|
דער נײַער בנין פֿונעם "לאַנדישן מוזיי פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע" |
Credit: Ennead Architects LLP |
נאָך אַ לאַנג־דערוואַרטן רעמאָנט און פֿאַרגרעסערונג, וועט דער "לאַנדישער מוזיי פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע" אין פֿילאַדעלפֿיע עפֿענען זײַנע טירן דעם נאָוועמבער אויף אַ נײַעם אָרט — בלויז איין בלאָק פֿונעם פּלאַץ, וווּ די אַמעריקאַנער פֿרײַהייט איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אין יאָר 1776.
"די אינספּירירנדיקע נײַע היים פֿונעם מוזיי וועט אָפּמערקן די שוועריקייטן און נצחונות פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן במשך פֿון יעדער סטאַדיע פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע," האָט דערקלערט מײַקל ראָזענצווײַג, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. "דער מוזיי וועט דערציילן וועגן די אופֿנים ווי די ייִדן האָבן זיך דאָ געראַנגלט מיט זייער אידענטיטעט און מיט דער אַסימילאַציע, און וועגן זייערע צושטײַערס אויף יעדן געביט פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן."
הגם דער מוזיי עקזיסטירט שוין מער ווי 30 יאָר (ער איז געגרינדעט געוואָרן אין 1976, לכּבֿוד דעם צוויי הונדערטסטן געבוירן־יאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן), האָבן ווייניק מענטשן געוווּסט וועגן דעם, ווײַל ער האָט זיך געפֿונען אין אַ באַשיידענער שיל, "קהל קדוש מקווה ישׂראל", און איז באַשטאַנען פֿון בלויז איין גאַלעריע, פֿון בערך 3,000 קוואַדראַט־פֿוס (297 קוואַדראַט־מעטער).
אין פֿאַרגלײַך, באַשטייט דער נײַער בנין פֿון פֿינף שטאָק, און פֿאַרנעמט בערך 100,000 קוואַדראַט־פֿוס (9,290 קוואַדראַט־מעטער). ער שטייט אַנטקעגן דעם היסטאָרישן "פֿרײַהייט־גלאָק" און בלויז אַ בלאָק אַוועק פֿונעם וועלט־באַרימטן "אינדעפּענדענס האָל" (זאַל פֿון אומאָפּהענגיקייט) — דאָס אָרט, וווּ די אַמעריקאַנער "אָבֿות" האָבן דעבאַטירט און אונטערגעשריבן די היסטאָרישע דאָקומענטן, די "דעקלאַראַציע פֿון אומאָפּהענגיקייט" און די אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע.
|
אַ פּוטער־טרײַבער, וואָס האָט געהערט צו חיה־פֿייגל בערנשטיין, ניו־יאָרק, בערך 1910, מיט די אינסטרוקציעס אויף ייִדיש |
National Museum of American Jewish History,
Gift of Judith Stein and Linda Rubinstein in honor of Sol Bernstein |
לויטן אַרכיטעקט פֿונעם נײַעם בנין, דזשיימס סטואַרט פּאָלשעק, איז דער ענין פֿרײַהייט תּמיד געווען אַ גרונטמאָטיוו פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע. דער נײַער גלעזערנער בנין רעפּרעזענטירט די טאָפּלטע דערפֿאַרונג פֿונעם לעבן דאָ, זאָגט ער: פֿון איין זײַט, אַמעריקעס אָפֿנקייט צו אַלע רעליגיעס און קולטורן; פֿון דער צווייטער — די אייביקע אומזיכערקייט און ברעכעוודיקייט פֿון דער דעמאָקראַטיע.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט ד״ר דזשאָש פּערלמאַן, דער הויפּט־קוראַטאָר פֿונעם מוזיי, דערקלערט ווי אַזוי מע האָט באַשטימט דעם פֿאָרמאַט. "עס זענען פֿאָרגעקומען זייער לעבעדיקע דיסקוסיעס צווישן דעם קינסטלער פֿון דער אויסשטעלונג, די היסטאָריקער און די קוראַטאָרן," האָט פּערלמאַן באַטאָנט. "מיר האָבן געדאַרפֿט באַשליסן ווי אַזוי איבערצוגעבן די געשיכטע אויף אַן אופֿן, וואָס וועט זיך אַרײַנפּאַסן צום אָרט, און דערבײַ פֿאַרכאַפּן דעם אינטערעס פֿון די באַזוכער."
דער באַזוכער וועט אָנהייבן זײַן וויזיט אויפֿן פֿערטן שטאָק, וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿון די ערשטע ייִדן אין אַמעריקע, אין יאָר 1654, ביזן אָנהייב פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע, אין 1880. פֿון דאָרטן גייט ער אַראָפּ צום דריטן שטאָק, וואָס איז געווידמעט די יאָרן 1880 ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה, און דערנאָך צום צווייטן שטאָק — פֿון 1945 ביז הײַנט.
