מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך מבֿקר חולה געווען דעם פּאָעט ירמיהו העשעלעס אינעם וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, אים צו באַגריסן לכּבֿוד זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג, ביז הונדערט און צוואַנציק. אַזוי ווי ער איז אַ זעלטענער אוצר פֿון פֿאָלקלאָר, און בפֿרט אַ וויכטיקער קוואַל פֿון וויסן פֿאַר מײַנע פֿאָרשונגען, האָב איך מיטגעבראַכט אַ רעקאָרדיר־מאַשין און אַ ווידעאָ־מאַשין. מיר זענען געזעסן צוזאַמען, און איך האָב אָנגעהויבן אים רעקאָרדירן. פּלוצעם — אַ ליאַרעם! איך זע ווי די קראַנקן־שוועסטער לויפֿט אַהין און אַהער, קוקט אַרײַן אין אונדזער צימער, מאַכט אַ קרומע מינע און שרײַט צו אַנדערע.
איך מאַך זיך נישט וויסנדיק; העשעלעס און איך גייען ווײַטער אָן מיט אונדזער שמועס, כאָטש איך פֿיל, אַז דער געפּילדער איז צוליב אונדז. מיט אַמאָל קומט אַרײַן אַ פּאָליציאַנט פֿונעם שפּיטאָל־פּערסאָנאַל און הייסט מיר אָפּשטעלן דאָס רעקאָרדירן, און פֿרעגט מיך אויס — וואָס, ווער, ווען? איך האָב געהאַט אַ געפֿיל, אַז צו אַנטפּלעקן, אַז איך בין אַ זשורנאַליסט, וואָלט אין דעם פֿאַל געווען אַ טועת. האָב איך פּשוט געענטפֿערט, אַז מיר זענען אַלטע פֿרײַנד, און ער דערציילט מיר וועגן זײַן פּויליש שטעטל. העשעלעס פֿאַרטיידיקט מיך אויך, און זאָגט דעם פּאָליציאַנט, אַז מיר זענען חבֿרים און טוען גאָרנישט, וואָס קאָן דאָ שטערן. אָבער דער פּאָליציאַנט, זאָגט, אַז מע דאַרף האָבן אַ דערלויבעניש צו רעקאָרדירן. האָב איך פֿאַרמאַכט אַלע מײַנע אַפּאַראַטן, נאָך אַ ביסל גערעדט מיט אים, און מיט אַ שווער האַרץ אַהיימגעפֿאָרן. איך האָב זיך ערשט שפּעטער געכאַפּט, אַז מסתּמא האָט דער שפּיטאָל מורא געהאַט, אַז איך וועל שרײַבן וועגן דעם שלעכטן מצבֿ פֿון דער אינסטיטוציע.
נאָך אַן עפּיזאָד: מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק האָט מען מיר דערציילט וועגן אַן אויסערגעוויינטעלעכן זינגער — אַן אימיגראַנט פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — און איך האָב מיט אים זיך געטראָפֿן בײַ אים אין דער היים, אין ברוקלין. ער איז טאַקע געווען אַ פֿײַנער זינגער, אָבער נאָך דער רעקאָרדירונג איז ער מיט אַמאָל געוואָרן אין כּעס אויף מיר און טוט אַ פֿרעג — "וואָס ווילסטו טאָן מיט די קאַסעטן?, גיב זיי מיר!" "ס׳זענען דאָך נאָר פֿאָלקסלידער", האָב איך געענפֿטערט. אָבער איך זע, אַז כ׳האָב דאָ צו טאָן מיט אַ פּאַראַנוייִקער, אַ האַלב־צעדרייטן, גיב איך אים די קאַסעטן. זײַן פֿרוי אַנטשולדיקט זיך פֿאַר מיר, איידער איך טראָג זיך אָפּ דורך דער האַלב־געעפֿנטער טיר.
דער עצם געדאַנק פֿון זאַמלען פֿאָלקלאָר איז דאָך אַ רעלאַטיוו נײַער; 200 יאָר אַלט, נישט מער. האָט זיך געטראָפֿן נישט איין מאָל, אַז סײַ "דאָס פֿאָלק", סײַ די רעגירונג־באַאַמטע, זענען טייל מאָל חושד געווען דעם זאַמלער פֿון פֿאָלקלאָר אין שלעכטע כּוונות. מײַנע צוויי באַשריבענע געשעענישן זענען בלויז רינגען אין דער געשיכטע־קייט פֿון אַזוינע "פֿאָלקלאָר־זאַמלער"־זכרונות. אויב איר האָט געלייענט אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל אין דער סעריע, געדענקט איר, אַז דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן האָט געקוקט אויפֿן "פֿאָלק" מיט חשד, ווײַל זיי "מאַכן אַ תּל פֿון די שיינע פֿאָלקסלידער". זיי זינגען פֿאַרן זאַמלער אַליין־געשאַפֿענע לידער, אָדער סטראָפֿעס, אָבער דערציילן אַ מעשׂה, אַז זיי זינגען אַלטע פֿאָלקסלידער.
