלאַנד!
אומענדלעך! אויך איצט ביסטו ליב מיר און טײַער,
מיט דײַנע פֿעלקער, פּאָעטן און דענקער,
אויסגיין אין יעדן לײַטערנדיקן פֿײַער,
נאָר ניט אין הענט פֿון הענקער;
פֿרוכפּערדיק, ווי זאַמען, איבער דער גאָרער ערד
מײַן אַש זאָל ווערן צעווייט און פֿאַרזייט,
און אויף דײַן ערד, צעהעלט און צעקוועלט
זאָל אויפֿגיין מײַן ליבע צו דיר,
צו דיר,
נאָר ניט צו דער קייט.
* * *
קיין חידוש ניט, אַז נאָך אַזעלכע מאַטערנישן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט כּהן געוואָלט פֿאַרלאָזן די מדינה. בפֿרט נאָך, אַז די רעפּאַטריאַציע פֿון פּוילישע ייִדן האָט געגעבן אַזאַ שאַנס, ווײַל כּהנס ווײַב איז דאָך געווען אַ געוועזענע פּוילישע בירגערין. צום ערשטן מאָל האָבן זיי אָנגעגעבן פּאַפּירן אין 1957, אָבער מע האָט זיי אָפּגעזאָגט. געהאָלפֿן האָבן זיי די פּוילישע חבֿרים, ייִדישע ליטעראַטן, מיט וועלכע כּהן האָט אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן.
נאָך זײַענדיק אין טשערנאָוויץ, האָט כּהן געדרוקט זײַנע לידער אין דעם וואַרשעווער ליטעראַרישן זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַנע וואַרשעווער קאָלעגן האָבן די כּהנס זומערצײַט 1959 באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרויסצופֿאָרן קיין פּוילן. דעם 25סטן יולי האָט די וואַרשעווער צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" פֿאַרעפֿנטלעכט אויף איר ערשטער זײַט אַ ברוך-הבא-אַרטיקל אונטערן קעפּל "נפֿתּלי-הערץ כּהן געקומען קיין פּוילן". אין דער דאָזיקער צײַטונג האָט כּהן באַקומען אַן אַרבעט פֿון אַ ליטעראַרישן רעדאַקטאָר.
אַן אַנדער געשיכטע וואָלט אַזוי, מיט אַ "העפּי ענד", געקענט זיך פֿאַרענדיקן. אָבער דאָס איז ניט געווען דער סוף פֿון נפֿתּלי-הערץ כּהנס מאַטערנישן.
|
נפֿתּלי־הערץ כּהן, פּוילן 1963 |
|
אמת, אויף אַ קורצער צײַט האָט זיך דאָס לעבן אײַנגעלאַדעוועט. כּהנס ווערק האָבן זיך רעגולער באַוויזן אין דער צײַטונג און אין דעם זשורנאַל. אים האָט מען פֿאַרבעטן אַרויסצוטרעטן מיט לעקציעס און פֿאָרלעזונגען. מע פֿאַרטרויט אים צו פֿאָרן אין אויסלאַנד: ווי אַ זשורנאַליסט פֿון "פֿאָלקס-שטימע" האָט ער באַזוכט אַנדערע סאָוועטישע סאַטעליטן — טשעכאָסלאָוואַקײַ, אונגאַרן און רומעניע. זײַנע אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין די דאָזיקע לענדער האָבן זיך געדרוקט אין דער צײַטונג.
בינו-לבינו, האָבן אַגענטן פֿון דער פּוילישער געהיים-דינסט געשריבן אין זייערע באַריכטן, אַז כּהן האָט אין וואַרשע אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן, וועלכע האָבן געהאָלפֿן ייִדן צו קומען פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד קיין פּוילן ווי אין אַ טראַנזיט-פּונקט פֿאַר אַ ווײַטערדיקער נסיעה — קיין ישׂראל. לויט די באַריכטן פֿון דער געהיים-דינסט, איז כּהנס דירה אויסגענוצט געוואָרן פֿאַר באַגעגענישן פֿון ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן מיט ציוניסטיש-געשטימטע ייִדישע אַקטיוויסטן. כּהנס אויסלענדישע רײַזעס האָבן אויך אַרויסגערופֿן חשד, ווײַל ער האָט אין אויסלאַנד, כּלומרשט, געזאַמלט סענסיטיווע אינפֿאָרמאַציע און זי איבערגעבן די זעלבע ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן.
