לייב קוויטקאָ, 1932 |
איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, אָבער קיין ייִדישע ביכער, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָבן מיר ניט געהאַט. די גאַנצע ביבליאָטעק פֿון מײַנע עלטערן איז פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַזוי אַז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון רוסישע איבערזעצונגען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך קינדער-לידער פֿון לייב קוויטקאָ (1890—1952). מיליאָנען סאָוועטישע קינדער האָבן געקענט זײַנען לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער מחבר — לעוו קוויטקאָ — האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש.
איצט דאַכט זיך מיר, אַז קוויטקאָס קינדער-לידער זײַנען פֿאַרבליבן אין דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט. איך בין ניט זיכער, צי מע האָט זיי, בכלל, געדרוקט זינט די 1990ער יאָרן. יעדנפֿאַלס, איז מיר ניט אויסגעקומען צו זען אַזאַ אויסגאַבע, כאָטש ביכער פֿון אַ צאָל אַנדערע, ניט ווייניקער סאָוועטישע קינדער-שרײַבער פֿון קוויטקאָס דור, פֿאַרקויפֿט מען נאָך אַלץ אין רוסישע ביכער-געשעפֿטן. אַ סבֿרא, אַז זײַן קינדער-פּאָעזיע איז פֿאַרעלטערט געוואָרן.
נאָך ווייניקער געדענקט מען וועגן קוויטקאָן ווי אַן ערנסטן, "דערוואַקסענעם" דיכטער. דאָס איז שוין כּמעט אין גאַנצן פֿאַרבליבן אין די שמאָלע קרײַזן פֿון אַקאַדעמיקער. אמת, וויפֿל מענטשן לייענען, בכלל, הײַנטיקע טעג ייִדישע דיכטונג? אָדער נאָך ברייטער: וויפֿל מענטשן לייענען הײַנטיקע טעג אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן דיכטונג?
לייב קוויטקאָס נאָמען ווערט בדרך-כּלל דערמאָנט אין דער רשימה פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער, אומגעבראַכטע דעם 12טן אויגוסט 1952. אַ נאָמען, אָפּגעטיילט מיט אַ קאָמע פֿון אַנדערע נעמען. איך לייג פֿאָר אין דעם יאָר פֿון קוויטקאָס 120סטן יוביליי אַרײַנצוקוקן אין זכרונות וועגן די 1940ער יאָרן — פֿון מאַניע לאַנדמאַן, אַ ייִדישע מאַשיניסטקע, און יצחק יאַנאַסאָוויטש, אַ ייִדישן שרײַבער פֿון פּוילן (ער איז געווען אַ פּליט אין רוסלאַנד), וועלכע באַווײַזן קוויטקאָן ווי אַ מענטש.
גענאַדי עסטרײַך
קוויטקאָ שטייט מיר פֿאַר די אויגן
פֿון מאַניע לאַנדמאַן, "צווישן ייִדישע שרײַבער", מאָסקווע, 1982
לייב קוויטקאָ שטייט מיר פֿאַר די אויגן, אָבער ניט בלויז אַזאַ, ווי מיר האָבן אים אַלע געקענט — אַ מילדער, אַ שמייכלענדיקער, תּמיד מיט אַן אויסדרוק פֿון כּבֿוד צו אַלץ און צו אַלעמען. ער שטייט מיר פֿאַר די אויגן אויך אַזאַ, ווי ער האָט געאַרבעט אין ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
אין אַנשטאַלט פֿלעגט ער זיצן אַ פֿיר-פֿינף שעה, אומגעפֿער פֿון אַ זייגער 12 בײַטאָג ביז פֿיר. פֿאַר דער קורצער צײַט האָט ער געוויינטלעך אַ מאַסע אַרבעט אָפּגעטאָן. אָבער אויך ניט דאָס בין איך אויסן. איך זע אים אַ לעבעדיקן, ווי ער גייט אַריבער פֿון איין טיש צום אַנדערן, פֿון איין צימער אין צווייטן און טוט עפּעס. אַרומגעגאַנגען איז ער מיט ניט קיין גיכע טריט, איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט מיט פּאַמעלעכע, כאָטש ער האָט געהאַט אַ פֿעסטן טראָט, אַליין געווען אַ שטאַרקער מענטש.
