- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל וואָלטן מיר געוואָלט אַרויסזאָגן געוויסע געדאַנקען וועגן אייניקע בריוו, וואָס עס קומען אָן פֿון אײַך, אונדזערע לייענען, און וואָס מיר קוקן אויף זיי שטענדיק אַרויס. ס'איז דאָך קלאָר, אַז אַ פּובליקאַציע עקזיסטירט פֿאַר די לייענער; און ווען עס גייען, חלילה, אַוועק די לייענער, גייט אויך אונטער די פּובליקאַציע. איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, אָבער קיין ייִדישע ביכער, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָבן מיר ניט געהאַט. די גאַנצע ביבליאָטעק פֿון מײַנע עלטערן איז פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַזוי אַז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון רוסישע איבערזעצונגען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך קינדער-לידער פֿון לייב קוויטקאָ (1890—1952). מיליאָנען סאָוועטישע קינדער האָבן געקענט זײַנען לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער מחבר — לעוו קוויטקאָ — האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש. נאָך אַ לאַנג־דערוואַרטן רעמאָנט און פֿאַרגרעסערונג, וועט דער "לאַנדישער מוזיי פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע" אין פֿילאַדעלפֿיע עפֿענען זײַנע טירן דעם נאָוועמבער אויף אַ נײַעם אָרט — בלויז איין בלאָק פֿונעם פּלאַץ, וווּ די אַמעריקאַנער פֿרײַהייט איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אין יאָר 1776. "די אינספּירירנדיקע נײַע היים פֿונעם מוזיי וועט אָפּמערקן די שוועריקייטן און נצחונות פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן במשך פֿון יעדער סטאַדיע פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע," האָט דערקלערט מײַקל ראָזענצווײַג, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. "דער מוזיי וועט דערציילן וועגן די אופֿנים ווי די ייִדן האָבן זיך דאָ געראַנגלט מיט זייער אידענטיטעט און מיט דער אַסימילאַציע, און וועגן זייערע צושטײַערס אויף יעדן געביט פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן." פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן ליב די ייִדישע פּאָעזיע, פֿאָלקלאָר און געזאַנג, קומט אַצינד אַ גוטע בשׂורה — עס איז דערשינען אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם פּאָפּולערן בוך "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" — Pearls of Yiddish Poetry פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק. דער איבערזעצער איז ד״ר בערל זומאָף. ווען דאָס בוך אויף ייִדיש איז אַרויס אין 1972, נאָך דעם ווי די רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" איז געוואָרן אַזוי באַליבט אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען אַנטפּלעקט, אַז דער פּסעוודאָנים פֿון דער רובריק, "אַ פֿאָרשער", האָט באַהאַלטן די אידענטיטעט פֿון צוויי מענטשן — יוסף און חנה מלאָטעק. 38 יאָר שפּעטער האָט חנה מלאָטעק צוגעגעבן צו דער דאָזיקער איבערזעצונג, די באַנײַטע אינפֿאָרמאַציע און זעקס אין גאַנצן נײַע אַרטיקלען. דאָס אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליִערס בעת די בשותּפֿותדיקע מאַנעוורעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיווער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתניהו; די ערשטע שׂרפֿה, וואָס איז במילא געווען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו ווערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן וועט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן. אין דער הײַנטיקער פּרשה איז משה רבינו ממשיך זײַנע מוסר־דרשות און רופֿט די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט טאָן קיין עבֿירות. ער דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח, די שלעכטע רייד פֿון די מרגלים און אַנדערע זינד. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט פֿריִער, זענען די נעמען פֿון די צוויי פֿאָריקע פּרשיות צוויי־זיניקע. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "עקבֿ", איז אויך אַ צוויי־זיניק וואָרט. אויסער דעם קאָנטעקסט, מיינט עס אַ "פּיאַטע". על־פּי־פּשט, לויט דעם פּשוטן באַדײַט פֿונעם פּסוק, מיינט עס אָבער "אויב". מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך מבֿקר חולה געווען דעם פּאָעט ירמיהו העשעלעס אינעם וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, אים צו באַגריסן לכּבֿוד זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג, ביז הונדערט און צוואַנציק. אַזוי ווי ער איז אַ זעלטענער אוצר פֿון פֿאָלקלאָר, און בפֿרט אַ וויכטיקער קוואַל פֿון וויסן פֿאַר מײַנע פֿאָרשונגען, האָב איך מיטגעבראַכט אַ רעקאָרדיר־מאַשין און אַ ווידעאָ־מאַשין. מיר זענען געזעסן צוזאַמען, און איך האָב אָנגעהויבן אים רעקאָרדירן. זשורנאַליסטן טענהן שוין לאַנג וועגן דעם שרעקלעכן זומפּ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן. ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען און די טויזנטער מיליטער־לײַט, געשיקט אַהין צוליב אַ נעפּלדיק פֿאָרמולירטן ציל, ווערט דער מצבֿ נאָר ערגער און ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון פֿאַרבעסערן זיך. אָבער די אַמעריקאַנער, בריטישע און אייניקע אַנדערע מלוכישע פֿירער פֿאַלן בײַ זיך ניט אַראָפּ (אָדער מאַכן אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט) און האַלטן אין איין רעדן וועגן "איבערגעבן" אַלץ אין די הענט פֿון דער אַפֿגאַנישער אַרמיי, כאָטש מע זעט ניט, ווי אַזוי די דאָזיקע אַרמיי קען קאָנטראָלירן דאָס לאַנד. ס׳איז דאָך גוט באַוווּסט, אַז מחוץ דער הויפּטשטאָט, קאַבול, האָט די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ זייער אַ קליינע השפּעה. 10 יאָר פֿון ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע מיטוואָך, דעם 16טן יוני, האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרענדיקט דאָס צענטע יאָר פֿון דעם יערלעכן ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע. אָנגעהויבן האָט זיך דער דאָזיקער אויסנעמלעכער און פּאָפּולערער קורס מיט 90 סטודענטן. אין דעם לעצטן, פֿאַרגאַנגענעם, לערן־יאָר האָט די צאָל דערגרייכט ביז 340 סטודענטן. וואָך־אײַן וואָך־אויס, זענען זיי געקומען פֿון נאָענט און פֿון ווײַט צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל. וועגן דער מאָדנער ייִדישקייט, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין די סאָוועטישע באַדינגונגען, איז שוין ניט ווייניק געזאָגט געוואָרן. אַבֿרהם (אַרקאַדיוס) כּהן, דער היסטאָריקער פֿון רוסיש-ייִדישן עקאָנאָמישן לעבן, האָט געשריבן, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע אידענטיטעט איז פֿאַרבליבן נאָר ווי עפּעס אַ מיטישע, כּמעט מיסטישע זאַך, וואָס דער אַרומיקער עולם האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין און די ייִדן גופֿא האָבן עס שוין אויך ניט אימשטאַנד געווען צו באַגרײַפֿן. פּיאָטר ווײַל און אַלכּסנדר געניס, די היסטאָריקער פֿון סאָוועטישער קולטור, האָבן זיך האַלב-געוויצלט, אַז ייִדן זײַנען געווען שיִער ניט דער הויפּט-סוד, וואָס מע האָט אָפּגעהיטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מער עניגמאַטיש איז, אפֿשר, פֿאַרבליבן בלויז סעקס. ייִדיש־לימוד באַהאַלט זיך אויס אין די זעלטנסטע ווינקעלעך, אין די פֿאַרוואָרפֿנסטע העק איבערן לאַנד. איך למשל בין שוין פֿאַרבונדן מיט וואַסאַר־קאַלעדזש כּמעט פֿינף יאָר צײַט. פֿיר מאָל אַ יאָר לאָז איך זיך אַרויס אין וועג אַרײַן געבן ייִדיש־עקזאַמענס. וואַסאַר־קאַלעדזש געפֿינט זיך אין אַ קליין שטעטל אין צפֿון פֿון ניו־יאָרק, וואָס הייסט פּאָקיפּסי. ס׳איז אַזוי גוט ווי אַ מהלך פֿון אַרום פֿינף און זיבעציק מײַל פֿון ניו־יאָרק. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס וואָס שפּראַך־לערער איז נישט דערלויבט צו געבן זייערע קלאַסן עקזאַמענס?
אלכּסנדר איליטשעווסקי,
דער שרײַבער אלכּסנדר איליטשעווסקי האָט זיך קונה־שם געווען אין דער רוסישער ליטעראַטור אין די לעצטע פֿינף יאָר. אַ פֿיזיקער, לויט זײַן ערשטער פּראָפֿעסיע, האָט ער פֿאַרבראַכט די 1990ער יאָרן אין ישׂראל און קאַליפֿאָרניע, וווּ ער האָט געאַרבעט אין פֿאָרשערישע און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. אָבער נאָך זײַן אומקערן זיך קיין רוסלאַנד, איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שרײַבער. ער איז שוין באַלוינט געוואָרן מיט פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פּרעמיעס, אָבער די קריטישע אָפּשאַצונג פֿון זײַנע ווערק איז ווײַט ניט קיין איינשטימיקע. |