באַזונדערס אַ סך טענות האָט מען געהאַט צו כּהנס אַרטיקל וועגן פֿאַרפֿאָלגונגען קעגן די רומענישע ייִדן. די רעדאַקציע פֿון דער "פֿאָלקס-שטימע" האָט, פֿאַרשטייט זיך, דעם דאָזיקן אַרטיקל ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. ער איז געווען צו שאַרף פֿאַר אַזאַ צײַטונג. אָבער כּהן האָט זיך ניט באַרויִקט און אַ פּרוּוו געטאָן צו פֿאַרעפֿנטלעכן עס אין דער מערבֿדיקער פּרעסע, בפֿרט אין "פֿאָרווערטס". דאָס איז שוין געווען צו פֿיל פֿאַר דער געהיים-פּאָליציי און געפֿירט צום אַרעסט.
זייער אַקטיוו האָט כּהנען געמסרט אַן אַגענט, וואָס איז סוף 1959 געקומען קיין וואַרשע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, כּלומשרט ווי אַ טוריסט. ער האָט זיך אַרײַנגענאַרט אין צוטרוי צו כּהנען און באַזאָרגט די פּוילישע געהיים-פּאָליציי מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן כּהנס "אונטער־רײַסערישער" טעטיקייט. נאָך כּהנען האָט מען נאָכגעשפּירט; אונטערגעהערט זײַנע שמועסן, קאָנטראָלירט זײַן קאָרעספּאָנדענץ. לסוף האָט מען אים אַרעסטירט. געשען איז עס אין דעצעמבער 1960.
דעם 15טן אַפּריל 1961, בערך אין פֿיר חדשים אַרום נאָך זײַן אַרעסט, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אונטערן טיטל "דיכטער נפֿתּלי-הערץ כּהן אַרעסטירט אין פּוילן אויף פֿאָדערונג פֿון מאָסקווע". ענלעכע אַרטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין אַנדערע מערבֿדיקע צײַטשריפֿטן. אַ דאַנק זיי האָבן די פּוילישע אַמבאַסאַדעס אין פּאַריז, וואַשינגטאָן און אָטאַווע גענומען באַקומען פּראָטעסטן, וועלכע האָבן געווירקט אויף דער באַציִונג צו כּהנען. באַזונדערס וויכטיק איז געווען, וואָס מע האָט אים אויפֿגעהערט צו באַשולדיקן אין שפּיאָנאַזש, ווײַל דאָס איז געווען זייער געפֿערלעך. דאָך איז ער נאָך כּמעט אַ יאָר פֿאַרבליבן פֿאַרשפּאַרט און איז באַפֿרײַט געוואָרן ערשט אין מאַרץ 1962. אָבער קיין סך פֿרייד האָט אים אויף דער פֿרײַ ניט דערוואַרט.
|
נפֿתּלי־הערץ כּהן און זײַנע טעכטער (רעכטס וויטאַ, לינקס אינאַ), 1959 |
|
אַפֿילו נאָך דער באַפֿרײַונג האָט מען אויף אים געקוקט ווי אויף אַ פֿאַרדעכטיקן פּאַרשוין. ניט לאַנג פֿאַרן אַרעסט האָט כּהן געקראָגן קאָרעקטורן פֿון זײַן נײַעם לידער-זאַמלבוך, וואָס האָט געזאָלט אַרויסגיין אין דעם וואַרשעווער ייִדישן פֿאַרלאַג "ייִדיש-בוך". איצט האָט שוין קיין רייד ניט געקענט זײַן וועגן אַזאַ פּובליקאַציע.