איינער אַ טאָג האָט זיך מיר אײַנגעקריצט אין זכּרון. דאָס איז געווען, אַ פּנים, אין יאָר 1946. קוויטקאָ איז צוגעגאַנגען צו מיר ניט קיין פֿריילעכער, עפּעס גערעדט צו זיך אַליין און געבליבן שטיין לעבן טיש, וווּ די מאַשינקע איז געשטאַנען. קיין איין וואָרט האָט ער ניט אויסגערעדט. איך האָב אויף אים אַ קוק געטאָן און געזען, אַז ער שמועסט מיט זיך אַליין און איז שטאַרק פֿאַרטראַכט. איך האָב באַשלאָסן ניט איבערשלאָגן אים די געדאַנקען.
געשטאַנען אַזוי איז ער לאַנג, איך קאָן אַפֿילו ניט זאָגן, וויפֿל צײַט. דערנאָך האָב איך פֿון דעסטוועגן אים אַ פֿרעג געטאָן, צי ער וויל עפּעס איבערדרוקן אויף דער מאַשינקע. איך רעד צו אים, און ער ענטפֿערט מיר גאָרניט. איך האָב באַשטימט ווײַטער פֿאָרזעצן מײַן אַרבעט. פֿאַרענדיקט, זאָג איך צו אים:
"חבֿר קוויטקאָ, איר דאַרפֿט עפּעס דרוקן? מירן אפֿשר נאָכן מיטיק אָנהייבן מיט אײַך אַרבעטן..."
ער ענטפֿערט מיר נאָך אַ מאָל גאָרניט, ווײַזט מיט דער האַנט און מיט צענומענע פֿינגער אויפֿן האַלדז. דאָ פֿאַרשטיי איך שוין גאָרניט, און איך פֿרעג:
"עס טוט אײַך וויי אין האַלדז?, איר קאָנט ניט רעדן, הייזעריק?"
שאָקלט ער מיטן קאָפּ אויף ניין.
"וואָס זשע דען?", — פֿרעג איך.
נאָך אַ מאָל ווײַזט ער מיר אַזוי, טאַקע ווי עס וואַרגט אים עפּעס. און שטילינקערהייט, כּמעט שעפּטשענדיק, לייגט ער ווידער צו די האַנט צום האַלדז, אַזוי, אַז אין איין זײַט פֿון דער האַנט בלײַבן פֿיר פֿינגער און אין דער צווייטער זײַט איין פֿינגער, אַלץ נאָך מיט אַ פֿאַרדומפּט קול זאָגט ער צו מיר:
"בלויז פֿיר שורות, מער האָב איך הײַנט ניט"...
איך האָב גענומען בײַ אים דאָס פֿערטל בייגעלע פּאַפּיר מיט אָט די פֿיר שורות, איבערגעדרוקט זיי, און עס איז מיר דורך אַ גרויל איבערן לײַב. אָט זײַנען זיי:
מיר שטייט אין האַלדז דאָס וויי-געשריי
אין יענעם בליִיִקן פֿרימאָרגן,
ווען לײַט אין הענטשן ווײַס ווי שניי,
די קינדער לויט אַ ריי האָבן דערוואָרגן.
מײַן טעכטערל איז שוין דעמאָלט אַלט געווען דאָס אַכטע יאָר, און אונטערן האַרצן איז שוין געווען בײַ מיר אויך אַ פֿיר-חדשימדיק קינד. איבערגעדרוקט די פֿיר שורות, האָט מיר אָנגעהויבן שטאַרק שווינדלען אין די אויגן, דער קאָפּ האָט זיך מיר אַזש פֿאַרדרייט, באַזונדערס פֿון די לעצטע צוויי שורות.
איך וואָלט קיין מאָל ניט אײַנגעשטעלט זאָגן קוויטקאָן, אַז עס איז מיר ניט געפֿעלן זײַנס אַ ליד, אָדער אַ שורה, צי אַ וואָרט. איך האָב נאָר שטילינקערהייט אַ זאָג געטאָן, אַז דאָס איז ניט קיין ליד, עפּעס ניט קיין אָנהייב און ניט קיין סוף, און די פֿיר שורות דאַרף מען אין גאַנצן ניט.