נח פּרילוצקי האָט אין וואַרשע נישט געליטן פֿון אַזאַ פּראָבלעם. אין זײַן אַדוואָקאַט־ביוראָ איז ער באַקוועם געזעסן און געבעטן בײַ אַנדערע, זיי זאָלן זאַמלען פֿאַר אים, און די מאַטעריאַלן האָט ער אַרײַנגענומען אין עטלעכע ביכער מיט זײַן נאָמען אויפֿן שער־בלאַט. דער שרײַבער אַ. אַלמי, דעמאָלט נאָך אַ יונגער בחור, איז געווען אַ טייל פֿון פּרילוצקיס פֿאָלקלאָר־קרײַז און גוט געקענט די אָרעמע ייִדישע געגנטן אין וואַרשע, ווײַל ער איז דאָרטן אויפֿגעוואַקסן. פֿאַר אים איז די זאַמל־אַרבעט געגאַנגען לײַכט, אָן קיין שום מניעה. אָבער פֿאַרן זאַמלער וואָס מע האָט באַטראַכט ווי אַ דרויסנדיקער אין די־אָ געגנטן, האָט די זאַמל־אַרבעט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט טייל מאָל אַ סכּנה. ווען שמואל לעהמאַן האָט געוואָלט פֿאַרשרײַבן לידער בײַ אַן אָרעמער ייִדישער פֿרוי, האָט אים אַרומגערינגלט אַ רעדל לצנים און חוזק־מאַכערס, אַראָפּגעריסן פֿונעם קאָפּ זײַן היטל און געזונגען אַ לידל וועגן דעם "יאָלד מיטן קאַפּאַלוש". דאָס רעדל איז געוואָרן וואָס אַלץ מער ענגער און ענגער אַרום אים און ער האָט זיך קוים אַרויסגעדרייט פֿון זייערע הענט.
אין דער ענגלישער פֿאָלקלאָר־ליטעראַטור האָט זיך אַנטוויקלט אַ גאַנצע זכרונות־ליטעראַטור פֿון די פֿאָלקלאָריסטן, וואָס האָבן זיך גערופֿן "באַלאַדע־יעגערס". זיי זענען געפֿאָרן אין די ווײַטסטע ייִשובֿים אין די אַפּאַלאַטשיאַ־בערג אין די דרום־שטאַטן צו זאַמלען פֿאָלקלאָר, בפֿרט די "פּערל" פֿון די פֿאָלקסלידער — די אַלטע באַלאַדעס. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, אין דער צײַט פֿון "פּראָהיבישאָן", ווען ס׳איז געווען פֿאַרווערט צו טרינקען אַלקאָהאָל אין אַמעריקע, האָבן די "הילביליס", די בערג־לײַט, אַליין פּראָדוצירט אומלעגאַלן ספּירט, "מונשײַן"; און אויב עמעצער איז געקומען אויף זייער טעריטאָריע, זוכנדיק געוויסע מענטשן, האָט מען אים פֿאַרטריבן מיט אַ שיסערײַ. אַמאָל איז אַן אומשולדיקער פֿאָלקלאָריסט געקומען זאַמלען לידער, און ווען מע האָט דערזען אַ שיין־אָנגעטאָענעם "דזשענטעלמאַן", האָט מען זיך געריכט, אַז דאָס מוז זײַן אַן אַגענט פֿון דער רעגירונג, וואָס וויל צעשטערן די פּראָדוקציע און אַרעסטירן די לײַט; האָט מען אויף אים געשאָסן, און ער האָט גיך געמאַכט אַ ויבֿרח.
מיטגלידער פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע האָט די רוסישע רעגירונג חושד געווען אין שפּיאָנאַזש, ווען מע האָט זיי געזען מיט פֿאָטאָ־ און רעקאָרדיר־אַפּאַראַטן. אַגבֿ, האָט מען זיך נישט נאָר איזדיעקעוועט איבער די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין רוסלאַנד. די ברידער סאָקאָלאָוו, רוסישע זאַמלער, האָט מען אויך אַרעסטירט, ווען מע האָט זיי באַמערקט פֿאַרשרײַבן פּרטים וועגן מענטשן און ערטער אין זייערע העפֿטן.
פֿאַר וואָס זאָל מען טאַקע פֿאָרזינגען אָדער דערציילן פֿאָלק־מעשׂיות פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט? וואָס באַקומט דאָס פֿאָלק צוריק פֿון דעם? פֿאַרן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט האָט די "הייליקע אַרבעט" צוגעשטײַערט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור; געהאָלפֿן בויען אַ ייִדישלאַנד. אָבער דאָס פּראָסטע פֿאָלק האָט נישט געוווּסט פֿון אַזוינע "הויכע", אַבסטראַקטע צילן.
אַנ־סקי, אין רוסלאַנד, האָט געמוזט באַצאָלן זײַנע פֿאָלקלאָר־אינפֿאָרמאַנטן, און פּינחס גרויבאַרד האָט געטאָן דאָס זעלבע אין פּוילן. ווען גרויבאַרד איז אָנגעקומען אין אַ שטעטל, און מע האָט געהערט, אַז איינער באַצאָלט פֿאַר לידער, האָט דאָס גאַנצע שטעטל אָנגעהויבן זינגען. וווּ גרויבאַרד איז געגאַנגען, האָט מען אַרויסגעשטעקט דעם קאָפּ אויף דער גאַס און געזונגען פֿאַר אים! ער האָט אַפֿילו נישט געקענט אויסמײַדן די זינגערס אין דער קרעטשמע, וווּ ער איז אײַנגעשטאַנען. אַ סך מענטשן האָבן זיך אָנגעבאָטן צו זינגען כּדי צו ווערן באַצאָלט.
דאָס פֿאָלק און דער פֿאָלקלאָריסט, ווי איר זעט, האָבן זיך נישט שטענדיק געחבֿרט. ווען מע האָט מזל, אַזוי ווי איך מיט מײַן פֿרײַנד ירמיהו העשעלעס, וואָס איז תּמיד גרייט זיך צו טיילן מיט זײַן קענטעניש, איז ממש אַ פֿאַרגעניגן.