פּאָליטיק
אַ גרופּע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן פֿון פֿאָרט־בענינג, דזשאָרדזשיע, גרייטן זיך אָפּצופֿליִען קיין אַפֿגאַניסטאַן, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק
אַ גרופּע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן פֿון פֿאָרט־בענינג, דזשאָרדזשיע, גרייטן זיך אָפּצופֿליִען קיין אַפֿגאַניסטאַן, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק
Credit: Getty Images

זשורנאַליסטן טענהן שוין לאַנג וועגן דעם שרעקלעכן זומפּ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן. ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען און די טויזנטער מיליטער־לײַט, געשיקט אַהין צוליב אַ נעפּלדיק פֿאָרמולירטן ציל, ווערט דער מצבֿ נאָר ערגער און ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון פֿאַרבעסערן זיך. אָבער די אַמעריקאַנער, בריטישע און אייניקע אַנדערע מלוכישע פֿירער פֿאַלן בײַ זיך ניט אַראָפּ (אָדער מאַכן אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט) און האַלטן אין איין רעדן וועגן "איבערגעבן" אַלץ אין די הענט פֿון דער אַפֿגאַנישער אַרמיי, כאָטש מע זעט ניט, ווי אַזוי די דאָזיקע אַרמיי קען קאָנטראָלירן דאָס לאַנד. ס׳איז דאָך גוט באַוווּסט, אַז מחוץ דער הויפּטשטאָט, קאַבול, האָט די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ זייער אַ קליינע השפּעה.

די דעמיסיע פֿון דעם גענעראַל סטענלי מאַק׳קריסטאַל האָט בולט געוויזן, ווי אָנגעשטרענגט ס׳זײַנען געוואָרן די באַציִונגען צווישן די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער און דער אַרמיי. דער נײַער קאָמאַנדיר, דייוויד פּעטרעוס, איז אַליין אַ שטיקל פּאָליטיקער. אמת, ס׳איז סײַ-ווי-סײַ ניט קלאָר, צי ער, מיט אַלע זײַנע טאַלאַנטן, וועט טאַקע קענען בײַטן די סיטואַציע. די אידעע איז דאָך דערווײַל אַ פּשוטע — איבערצוחזרן די סטראַטעגיע, וועלכע האָט כּלומרשט געהאַט אַ פּעולה אין איראַק. די צרה איז, אַז איראַק און אַפֿגאַניסטאַן זײַנען גאָר פֿאַרשיידענע לענדער און נייטיקן זיך אין גאָר פֿאַרשיידענע סטראַטעגיעס.

בינו-לבינו, זײַנען דרײַ צײַטשריפֿטן — די צײַטונגען "ניו-יאָרק טײַמס" און "גאַרדיאַן" (פֿון לאָנדאָן), ווי אויך דער דײַטשישער זשורנאַל "דער שפּיגעל" — אַרײַן אין אַ שותּפֿות, כּדי אַרויסצוגעבן אַנאַליטישע באַשרײַבונגען (בײַ יעדער צײַטשריפֿט איז זי אַ באַזונדערע) פֿון 92 טויזנט איינסן פֿון מיליטערישע באַריכטן, וועלכע ווײַזן אַ ניט-פֿאַרפּוצט בילד פֿון דער בלוטיקער מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן. דער קוואַל פֿון די מאַטעריאַלן איז ניט באַוווּסט. אַ סבֿרא, אַז עמעצער, מיט אַ צוטרירט צו זיי, האָט באַשלאָסן עס צו אַנטפּלעקן און האָט עס אַלץ אַרײַנגעשיקט אין Wikileaks, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף אַרויסטראָגן אין אינטערנעץ כּלערליי סודות.

די דרײַ צײַטשריפֿטן האָבן אין משך פֿון וואָכן געאַרבעט מיט דעם ים אינפֿאָרמאַציע, כּדי פֿון די טאָג־טעגלעכע מיליטערישע באַריכטן אויסצופֿורעמען באַזונדערע טעמעס און געשיכטעס. ווי אַ פּועל-יוצא, איז הײַנט באַוווּסט געוואָרן:

וועגן כּמעט 150 געשעענישן, אין וועלכע די אַמעריקאַנער, בריטישע און אַנדערע מיליטערלײַט האָבן געהרגעט אָדער פֿאַרוווּנדעט ציווילע מענטשן. ס׳רובֿ געשעענישן פֿון אַזאַ מין האָט די מיליטער־פֿירערשאַפֿט פֿאַרשוויגן און זיי זײַנען דעם ברייטן עולם געווען ניט באַוווּסט;