"ס’איז שוין דאָס זעקס-און-פֿערציקסטע יאָר, און איר שרײַבט נאָך אַזעלכע סטראַשנע שורות, מע קען ניט אויסהאַלטן. איך בעט אײַך, אָדער שטעלט די פֿיר שורות אין ערגעץ אַרײַן, נאָר אויב יאָ, איז שטעלט זיי שוין אין דעם ליד אַוועק אַזוי, אַז עס זאָל ניט פֿינצטער ווערן אין די אויגן. אָדער אפֿשר גאָר צום סוף פֿון אַ ליד וועט איר זיי געבן. פֿריִער גיט עפּעס אַזעלכעס, וואָס באַטײַט לעבן — סעדער, פֿליגעלעך, בלומען, פּאָזעמקעס, אַפֿילו וועגן קאַרטאָפֿל און מערן פֿון די גערטענער שרײַבט, ווײַל ס’איז שוין קיין כּוח ניטאָ אַזוי פֿיל שרעקלעכע זאַכן צו דרוקן, ממש עס הייבט מיט מיר אָן וואַרפֿן. איך בעט אײַך, שרײַבט פֿריילעכערע זאַכן."
איך קאָן ניט זאָגן, אַז קוויטקאָ האָט זיך צוגעהערט, ווען מע פֿלעגט אים געבן טעמעס, אויף וועלכע ער זאָל שאַפֿן זײַנע לידער. באַזונדערס איז ער שוין געווען געוווינט צו עצות פֿון מאַשיניסטקעס, און דאָך...
אויפֿן צווייטן טאָג איז ער צו מיר צוגעגאַנגען און געזאָגט:
"פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿיר שורות, וואָס מיר האָבן נעכטן געדרוקט, וועלן מיר געבן צום סוף פֿון אַ ליד..."
און אַזוי איז טאַקע דאָס ליד פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, מיט די פֿיר שורות צום סוף. עס הייסט "דאָס וואָרט וועגן נײַ-זײַן" פֿונעם ציקל "די רייד פֿונעם אומאַנער מיידל מאַלקע דודניק" (פֿון ל. קוויטקאָס בוך "געזאַנג פֿון מײַן געמיט: 1941—1946", מאָסקווע, 1947):
לייב קוויטקאָ מיט פּיאָנערן |
ווי פֿאַרכאַפּנדיק איז דאָס געפֿיל
פֿון זײַן באַנײַט!
איידעלער פֿון דער הייך פֿון רויזן,
שאַרפֿער פֿונעם שווערד דעם בלויזן,
חדווהדיקער פֿונעם לאָשעק
אויפֿן זונענדיקן פּליין,
און אַנדערש נאָך — מיט עפּעס גאָר אַ פֿליגלדיקן חן,
וואָס פּלעט און פּלעפֿט און אייניקט
און אין דער לופֿטן רײַסט —
אַזאַ איז דאָס געפֿיל פֿון זײַן באַנײַט!
נאָר מיר איז דאָס ביז ווייטיק ווייניק.
איר זאָגט, איך פֿלעג דערציילן שיין,
פֿון וואָס באַשטייען
די פֿליגעלעך בײַ די ליבעלן;
אַז איך פֿאַרטײַטשן פֿלעג דעם סוד,
ווי ס’קלײַבן זיך אַראָפּ אַנטקעגן שטראָם פֿון וואַסערפֿאַל
פֿאָרעלן;
אַז כ’האָב געהערט, ווי גראָזן שושקען זיך,
בעת זיי וואַקסן,
און ווי עס דרייען זיך די זון-בלומען
אַרום די אַקסן;
ווי פּאָזעמקעס צעלאַכן זיך,
ווען פֿאַרטיקע זיי ווערן,
ווי נאַקעט פֿילן זיך
די פֿרישע מערן,
און אַרויסגעשטויסענער פֿון שויט
דער באָב —
דאָס אַלץ איז אויסגעהוילט שוין פֿון מײַן קאָפּ.
איצט איז פֿול מיט סם מײַן בלוט,
מײַן האַרץ איז דורך און דורך געשטאָכן,
און יעדער וואָרט מײַנס
פּרוּוו איך, ווי מע פּרוּווט אַ רוט,
ביז זי האַלט ניט אויס און ווערט צעבראָכן.
מיר שטייט אין האַלדז דאָס וויי-געשריי
אין יענעם בליִיִקן פֿרימאָרגן,
ווען לײַט אין הענטשן ווײַס ווי שניי,
די קינדער לויט אַ ריי האָבן דערוואָרגן.
