- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, אָבער קיין ייִדישע ביכער, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָבן מיר ניט געהאַט. די גאַנצע ביבליאָטעק פֿון מײַנע עלטערן איז פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַזוי אַז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון רוסישע איבערזעצונגען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך קינדער-לידער פֿון לייב קוויטקאָ (1890—1952). מיליאָנען סאָוועטישע קינדער האָבן געקענט זײַנען לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער מחבר — לעוו קוויטקאָ — האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש. Niemandssprache: Itzik Manger – Ein europäischer Dichter ("ייִדיש איז הפֿקר׃ איציק מאַנגער — אַן אייראָפּעיִשער דיכטער"). דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין זורקאַמפּ־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד, אין 2011. אפֿרת גל־עד איז געבוירן געוואָרן אין טבֿריה, האָט שטודירט גערמאַניסטיק, ייִדישע לימודים, ייִדישע ליטעראַטור און מאָלערײַ אין דײַטשלאַנד. זי איז טעטיק ווי אַ קינסטלערין, איבערזעצערין און שרײַבערין. זי לערנט ייִדיש אין דעם הײַנריך־הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף. דעם 15טן יולי 1921 האָט ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן אין דער צײַטונג וועגן דער קולטור-ליגע: יעדער, וואָס אינטערעסירט זיך מער אָדער ווייניקער מיט דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן, ליטע און לאַטוויע (לעטלאַנד), האָט געוויס געהערט וועגן דער ייִדישער קולטור-ליגע. [...] די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן אין חודש אַפּריל 1918, און אין אַ גאַנץ קורצער צײַט האָט זיך איר טעטיקייט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אַרום דער קולטור-ליגע האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען קאָנצענטרירן די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרעפֿטן פֿון דער ייִדישער ראַדיקאַלער אינטעליגענץ, וועלכע זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער בויונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. [...] שלמה בערגער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער קולטור אינעם אוניווערסיטעט פֿון אַמסטערדאַם. ער איז דער מחבר פֿון Travels among Jews and Gentiles: Abraham Levi’s Travelogue (Amsterdam 1764) (ליידען, 2002). זײַן נײַ בוך, Producing Redemption in Amsterdam: The Early Modern Yiddish Book in Paratextual Perspectives, וועט אַרויסגיין אין ליידען אין 2011. ער האָט אויך געשריבן וועגן דעם זשורנאַֹל ״דווקא״ און וועגן דער ספֿרדישער קולטור אין אַמסטערדאַם. אין ווינטער־זמן פֿון 2010 איז ער געווען אַ גאַסט־פֿאָרשער אינעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען. דניאל טשאַרני (1888—1959) ווערט איצט זעלטן דערמאָנט, סײַדן די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. ווי אַ דיכטער, האָט ער ניט געהערט צו די "גרויסע" מײַסטערס פֿונעם ייִדישן וואָרט. זײַן בײַטראָג איז געווען, דער עיקר, אַ זשורנאַליסטישער און אַ מעמואַריסטישער. זײַנע ניט-פּאָעטישע ביכער — "משפּחה-כראָניק", "באַרג-אַרויף", "די וועלט איז קײַלעכדיק", "אַ יאָרצענדליק אַזאַ" און אַנדערע — דערציילן אַ סך וועגן דער ייִדישער סבֿיבֿה, אין וועלכער טשאַרני איז געבוירן געוואָרן, אַרײַן אין די פֿעדערן און געווען טעטיק.