וועגן הונדערטער בלוטיקע צוזאַמענשטויסן צווישן אַפֿגאַנישע און פּאַקיסטאַנישע זעלנער, בפֿרט אויף דער גרענעץ צווישן ביידע מדינות, כאָטש ביידע אַרמייען זײַנען אָפֿיציעל אַליִיִרטע;

וועגן אַ סך אינצידענטן, אין וועלכע די זעלנער פֿון אַליִיִרטע אַרמייען האָבן צופֿעליק דערהרגעט איינער דעם אַנדערן, אָדער די אַפֿגאַנישע זעלנער.

די דאָקומענטן ווײַזן, למשל, אַז די אַמעריקאַנער מיליטער-אָנפֿירונג האָט זייער גיך פֿאַרשטאַנען, אַז אַ פּוילישע גרופּע זעלנער איז, אַ פּנים, באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן. דעם 16טן אויגוסט 2007 האָבן זיי באָמבאַרדירט אַ חתונה אין דעם אַפֿגאַנישן דאָרף נאַנגאַר כעל. די אַטאַקע האָט געהאַט אַלע סימנים פֿון נעמען נקמה נאָך אַ מינען-אויפֿרײַס, וואָס האָט פֿאַרוווּנדעט צוויי פּוילישע זעלנער פֿון דעם זעלבן באַטאַליאָן. דער באַריכט מכּוח דער אַטאַקע איז אָנגערופֿן ווי אַן "אינצידענט וואָס קען שאַפֿן אַ נעגאַטיוון אימאַזש אין דער מעדיאַ". בשעת דעם אינצידענט זײַנען אומגעקומען זעקס מענטשן, אַרײַנגערעכנט דרײַ פֿרויען. איינע פֿון די פֿרויען איז געווען טראָגעדיק. די מעדיקער האָבן איר געמאַכט אַ קייסערשניט, אָבער דאָס קינד איז שוין געווען טויט.

די מיליטערלײַט האָט מען תּיכּף אָפּגעשיקט צוריק, קיין פּוילן, וווּ זיבן פֿון זיי — צוויי אָפֿיצירן, צוויי סערזשאַנטן און דרײַ זעלנער — האָט מען געשטעלט פֿאַר אַ געריכט. אָבער די פּוילישע גענעראַלן ווי אויך כּלערליי פֿאָרשטייער פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן באַרעכטיקט זייער אויפֿפֿירונג, און דער געריכט איז צו קיין באַשלוס ניט געקומען.

אייניקע דאָקומענטן וועגן ענינים, אין וועלכע די אַמעריקאַנער פּאַטרולן האָבן געהרגעט ציווילע לײַט, זײַנען מאַרקירט ווי Noforn — not for foreign elements of the coalition — "ניט פֿאַר אויסלענדישע עלעמענטן פֿון דער קאָאַליציע". איצט זײַנען זיי ברייט באַקאַנט געוואָרן. זיי באַשרײַבן דעם פֿאַרכּישופֿטן קרײַז פֿון געשעענישן: אַלע צדדים נעמען נקמה, און אין לעצטן סך-הכּל פֿאַרענדיקט זיך עס מיט רעקרוטירן טויזנטער אַפֿגאַנער אין די גרופּעס, וואָס קעמפֿן קעגן די מערבֿדיקע אַרמייען, וועלכע באַשרײַבן זיך ווי באַפֿרײַער, אָבער דער היגער עולם נעמט זיי אויף, בדרך-כּלל, ווי אָקופּאַנטן. דער צונויפֿשטויס פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט, פֿון איין זײַט, און דעם טיפֿן מיטלעלטער, פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַ טראַגישער.

וואָס וועט זײַן ווײַטער? דאָס זעלבע. ס׳איז קלאָר, אַז אין אַפֿגאַניסטאַן האָט מען זיך אַרײַנגעפּאַקט אין אַ שרעקלעכער פּאַסטקע. אין איר — אין דער דאָזיקער פּאַסטקע — וועט מען בלײַבן נאָך לאַנגע יאָרן. און די גאַנצע צײַט וועט מען הערן פֿון דאָרטן שרעקלעכע געשיכטעס.