אויפֿן ערשטן שטאָק וועט די גאַלעריע, "נאָר אין אַמעריקע" שילדערן דאָס לעבן און די אויפֿטוען פֿון 18 ייִדן, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה און אויף אַמעריקע בכלל. צווישן זיי: יצחק ליסער, לויִ בראַנדײַס, הענריעטאַ סזאָלד, ראָז שנײַדערמאַן, סענדי קאָפֿאַקס, סטיווען ספּילבערג און דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם שניאורסאָן. די 18 מענטשן האָט מען אויסגעקליבן דורך אַן אַנקעטע פֿונעם ברייטן עולם (איבער 200,000 מענטשן האָבן געשטימט), די היסטאָריקער און קוראַטאָרן.
כּדי צו העלפֿן דעקן די הוצאָות פֿונעם מוזיי, וועט מען דעם פֿינפֿטן שטאָק פֿאַרדינגען פֿאַר פּריוואַטע שׂימחות, און מע וועט רעכענען אַרײַנטריט־געלט צו די אויסשטעלונגען, כאָטש דעם פּרײַז פֿון די בילעטן האָט מען נאָך נישט באַשטימט. מע האָט אויך נאָך נישט באַשלאָסן, צי דער מוזיי וועט זײַן געשלאָסן שבת, צי נישט. "ס׳איז אַ שווערע קשיא, ווײַל די גרעסטע צאָל באַזוכער אין ׳אינדעפּענדענס האָל" גייען אַהין טאַקע שבת," האָט פּערלמאַן באַמערקט.
פּערלמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז די קוראַטאָרן האָבן זיך באַמיט אַרויסצוהייבן דעם באַנוץ פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. צווישן די עקספּאָנאַטן: אַפֿישן און טעאַטער־פּראָגראַמען פֿון די טאָמאַשעווסקיס און מאַלי פּיקאָן (אַרײַנגערעכנט עטלעכע פֿון פּיקאָנס קאָסטיומען); אַ קורצער פֿילם וועגן דעם ייִדישן טעאַטער; עקזעמפּלאַרן פֿון עטלעכע ייִדישע צײַטונגען — דער "פֿאָרווערטס", די "פֿרײַהייט", "דער טאָג" און דער "מאָרגן־זשורנאַל" (און בײַ יעדער צײַטונג וועט אויך פֿיגורירן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון עטלעכע אַרטיקלען); די ייִדישע שרײַבמאַשין, וואָס דער זשורנאַליסט נתן פֿליישער (1885־1952) האָט געניצט אין דער רעדאַקציע פֿון דער פֿילאַדעלפֿיער ייִדישער צײַטונג, "די ייִדישע וועלט", און די דרוק־קלישע פֿונעם הויפּטקאָפּ פֿונעם "פֿאָרווערטס".
|
אַן עקזעמפּלאַר פֿון "דער טעאַטער זשורנאַל", דעם 15טן אָקטאָבער 1901 |
National Museum of American Jewish History |
ווען דער באַזוכער וועט אַרײַנקומען אינעם אָפּטייל, געווידמעט דער מאַסן־אימיגראַציע, וועט ער הערן אויפֿן הילכער די פֿאַרשידענע קלאַנגען פֿון לעבן אין אַ טענעמענט־הויז, אַרײַנגערעכנט אַ פֿיקטיוון שמועס צווישן די דעמאָלטיקע אײַנוווינער אויף ענגליש, אָבער מיט אַ ייִדישן אַקצענט און אינטאָנאַציע, און "צוגעזאַלצן" מיט ייִדישע ווערטער.
"ס׳רובֿ פֿון די מענטשן, וועלכע וועלן קומען אין מוזיי, וועלן נישט וויסן וואָס ייִדיש איז," האָט פּערלמאַן דערקלערט. "דערפֿאַר איז וויכטיק, אַז זיי זאָלן כאָטש הערן ווי אַזוי עס קלינגט."
פּערלמאַן האָט באַטאָנט, אַז די איבערלעבונג פֿונעם באַזוכער וועט נישט זײַן בלויז אַ פּאַסיווע. אין איין אָפּטייל, "פֿאָרום פֿון הײַנטצײַטיקע ענינים", וועלן די באַזוכער זיך קאָנען באַטייליקן אין דיסקוסיעס וועגן די וויכטיקסטע פֿראַגן פֿון טאָג, סײַ פֿאַר די ייִדן, סײַ פֿאַר דער וועלט בכלל; און אין אַ צווייטן אָפּטייל, "אײַער אייגענע געשיכטע", וועט מען רעקאָרדירן אַ ווידעאָ, ווי דער באַזוכער דערציילט זײַן אייגענע משפּחה־געשיכטע.
