פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן ליב די ייִדישע פּאָעזיע, פֿאָלקלאָר און געזאַנג, קומט אַצינד אַ גוטע בשׂורה — עס איז דערשינען אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם פּאָפּולערן בוך "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" — Pearls of Yiddish Poetry פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק. דער איבערזעצער איז ד״ר בערל זומאָף.
ווען דאָס בוך אויף ייִדיש איז אַרויס אין 1972, נאָך דעם ווי די רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" איז געוואָרן אַזוי באַליבט אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען אַנטפּלעקט, אַז דער פּסעוודאָנים פֿון דער רובריק, "אַ פֿאָרשער", האָט באַהאַלטן די אידענטיטעט פֿון צוויי מענטשן — יוסף און חנה מלאָטעק. 38 יאָר שפּעטער האָט חנה מלאָטעק צוגעגעבן צו דער דאָזיקער איבערזעצונג, די באַנײַטע אינפֿאָרמאַציע און זעקס אין גאַנצן נײַע אַרטיקלען.
שמאול נאָריך, דער אַרויסגעבער פֿון די צוויי "פֿאָרווערטס"־צײַטונגען, שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז "וואָך נאָך וואָך, חודש נאָך חודש, יאָר נאָך יאָר, פֿאַר דרײַסיק יאָר, האָבן חנה און יאָסל מלאָטעק געפֿירט זייער וווּנדערלעכע רובריק צוזאַמען, און נאָך יאָסלס פּטירה, האָט חנה העלדיש עס ממשיך געווען אויף איר אופֿן." ער הייבט אַרויס, אַז די מחברים זענען עכטע מבֿינים פֿון פּאָעטישן וואָרט. מע וועט דאָ געפֿינען לידער וואָס ווערן אָפֿט געזונגען, אָבער די ווערטער צו די דאָזיקע לידער זײַנען תּמיד געווען אַ פּראָבלעם צו געפֿינען, ביז ס'איז אַרויס דער באַנד "פּערל".
די פּאָעזיע אינעם באַנד ווערט געדרוקט סײַ אינעם ייִדישן אָריגינאַל, סײַ אין דער ענגלישער איבערזעצונג, און דאָס איז אַוודאי אַ גרויסע מעלה פֿונעם בוך. בערל זומאָפֿס איבערזעצונגען האַלטן זיך נאָענט צו די אָריגינעלע טעקסטן, און דאָס איז נאָך איין מעלה; מע קען לײַכט לייענען פֿון איין שפּראַך צו דער אַנדערער און נישט ווערן פֿאַרלוירן.
אין דער אמתן, איז דער ענגלישער באַנד נישט פּונקט אַן איבערזעצונג. אינעם ייִדישן בוך "פּערל" האָט מען צום סוף געהאַט אַ צאָל זײַטן אָפּגעגעבן צו "לייענער דערמאָנען זיך", וואָס האָבן אַרײַנגענומען אַזוינע ווייניקער באַקאַנטע פּאָעטן ווי יצחק רײַנגאָלד, בערל שאַפֿיר און וועלוול זבאַרזשער. פֿאַרן פֿאָרשער פֿון פֿאָלקלאָר זענען דווקא די זײַטן געווען גאָר אינטערעסאַנט, ווײַל מע האָט געקענט געפֿינען די אָריגינעלע טעקסטן צו פֿאָלקלאָריזירטע לידער ווי שאַפֿירס "אויפֿן בוידעם שלאָפֿט דער דאַך" און דוד אַפּאָטהעקערס "דער פֿאָטער מיט דעם זון". דערפֿאַר, אָבער, האָט מען פֿאַרברייטערט די מאַטעריאַלן פֿון די מער באַקאַנטע פּאָעטן, ווי פֿריִער דערמאָנט.
בכלל איז "די פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" אַ זעלטענע צוויי־שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿונעם בעסטן אין אונדזער פּאָעזיע. אויך די אַרײַנפֿירן פֿאַר יעדן שרײַבער זײַנען פֿול מיט אינפֿאָרמאַציע, וואָס מע וועט נישט געפֿינען דורך אינטערנעץ (אַ שאָד נאָר, וואָס די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די מחברים פֿונעם ייִדישן באַנד, האָט מען דאָ נישט איבערגעדרוקט). דאָס איבערזעצן די "פּערל" איז געווען אַ גאָלדענער געדאַנק, און פֿונעם בוך וועלן הנאה האָבן סײַ ייִדיש, סײַ ענגליש לייענערס.
צו באַשטעלן דעם בוך "פּערל פֿון ייִדישער פּאָעזיע" —
Pearls of Yiddish Poetry
קאָן מען אויף אונדזער וועבזײַט:
www.yiddish.forward.com/store