* * *
אַ קוק טאָן אויף קוויטקאָן, האָט מען געקאָנט מיינען, אַז ער איז תּמיד דער גליקלעכסטער מענטש אין דער וועלט. זײַן שמייכל אויפֿן פּנים פֿלעגט "אָפּנאַרן". אין דער אמתן האָט ער שטאַרק איבערגעלעבט, אויב עס איז עפּעס געווען ניט אין אָרדענונג בײַ אים פּערזענלעך און בײַ זײַנע פֿרײַנד. אַלצדינג פֿלעגט ער וועלן וויסן, באַזונדערס — ווי עס האַלט מיט דער מאַטעריעלער לאַגע. אויב איך האָב אים דערציילט, אַז מײַנס אַ קינד איז ניט געזונט, איז ביז איך פֿלעג ניט קומען אויף דער אַרבעט און זאָגן, אַז איך האָב שוין שפּאַצירט מיטן קינד אויף דער גאַס, פֿלעגט ער זיך ניט באַרויִקן: אַלע מאָל פֿרעגן, ווי אַזוי דאָס קינד פֿילט זיך, צי די אייגעלעך זײַנען בײַ איר פֿריילעכע, צי אויף דער נאַכט מעסט איך אויס די היץ.
אין ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט פֿלעגן אַרײַנקומען זייער אַ סך באַזוכער. עס איז פּונקט געווען די צײַט נאָך דער מלחמה, ווען מענטשן האָבן זיך אומגעקערט פֿון דער עוואַקואַציע. צווישן די דאָזיקע באַזוכער איז איין מאָל געווען אַ פֿרוי מיט אַ ייִדיש מיידעלע פֿון אַ יאָר אַכט-נײַן. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די פֿרוי איז געווען אַ רוסישע, און עס האָט זיך איר אײַנגעגעבן צו ראַטעווען דאָס קינד. אָבער עס אויפֿציִען איז איר געווען שווער סײַ איבערן עלטער, סײַ איבער די טאָגטעגלעכע נויטן. קוויטקאָ האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער פֿראַגע זייער ערנסט.
אינעם גרויסן צימער, וווּ עס איז געווען דער סעקרעטאַריאַט פֿונעם אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, איז אין אַ שטיקל צײַט אַרום געקומען נאָך אַ מאָל די פֿרוי מיטן קינד, און זיי האָבן אָפּגעדאַנקט קוויטקאָן פֿאַר זײַן אויפֿמערקזאַמקייט צו זיי.
איך נעם זיך ניט שאַצן לייב קוויטקאָס גרויסן טאַלאַנט. זאָלן דאָס טאָן קריטיקער און פֿאָרשער. נאָר זײַן מענטשלעכקייט געדענק איך גוט, און עס געדענקען קוויטקאָן, דעם עכטן מענטשן, אַלע די, וואָס האָבן געהאַט דאָס גליק צו טרעפֿן זיך מיט אים.
לייב קוויטקאָ
אויסצוגן פֿון יצחק יאַנאַסאָוויטש "מיט ייִדישע שרײַבער אין רוסלאַנד", בוענאָס אײַרעס, 1959.
איך האָב אַ מאָל אין מאָסקווע פֿאַרלוירן מײַן דירה און בין געווען זייער פֿאַרזאָרגט. טרעפֿט מיך קוויטקאָ אין גאַס און פֿרעגט מיך:
"וואָס זענט איר אַזוי צעקוואַשעט?"
איך דערצייל אים די מעשׂה און ער זאָגט מיר:
"איר האָט מזל. איך פֿאָר אַקוראַט אַרויס מיט מײַן פֿרוי [בעטי] אין אונדזער הינטערשטאָטישער הײַזקע אויף צוויי וואָכן. די דאָזיקע צוויי וואָכן קענט איר וווינען אין מײַן דירה, ביז איר וועט געפֿינען אַ צווייטע."
כּך-הווה. כ’האָב זיך דערווײַל אַרײַנגעצויגן צו קוויטקאָן און גענומען זוכן אַן אַנדערע סטאַבילע דירה. אין צוויי טעג אַרום אָבער קומט קוויטקאָ צו פֿאָרן פֿון זײַן דאַטשע הינטער מאָסקווע. וואָס איז? בעטי איז קראַנק געוואָרן אויף גריפּע און מיט אַ גרופּע האָט זי בעסער געוואָלט זײַן אין דער היים.