"מיר האַלטן, אַז יעדער וואָס וועט באַזוכן אונדזער מוזיי, אַפֿילו די נישט־ייִדן, קענען דערציילן אַ משפּחה־געשיכטע וועגן רעליגיעזער פֿרײַהייט, אימיגראַציע, און די שוועריקייטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן," האָט פּערלמאַן באַמערקט. דער מוזיי וועט איבערשיקן דעם באַזוכער, דורך בליצפּאָסט, די פֿאַרבינדונג צו זײַן ווידעאָ, וואָס ער וועט דערנאָך קענען פֿאַרשפּרייטן צווישן זײַנע קרובֿים און פֿרײַנד, אָדער שטעלן אויף "יו־טוב" אָדער "פֿייסבוק".
ראַבינער לענס סאָסמאַן, דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם אָרטיקן רעפֿאָרם־טעמפּל "כּנסת־ישׂראל", האָט אַליין צוגעגעבן עטלעכע עקספּאָנאַטן, ווי, למשל, דער צילינדער, וואָס זײַן זיידע און די אַנדערע רעפֿאָרם־ייִדן פֿלעגן טראָגן אין שיל. "ווי אַ קינד איז דער צילינדער מיר צו נוץ געקומען ווען איך האָב געשפּילט די ראָלע פֿון אייבראַהאַם לינקאָלן אין די שול־פּיעסעס," האָט ער איבערגעגעבן מיט אַ שמייכל.
בעת אַ שמועס מיטן "פֿאָרווערטס" האָט סאָסמאַן אָבער באַטאָנט, אַז ס׳איז נאָך אַלץ נישט קלאָר, וואָס איז דער הויפּטציל פֿונעם מוזיי. "וויל מען פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט, אָדער וויל מען אַרויסהייבן די רעליגיעזע און קולטורעלע פֿיל־פֿאַרביקייט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט? נאָך אַלעמען, קומען מיליאָנען באַזוכער אַ יאָר אין ׳אינדעפּענדענס האָל׳, ס׳רובֿ פֿון זיי — נישט־ייִדישע משפּחות. פֿאַר וואָס זאָלן זיי זיך אויך נישט אַרײַנכאַפּן אין אַ שכנותדיקן ייִדישן מוזיי? אָבער אויב יאָ, מוז עס זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר זיי. אַ ייִד וועט, למשל, נישט אַרײַנגיין אין אַן אירלענדישן מוזיי, וואָס האָט בלויז אַ שײַכות מיט אירלענדער."
ד״ר דזשאָנאַטאַן סאַרנאַ, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט און דער הויפּט־היסטאָריקער פֿונעם מוזיי, האַלט אָבער, אַז ס׳איז נישט נייטיק צו אוניווערסאַליזירן דעם מוזיי, כּדי צוצוציִען די נישט־ייִדן. "איך האָב אַליין באַזוכט מוזייען פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער און די כינעזער, און מיר איז עס געווען זייער אינטערעסאַנט. מענטשן וואָלטן געקומען אין אַ ייִדישן מוזיי, ווײַל די ייִדן זענען צווישן די הצלחהדיקסטע מינאָריטעטן אין לאַנד."
סאַרנאַ האָפֿט אויך, אַז דער מוזיי וועט ווערן אַ הויפּט־טוריסטן אָרט פֿאַר די ישׂראלים און אַנדערע אויסלענדישע ייִדן, כּדי צו העלפֿן זיי בעסער פֿאַרשטיין די איבערלעבונג פֿון די ייִדן אין אַמעריקע.
"אַמעריקע איז דאָס איינציקע לאַנד, למשל, וווּ, צוליב דער תּקנה פֿון אָפּשיידן די קירך פֿון דער מלוכה, הערשט דאָ נישט קיין הויפּט־רבֿ," האָט סאַרנאַ באַטאָנט. אָפֿט מאָל פֿרעגן מיך די ישׂראלדיקע באַזוכער: ׳פֿאַר וואָס האָט איר טאַקע נישט קיין הויפּט־רבֿ דאָ?׳ זאָג איך זיי, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן זענען דווקא זייער גליקלעך, וואָס דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַשטימט נישט קיין הויפּט־רבֿ איבער זיי.
"אַזאַ מוזיי וואָלט צום בעסטן געקאָנט ווײַזן די ישׂראלים, און די ייִדן פֿון אַנדערע לענדער, וואָס מאַכט דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור אַזוי אייגנאַרטיק," האָט סאַרנאַ געזאָגט.
|
די גאַלעריע, "נאָר אין אַמעריקע", וועט דערציילן די געשיכטע פֿון 18 אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער געזעלשאַפֿט |
Credit: Ennead Architects LLP |