די אַרבעט אין דער צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" האָט ער אויך פֿאַרלוירן. קיין אַנדערע ענלעכע אַרבעט איז פּשוט ניט געווען אין דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט פֿון פּוילן, און צו געפֿינען אַן אַנדער אַרבעט איז אים געווען זייער שווער, ווײַל די פּוילישע שפּראַך האָט ער כּמעט ניט געקענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס זײַן געזונט איז געווען אונטערגעריסן. אַפֿילו אין תּפֿיסה האָט מען אים געמוזט האַלטן אין שפּיטאָל. ס׳איז געווען קלאָר, אַז מע האָט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
אויף אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן פֿון פּוילן האָט מען געדאַרפֿט וואַרטן. באַקומען האָט מען זי אין 1965. קיין ישׂראל איז כּהן געקומען פֿול מיט התפּעלות. די ייִדישע מדינה האָט אים תּחילת ממש פֿאַרכּישופֿט, און ער איז צופֿוס אַרומגעגאַנגען איבערן לאַנד, געוואָלט וואָס גיכער זיך באַקענען מיטן ישׂראלדיקן לעבן. אָבער אין קורצן האָט ער דערפֿילט, אַז זײַן צופּאַסונג צום לעבן אין ישׂראל איז געגאַנגען שווער. ער האָט דאָך געוואָלט לעבן ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מײַסטער פֿון ייִדישן וואָרט.
געטרוימט פֿון ישׂראל, מקוים געוואָרן מײַן טרוים.
ווען מע גראָבט אויס און זעצט איבער אַ בוים,
וויאַנעט ער אַ צײַט, "קרענקט", זעט אויס פֿאַרשמאַכט,
אָבער אומאויפֿהערלעך, טאָג און נאַכט
גראָבן זיך די וואָרצלען טיפֿער, טיפֿער.
איך טרוים דיך ישׂראל צעשטראַלט און צעהעלט,
איך טרוים דיך ווי אַ מאָל: אַ משל פֿאַר דער גאַנצער וועלט,
איך טרוים דיך, ווי אַ לײַכט-טורעם אויף דײַן יעדן ברעג
און ווי אַ מאָל ... דעם גאַנצן ערדקײַלעך דו ווײַזט דעם וועג.
איך טרוים דיך, ישׂראל, מקוים וועט ווערן מײַן טרוים.
ער האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, געשריבן זכרונות. ער האָט פּלאַנירט אָנשרײַבן אַ געשיכטע פֿון דעם סאָוועטישן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און גערעדט וועגן דרוקן מאַטעריאַלן פֿון זײַנע רײַזעס אין רומעניע. צווישן זײַנע פּראָיעקטן איז געווען אויך אַ זאַמלונג פֿון ייִדישע זינגלידער. אָבער פֿון אָט די אַלע פּלענער איז אַרויס ניט קיין סך. אין יאָר 1966 איז אין ישׂראל אַרויסגעגעבן געוואָרן זײַן בוך, "פֿאַרשריבן אין זכּרון". אין פֿינף יאָר אַרום איז ער געשטאָרבן. נאָך גאָר ניט קיין אַלטער מענטש איז ער געווען — אין גאַנצן 61 יאָר אַלט.
* * *
איצט איז שוין אין פּוילן אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן, אַז נפֿתּלי-הערץ כּהן איז געווען אַ קרבן פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים. אָבער אָפּגעבן זײַנע כּתבֿ-ידן ווילן זיי סײַ-ווי-סײַ ניט. אַ סבֿרא, אַז זיי איז ניט אַזוי וויכטיק צו האָבן די ייִדישע כּתבֿ-ידן, ווי זיי ווילן ניט צו שאַפֿן קיין פּרעצעדענט. די "לאָגיק" קען מען, אפֿשר, פֿאַרשטיין. אָבער שענער מאַכט עס ניט די גאַנצע געשיכטע.