כ’האָב זיך דערפֿילט זייער שלעכט. קוויטקאָ האָט געהאַט אַ קליינע וווינונג, און ס’איז מיר שרעקלעך אומאָנגענעם געווען אים צו קוועלן. בין איך ווידער אַרומגעגאַנגען מיט עגמת-נפֿש, ווײַל אַקוראַט האָט זיך קיין אַנדערע דירה מיר נישט געמאַכט. קוויטקאָ, זעענדיק מײַן פֿאַרזויערט פּנים, האָט מיט מיר גענומען רעדן זייער שטרענג:
"הערט, יצחק, אויב איר ווילט נישט, אַז מיר זאָלן זיך צעקריגן אויף תּמיד, זאָלט איר אויפֿהערן האָבן עגמת-נפֿש פֿון דעם וואָס איר וווינט בײַ מיר. נאָך מער: איר זאָלט אַפֿילו אַ גאַנצן חודש מער נישט זוכן קיין וווינונג, נאָר וווינען בײַ מיר. נאָכן חודש מעגט איר זיך אָנהייבן זוכן אַ נײַע דירה, אויב מײַנע געפֿעלט אײַך נישט."
ער האָט עס געזאָגט אַזוי אויפֿריכטיק, אַז כ’בין געווען גערירט. אין מאָסקווע האָבן נישט קיין סך זיך אַזוי געפֿירט. ס’איז נישט געווען אין שטייגער פֿון דאָרטיקן האַרטן און שווערן לעבן, וווּ אַז מען האָט אַרײַנגעלאָזט אַ מענטש אין דער וווינונג, האָט מען געדאַרפֿט מורא האָבן, אַז ער וועט זי מער נישט פֿאַרלאָזן.
כ’האָב טאַקע בײַ קוויטקאָן נישט געוווינט מער ווי צוויי וואָכן, ווײַל דורך דער צײַט האָב איך זיך אויסגעזוכט אַ שטיקל דאַך איבערן קאָפּ. אָבער די צוויי וואָכן, וואָס איך האָב מיט אים געוווינט צוזאַמען, האָב איך נאָך מער דערקענט זײַן פֿײַנעם און גוטן כאַראַקטער.
ער האָט הנאה געהאַט פֿון לעבן, קוויטקאָ. ער האָט פֿון די קלענסטע זאַכן געקענט אויסזויגן אַ סך הנאה. זײַן טרינקען טיי מיט מילך פֿאַרנאַכט איז פֿאַר אים געווען אַ גאַנצע עבֿודה, אַ באַנקעט, אַ באַל. ער פֿלעגט טרינקען די טיי און שוויצן ווי אַ ביבער און דערבײַ אונטערקרעכצן: "אײַ, ס’איז ווויל, ס’איז זייער ווויל, זייער ווויל."
קוויטקאָ איז געווען אַ פֿוללײַביקער מענטש, און בעטי האָט אים מער ווי צוויי גלעזער טיי מיט מילך נישט געלאָזט טרינקען. איך ווידער פֿלעג אויסזשלאָקען מײַן גלאָז טיי מיט מילך בחפּזון און מער נישט וועלן טרינקען. האָט קוויטקאָ זיך געחידושט דערויף מיט דער גרעסטער בתּמיה.
"זע נאָר, בעטי, — פֿלעגט ער טענהן — אַ מענטש מעג טרינקען טיי מיט מילך וויפֿל ער וויל, און טרינקט נישט. ער זאָגט זיך אָפּ פֿון אַזאַ וווילקייט, דו פֿאַרשטייסט עס?"
קוויטקאָ איז, חלילה, נישט געווען קיין עולם-הזהניק, קיין בעל-תּאווהניק צו דער אַכילה-ושתּיה. אָבער אַז מען קען הנאה האָבן פֿון אַ גלאָז טיי מיט מילך, אין וועלכן מען זאָל דערפֿילן דעם גאַנצן טעם פֿון דער גוטסקייט פֿון לעבן און מען זאָל אויף דער הנאה מוותּר זײַן, — דאָס האָט ער נישט געקענט פֿאַרשטיין.
* * *
דאָס סאַמע מערקווירדיקע בײַ קוויטקאָן איז געווען דאָס, וואָס בײַם כּסדרדיקן פֿאַרברענגען מיט אים האָט מען לחלוטין פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ שרײַבער. ער האָט עפּעס נישט פֿאַרמאָגט אין זיך די אַלע געוויסע שטריכן און אייגנשאַפֿטן, וואָס זענען אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די מענטשן פֿון שרײַבערישן צעך. קודם-כּל, האָט ער וועגן זײַן אייגן שאַפֿן זעלטן ווען גערעדט. דערנאָך האָט ער אויך זייער זעלטן גערעדט וועגן דעם שאַפֿן פֿון זײַנע חבֿרים. ועל-כּולם איז ער נאָך געווען אַ פֿאַרגינערישער מענטש און האָט נישט געליטן פֿון דער באַרימטער קינאת-סופֿרים, נישט אין גוטן און נישט אין שלעכטן זין. אַזוי אַרום, אַז אויך אין דעם פּרט איז ער געווען אַ שטיק אויסנאַם צווישן אַלע זײַנע קאָלעגן, די ייִדישע שרײַבער אין רוסלאַנד.
