|
דער אַפֿיש פֿון דעם פֿילם "קאָנצערט" |
|
וועגן דער מאָדנער ייִדישקייט, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין די סאָוועטישע באַדינגונגען, איז שוין ניט ווייניק געזאָגט געוואָרן. אַבֿרהם (אַרקאַדיוס) כּהן, דער היסטאָריקער פֿון רוסיש-ייִדישן עקאָנאָמישן לעבן, האָט געשריבן, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע אידענטיטעט איז פֿאַרבליבן נאָר ווי עפּעס אַ מיטישע, כּמעט מיסטישע זאַך, וואָס דער אַרומיקער עולם האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין און די ייִדן גופֿא האָבן עס שוין אויך ניט אימשטאַנד געווען צו באַגרײַפֿן. פּיאָטר ווײַל און אַלכּסנדר געניס, די היסטאָריקער פֿון סאָוועטישער קולטור, האָבן זיך האַלב-געוויצלט, אַז ייִדן זײַנען געווען שיִער ניט דער הויפּט-סוד, וואָס מע האָט אָפּגעהיטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מער עניגמאַטיש איז, אפֿשר, פֿאַרבליבן בלויז סעקס.
וועגן ייִדן און סעקס פֿלעגט מען זיך שעמען צו רעדן אָפֿן, מע פֿלעגט זיך באַנוצן מיט אייפֿעמיזמען. דער פּעטערבורגער שרײַבער אַלכּסנדר מעליכאָוו (מיילעכס) טענהט אין זײַן ראָמאַן "דער מודה פֿון אַ ייִדן", אַז "אַ ייִד" האָט באַטײַט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ניט קיין נאַציאָנאַליטעט, נאָר אַ סאָציאַלע ראָלע.
איך האַלט, אַז דאָס אַלץ איז ריכטיק, אָבער נאָר טיילווײַז ריכטיק. פֿאַר אַ סך, און צום סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — פֿאַר ס׳רובֿ, ייִדן איז זייער אידענטיטעט געוואָרן פּשוט אַן אײַנגעבוירענע זאַך — אַ חסרון צי אַ מעלה, אָדער ביידע זאַכן צוזאַמען. מיט דעם האָט מען געדאַרפֿט לעבן, כאָטש קיין קלאָרן קולטורעלן, לינגוויסטישן צי רעליגיעזן אינהאַלט האָט עס ניט געהאַט. דאָס האָט געקענט שטערן, אָדער לכל-הפּחות באַגרענעצן, די מעגלעכקייטן צו באַקומען אַ לײַטישע בילדונג און אַרבעט, אָבער דאָס האָט אויך געגעבן אַ גוואַלדיקע פּריווילעגיע, וועלכע איז, בדרך-כּלל, ניט געווען צוטריטלעך פֿאַר אַנדערע סאָוועטישע בירגער, דהײַנו: פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
גלײַכצײַטיק זײַנען געווען טויזנטער משפּחות, מער אין קלענערע שטעט איידער צווישן די גרויסשטאָטישע, וווּ דער באַגריף פֿון אַ ייִד איז פֿאַרבליבן אָנגעפֿילט מיט אַן אינהאַלט. ייִדיש האָט ניט אויפֿגעהערט צו קלינגען, לכל-הפּחות בײַם עלטערן דור. מע האָט געפּראַוועט יום-טובֿים — ניט אומבאַדינגט אַזוי ווי אין די אַלטע צײַטן, אָבער דאָך געפּראַוועט. מע פֿלעגט גיין אויף ייִדישע פֿאָרשטעלונגען, ווען אַ ייִדישע טרופּע פֿלעגט קומען אין דער שטאָט. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און די צײַטונגען "ביראָבידזשאַנער שטערן" און די וואַרשעווער "פֿאָלקס-שטימע" האָבן, בלי-ספֿק, געהאָלפֿן אָנפֿילן דאָס וואָרט "ייִד" מיט אַן אינהאַלט.
הקיצור, ס׳איז געווען אַ ייִדישע וועלט פֿאַר זיך, וואָס בלײַבט אַ רעטעניש פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש. מע האָט וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן נוסח ניט ווייניק געשריבן אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. אָבער דאָס איז דאָך אַ מין לעקטור פֿאַר יחידי-סגולה. דער ברייטער עולם שאַפֿט זײַן אימאַזש פֿון אַ דערשײַנונג דורך מאַסן-קולטור. און דאָ האָבן מיר אַ פּראָבלעם: זייער ווייניק איז אָנגעשריבן צי פֿילמירט געוואָרן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן לעבן, און דאָס וואָס איז יאָ געמאַכט געוואָרן, איז אָפֿט מאָל שוואַך, פּשוט שלעכט אָדער לינגוויסטיש ניט צוטריטלעך. איך טענה עס באַזירנדיק זיך אויף מײַן דערפֿאַרונג פֿון אונטערקלײַבן מאַטעריאַלן פֿאַרן קורס פֿון סאָוועטיש-ייִדישן לעבן, וואָס איך לערן פֿון צײַט צו צײַט אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.