וווּ נאָר ס׳גרייכט מײַן וואָרט, בין איך פֿאַראַן
"דו האָסט דאָך זעונגען געזען וואָס ניט געזען האָט קיינער." און באמת: "באַוואַקסענע מיט קליינע פֿליגל שוועבט אַ מנין שטיינער / און איבער זיי דער שער־הרחמים איז ניט מער פֿאַרשלאָסן." ("לידער פֿון טאָגבוך", 1977) וואָס איז אַזוינס אומגעזענס אין דער דאָזיקער זעונג? דער געעפֿנטער שער־הרחמים? אין יעדער גרויסער דיכטונג איז פֿאַראַן משמעות אַ סוד. וואָרעם בײַ אַלע אויפֿקלערן, אויסטײַטשן און אַנאַליזן, וואָס מע קאָן מאַכן, בלײַבט כּמעט תּמיד — איבער דעם העכער, צי אפֿשר נאָך מער אונטער דעם טיפֿער — דאָס איינמאָליק נײַ־באַשאַפֿענע: צווישן מאַקראָ־ און מיקראָקאָסמאָס נײַע געשפּרייטן, געעפֿנטע דורך יש־מאַינדיקן כּוח פֿונעם פּאָעטישן וואָרט, וואָס גראָבט אויס און הויפֿט אָן כּסדר נײַע סטראַטעס. און איטלעך מאָל בלײַבן מיר שטיין פֿאַר אָט דעם מיסטעריע באַגליקט, באַפֿליגלט, באַפֿרײַט. אַ סך רוסישע ייִדן פֿון סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן געלעבט מיט אַ טאָפּלדיק לעבן — אין דער ווירקלעכקייט און אויף פּאַפּיר. אין יענער צײַט האָט דער בריוון־אויסטויש געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון ייִדישע משפּחות. די זין פֿלעגן פֿאַרלאָזן זייער היים צוליב פֿאַרשידענע סיבות, ווי׃ צו באַקומען אַ וועלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע בילדונג, צו זוכן פּרנסה, אָדער, כּדי צו לעבן אויף קעסט מיט שווער און שוויגער אין אַן אַנדערער שטאָט — אָדער זיי האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון דער מיליטער־דינסט אין דער צאַרישער אַרמיי. פֿיל גוטס צו מײַן בעסטן גוטן פֿרײַנד N N אַך, וואָס פֿאַר אַ צופֿאַל עס האָט מיר געטראָפֿן דיזע טעג. עס איז מיר ביטער איך זאָל שווײַגן, און שרײַען העלפֿט מיר אויך ניט. און נאָר מיט דעם, וואָס איך וועל מיר אויסרעדן דאָס האַרץ פֿאַר דיר וואָס דו ביסט מײַן בעסטער גוטער פֿרײַנד ווען מײַן שׂימחה איז דײַן שׂימחה, און ווידער פֿאַרקערט, דײַן טרויער איז מײַן טרויער. מען האָט די וואָך בײַ מיר אַרויסגענומען פֿון טאַש די לעצטע 300 רובעל, וואָס מיר איז געבליבן פֿון מײַן נדן נאָך מײַן אָפּעסן דרײַ יאָר קעסט בײַ מײַן שווער און שוויגער. אין פֿערציק יאָר אַרום נאָך זײַן פּטירה, פֿאַרנעמט מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969) דעם העכסטן פּעדעסטאַל אין דער ייִדישער שפּראַך-קענטעניש. גלײַכצײַטיק, ווייסן מיר זייער ווייניק וועגן זײַן לעבן. ס׳איז שוין ניט איין מאָל געזאָגט און געשריבן געוואָרן, אַז — אַ חוץ ענציקלאָפּעדישע אַרטיקלען — האָבן מיר זייער ווייניק ביאָגראַפֿישע ווערק מכּוח די יחידים, וואָס האָבן בשעתּם געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין דער ייִדישער קולטור. מיר שײַנט, אַז טיילווײַז איז אַזאַ מצבֿ פֿאַרבונדן מיט אַן אָביעקטיווער שוועריקייט צו באַהאַנדלען דעם מאַטעריאַל. די פֿאָרשער, וואָס נעמען זיך אונטער צו שרײַבן וועגן אַזאַ פֿיגור ווי ווײַנרײַך, מוזן דאָך קענען לייענען (לכל-הפּחות) ייִדיש, דײַטש, רוסיש און ענגליש און זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין די פּאָליטישע און קולטור-ענינים פֿון רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די פֿראַגן פֿון ייִדישער קולטור, שפּראַך און געשיכטע. דער ערשטער און עד־היום דער איינציקער (חוץ דער ייִדישער "וויקיפּעדיע") פּרוּוו צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבע אויף ייִדיש איז געווען "די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" (בערלין, פּאַריז און ניו־יאָרק, 1932—1966). דער ציל פֿונעם דאָזיקן ווערק איז געווען צו באַקענען די ייִדיש־רעדנדיקע לייענערשאַפֿט מיט די לעצטע דערפֿינדונגען און דערגרייכונגען פֿון וויסנשאַפֿט און טעכניק, כּדי מען זאָל בעסער קענען פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט. חנה ווירט־נשר איז די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. זי פֿאַרנעמט די קאַטעדרע פֿאַר שטודירן די ייִדישע דערפֿאַרונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל און פּערי האַבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זי איז די מחברין פֿון "שטאָט־קאָדן׃ לייענענדיק די מאָדערנע שטאָטישע ראָמאַנען"; לעצטנס, איז אַרויס איר נײַ בוך׃ "רוף דאָס ענגליש׃ די שפּראַכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור". |