אָבער דאָס שרײַבן איז געווען זײַן גאַנץ חיות, און דעם טאָג, ווען ער האָט נישט געשריבן, איז ער געווען אין אַ לא-עלינודיקער שטימונג, וואָס נאָר איין בעטי האָט געוווּסט פֿון וואַנען זי נעמט זיך. ער איז אָבער געווען אַ מאָדנער טיפּ שרײַבער — אַ שרײַבער, וואָס לײַדט נישט פֿון די באַקאַנטע "שרײַבערישע" קאָמפּלעקסן און מען האָט אין דער הינזיכט נישט געמוזט מיט אים אומגיין ווי מיט אַ ווייך איי.
קוויטקאָ האָט מיט זײַנע ערשטע לידער געקריגן אַ גרויסן נאָמען. געוויס זענען די דאָזיקע בכורים זײַנע געווען אַן אָנזאָג אויף עפּעס, וואָס איז נישט מקוים געוואָרן. דאָס איז, אַגבֿ, געווען דער גורל פֿון אַ סך פּאָעטן אין רוסלאַנד, וואָס די רעוואָלוציע האָט איבערגעבראָכן זייער אַנטוויקלונג, און די שפּעטערדיקע סאָוועטישע ליטעראַטור-פּאָליטיק האָט זיי לחלוטין דערקוועטשט און פֿאַרוואַנדלט אין פּורים-שפּילער. אויך קוויטקאָ וואָלט אַנדערש געוואַקסן און אַנדערש זיך אַנטוויקלט אין אַ פֿרײַער וועלט. מיר מעגן אָבער אָננעמען, אַז ער וואָלט סײַ-ווי, אויך אין אַנדערע באַדינגונגען, נישט געבליבן בײַ דעם אומעט-אומרו פֿון זײַן ליטעראַרישן אָנהייב. און פּונקט אַזוי איז אויך זיכער, אַז אַפֿילו אין זײַנע שפּעטערדיקע סאָוועטישע יאָרן איז ער פֿאָרט געבליבן געטרײַ דעם פֿאָלקס-טאָן, דעם פֿאָלקס-גראָטעסק און דער פֿאָלקס-פֿאַנטאַסטישקייט, וואָס מען האָט באַגעגנט אין זײַנע ערשטע לידער. עפּעס פֿון זײַן ערשטער פּרימיטיווער נאַטור-קרעפֿטיקייט איז געבליבן אויך אין זײַן ווײַטערדיק שאַפֿן, הגם די מאָטיוון פֿון זײַן שאַפֿן זענען שוין געווען הימל-ווײַט פֿון יענער יוגנטלעכער מרה-שחורה, פֿון יענער פֿאַנטאַסטישער פֿאָלקס-מעשׂהדיקייט, פֿול מיט לצים, שרעטעלעך און אַנדערע בין-מנחה-למעריבֿ-וויזיעס, וואָס האָבן כאַראַקטעריזירט זײַנע אָנפֿאַנגערישע פּרוּוון אין דער ייִדישער פּאָעזיע.
די גרויסע צרה מיט דער ייִדישער פּאָעזיע אין רוסלאַנד, אויף יעדן פֿאַל מיט דער דאָזיקער פּאָעזיע, וואָס איז צו אונדז דערגאַנגען מיטן הסכּם פֿון דער סאָוועטישער צענזור (און קיין אַנדערע איז דאָך צו אונדז נישט דערגאַנגען), באַשטייט אין דעם, וואָס מיר הערן זייער זעלטן אין איר דאָס אמתע קול פֿונעם פּאָעט און מיר הערן דורך איר נאָר דאָס קול פֿון דעם סאָוועטישן באַפֿעל, וואָס האָט אַרויסגערעדט פֿונעם פּאָעט. אין בעסטן פֿאַל דאַרף מען אַ ליד פֿון אַ סאָוועטישן דיכטער לייענען נישט ווי קיין ליד, נאָר ווי אַ מין פּאָעטישע איבונג אויף אַ פּאָליטישער טעמע. דאָס ליד איז כּמעט תּמיד אַ טריפֿהנער שרץ, וואָס דאַרף געכּשרט ווערן דורך קוף-נון-קונצן, וועלכע דער פּאָעט האָט באַוויזן, כּדי אַרויסצוברענגען פּאָעטישע קוואַליטעטן אין אַ פּאָליטישער באַשטעלונג.