* * *
די טעג בין איך געגאַנגען קוקן אַ נײַעם פֿילם, וואָס הייסט "דער קאָנצערט" און איז געמאַכט דורך דעם פֿראַנצויזישן רעזשיסאָר ראַדו מיהײַלעאַנו, אַליין אַ רומענישער ייִד, וואָס וווינט און אַרבעט אין פֿראַנקרײַך. אין רומעניע האָט ער געלעבט די ערשטע 22 יאָר פֿון זײַן לעבן. זײַן פֿאָטער האָט זיך אָנגערופֿן יאָן מיהײַלעאַנו בעת דעם חורבן, ווען ער האָט געמוזט אויסבאַהאַלטן זײַן אמתן נאָמען — מרדכי בוכמאַן. און אַזוי איז שוין פֿאַרבליבן אויך אין די קאָמוניסטישע צײַטן. ראַדו מיהײַלעאַנו האָט אין בוקאַרעשט געשפּילט אין ייִדישן טעאַטער. דערנאָך איז ער געפֿאָרן קיין ישׂראל, כּלומרשט אויף אַ טוריסטישן באַזוך. אָבער צוריק קיין רומעניע האָט ער זיך ניט אומגעקערט; אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַריז, און דאָרטן איז ער, סוף-כּל-סוף, געוואָרן אַ וועלט-באַרימטער קינאָ-רעזשיסאָר. איך האָב געזען דעם פֿילם אין ענגלאַנד, אָבער בײַ דער צײַט ווען איר וועט עס לייענען, וועט מען דעם "קאָנצערט" ווײַזן אויך אין ניו-יאָרק און, אַ פּנים, אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט.
די מעשׂה איז אַזאַ: אַ דיריגענט פֿון "באָלשוי טעאַטער" האָט מען אין די 1980ער יאָרן אַרויסגעטריבן פֿון זײַן אַרבעט, ווײַל אין זײַן אָרקעסטער האָבן געשפּילט ייִדישע מוזיקער, ס׳רובֿ — אָפֿענע דיסידענטן. די געשעענישן קומען פֿאָר שוין מער אָדער ווייניקער הײַנט און ס׳איז ניט קלאָר, פֿאַר וואָס סײַ דער דיריגענט און סײַ די מוזיקער בלײַבן נאָך אַלץ מענטשן פֿון צווייטן סאָרט. אָבער אַזעלכע פֿראַגעס איז בעסער ניט צו שטעלן, ווײַל דער גאַנצער פֿילם האָט זייער אַ קנאַפּן שײַכות צו היסטאָרישע רעאַלקײַטן. למשל, דער "גולאַג" פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ (אין פֿילם) אין ברעזשנעווס צײַטן, און די קאָמוניסטישע פּאַרטייען אין רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך האַלטן אונטער נאָר (הלוואַי!) קלינישע אידיאָטן.
עס באַקומט זיך אַזוי, אַז דער אַרויסגעטריבענער דיריגענט קלײַבט צונויף אַלטע און צופֿעליקע מוזיקער, מיט וועלכע ער פֿאָרט קיין פּאַריז, וווּ זיי שטעלן זיך פֿאָר ווי דער אָרקעסטער פֿון "באָלשוי טעאַטער". אַ רומענישער רעזשיסאָר קען זיך ניט באַגיין אָן ציגײַנער — זיי שפּילן בײַ אים אַ צענטראַלע ראָלע. און סטערעאָטיפּיש איז עס צום אָרט: מע מוז האָבן ציגײַנער פֿאַר אַן עולם, ווײַל די גאַנצע רוסישע קולטור, אָן "אָטשי טשיאָרניִע", איז נישט קיין קולטור! און ייִדן, וואָס מאַכן געשעפֿטן דורך פֿאַרקויפֿן מאָבילע טעלעפֿאָנען צוזאַמען מיט קאַוויאַר, מוז מען אויך האָבן. און אָן רוסישע שיכּורים און דער רוסישער מאַפֿיע קען מען זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך ניט באַגיין.
ניט געקוקט אויף דעם אַלעמען, האָב איך — אין אַ געוויסן זין — געהאַט הנאה פֿון דעם פֿילם. ערשטנס, זייער גוטע אַקטיאָרן. צווייטנס — און דער עיקר — פּרעכטיקע מוזיק פֿון טשײַקאָווסקי. עס האָט זיך טאַקע באַקומען זייער אַ גוטער קאָנצערט מיט אַ צוגעטשעפּעטן צו אים פֿאַרס אויף דער טעמע פֿון רוסישן און רוסיש-ייִדישן לעבן. אין פֿאַרגלײַך מיט עפּעס אַן Inception, איז עס, פֿאַרשטייט זיך, אַ שעדעווער. אָבער מײַנע סטודענטן וועל איך דעם פֿילם ניט רעקאָמענדירן צו קוקן, ווײַל קליגער וועט עס זיי ניט מאַכן.