ווען מען זאָל איצט, אין אונדזערע מקומות, וועלן אַרויסגעבן די לידער פֿון די סאָוועטישע דיכטער, וואָלט מען זיי געמוזט באַגלייטן מיט קאָמענטאַרן, וואָס וואָלטן געדאַרפֿט זײַן צען מאָל גרעסער ווי דער טעקסט און דאָס וואָלט מען געמוזט טאָן דערפֿאַר, ווײַל מען וואָלט דעם געוויינלעכן לייענער געמוזט אויפֿקלערן דעם דיכטערישן נסתּר, וואָס איז פֿאַראַן אין דעם פּאַרטיי-פּאָליטישן ניגלה, וואָס מאַכט אומאָננעמבאַר און ווערטלאָז די דאָזיקע שאַפֿונגען. היות דאָס איז זייער אַ שווערער ענין, בלײַבט דערווײַל די ייִדיש-סאָוועטישע פּאָעזיע פֿאַר אונדז אַ זאַך נישט צום באַנוצן.
אַ סך ייִדישע שרײַבער אין רוסלאַנד האָבן דאָס געוווּסט און האָבן דערפֿון מוראדיק געליטן. זיי האָבן דעריבער געפּרוּווט אויסקויפֿן זייערע זינד מיט דעם שרײַבן פֿאַרן שופֿלאָד, אָדער מיטן אַרײַנשרײַבן אין זייערע לידער עפּעס אַזוינס וואָס זאָל קענען אָנגענומען ווערן ווי אַ רמז, אַז דאָס וואָס זיי האָבן צו זאָגן איז נאָך נישט געזאָגט געוואָרן. אַזוי האָט געשריבן מאַרקיש און נאָך אַנדערע. קוויטקאָ איז געווען אַ צו גרויסער סאָוועטישער חסיד, אַז ער זאָל אַפֿילו זיך דערוועגן צו טראַכטן וועגן אָפּנאַרן דעם סאָוועטישן רבי-צענזאָר. ער האָט אַ מאָל געקענט אָנשרײַבן אַ ליד, וואָס איז נישט אין הסכּם מיט דער ליניע און דערפֿאַר געמוסרט ווערן. ער האָט דאָס אָבער געטאָן בשוגג. פֿון דעסטוועגן קען מען דווקא בײַ קוויטקאָן געפֿינען אַ סך גאַנצע לידער, וואָס מען וואָלט אויך בײַ אונדז געקענט פֿאַרעפֿנטלעכן אָן אַ פּירוש.
קוויטקאָ האָט אויך אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי קינדער-לידער, וואָס וואָלטן אין צונויפֿזאַמלונג פֿאַרנומען אַן אָרט אין אונדזער קינדער-ליטעראַטור. זײַנע כעלעמער מעשׂיות, זײַנע לידער וועגן דעם שלימזל לעמל, זײַנע אויסטערלישע גאָנטע לידער קענען געלייענט ווערן בכּל תּפֿוצות ישׂראל, מען זאָל דערבײַ פֿאַרגעסן, אַז קוויטקאָ איז געווען אַ דיכטער אין סאָוועט-רוסלאַנד און מען זאָל זיך נישט מוזן באָרען מיט דער טריפֿהנער טענדענץ, וואָס איז תּמיד פֿאַראַן אַפֿילו אין דעם כּשרסטן ליד פֿון אַ סאָוועטישן שרײַבער.
פֿאַראַן אַ ווערטל, אַז ערלעכקייט באַצאָלט זיך. קוויטקאָס אמונה, אַפֿילו די אמונה אין אַ פֿאַלשן גאָט, האָט זיך אים שעפֿעריש וויפֿל ס’איז נישט באַצאָלט. ער איז ווי אַ שרײַבער פֿאָרט נישט אַרויס אַזוי בשן-ועין פֿון דעם גיהנום פֿון שרײַבערישער פֿאַרניכטונג, ווי אַ סך אַנדערע שרײַבער. דווקא ער, דער סאָוועטישער מאמין, האָט אָנגעשריבן און איבערגעלאָזט אַ סך לידער, וואָס קענען געלייענט ווערן מיט הנאה דורך די כּופֿרים פֿון סאָוועטיש-קאָמוניסטישן גלויבן.
* * *
עמעצער קען פֿרעגן: ווי אַזוי קען מען רעדן וועגן ערלעכקייט בײַ אַ מענטש, וואָס האָט געלעבט אין שקר און האָט דעם דאָזיקן שקר אַפּראָבירט? ווי אַזוי קען מען רעדן וועגן אָרנטלעכקייט בײַ אַ מענטש, וואָס איז געווען אַרומגערינגלט מיט דעם שרײַענדיקסטן אומרעכט און האָט דאָך געגלייבט, אַז דער אַרום איז כּולו יושר און כּולו צדק? ווי אַזוי קען מען זאָגן אויף אַ מענטש, אַז ער איז געווען גוט, ווען ער האָט צוגעזען און אויף אַ געוויסן אופֿן אויך אָנטיילגענומען און געבענטשט דאָס סאָוועטישע רשעות?
די פֿראַגן זענען זייער שווער צו פֿאַרענטפֿערן און איך וועל דאָס אויך נישט פּרוּוון טאָן. געדענקען דאַרף מען אָבער, אַז אין לעבן שטייען מיר אָפֿט פֿאַר אַזעלכע דערשײַנונגען, ווען ערלעכע מענטשן לעבן אויס זייערע יאָרן אין פֿאַלשע איבערצײַגונגען. אמת, מיר ווייסן, אַז די אידעאָלאָגיע מוז סוף-כּל-סוף אויך ווירקן אויף דער פּסיכאָלאָגיע, און באַזונדערס מוז ווירקן אויף דער פּסיכיק פֿונעם מענטש אַזאַ אידעאָלאָגיע ווי דער קאָמוניזם, וואָס פֿורעמט אויס אין אירע אָנהענגער אַ באַזונדערע מענטאַליטעט.
דאָך — ווי גילטיק דער דאָזיקער כּלל זאָל נישט זײַן — דאַרף מען אָבער מודה זײַן, אַז אין אים זענען פֿאַראַן געוויסע אויסנאַמען; און דאָס מיינט, אַז אויך די דאָזיקע פֿאַלשע אידעאָלאָגיע האָט צווישן אירע אָנהענגער אַ געוויסע צאָל מענטשן, וואָס זעען נישט די פֿאַלשקייט מחמת זיי זײַנען פּשוט שׂכלדיק-בלינד. אַנדערע זעען נישט מחמת עפּעס אַן אינערלעכער אינסטינקט דערלאָזט זיי נישט צו זען, ווײַל די קאָנסעקווענצן פֿון דעם דאָזיקן דערזען וואָלטן פֿאַר זיי געווען שרעקלעך — דערהויפּט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיט אַנדערע ווערטער: כאָטש מיר אָנערקענען, אַז דאָס ווערט וואָס אַ מאָל אַלץ זעלטענער, קענען מיר אָבער נישט לייקענען, אַז אויך אין יענער באַוועגונג פֿון פֿאַלשקייט און אָפּנאַרערײַ זענען פֿאַראַן מענטשן, וואָס פּסיכאָלאָגיש גענומען זענען זיי ערלעכע מענטשן, ווײַל זיי גלייבן מיט דער גאַנצער אויפֿריכטיקייט, אַז דאָס וואָס זיי טוען איז גוט און גערעכט.
אַזאַ ערלעכער מענטש — פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן שטאַנדפּונקט געזען — איז געווען קוויטקאָ, און די דאָזיקע ערלעכקייט זײַנע האָט זיך אַרויסגעוויזן אין די פֿאַרהעלטענישן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אין די באַדינגונגען פֿון סאָוועטישן לעבן איז קוויטקאָ געווען אַן ערלעכער, אַ גוטער און פֿײַנער מענטש, כאָטש ער איז געווען אַן אָנהענגער פֿון דער סאָוועטן-מאַכט און איר פֿאַרטיידיקער ביז לעכערלעכקייט.
גאָט שטראָפֿט אָבער נישט מיט ביידע הענט. ער האָט קוויטקאָן גענוג געשטראָפֿט מיט דעם מוז צו לעבן אין רוסלאַנד. ווען ער וואָלט אים אויך געשטראָפֿט מיט דעם כּוח צו זען דאָס וואָס טוט זיך אַרום אים, וואָלט קוויטקאָ אומגעקומען. די דאָזיקע שטראָף האָט ער אָבער פֿון אים פֿאַרמיטן. ער האָט אים באַשענקט מיט אַן אינערלעכער זעעלישער גאַנצקייט, וואָס האָט אין זיך געהאַט אַ פֿונק פֿון פֿיליסטערישער טעמפּקייט, אָבער אויך אַ ניצוץ פֿון הימלישער תּמימות.