ישׂראל, ייִדיש־וועלט
פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטיין טרעט אויף פֿאַר די סטודענטן
פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטיין טרעט אויף פֿאַר די סטודענטן
Credit: Bella Bryks-Klein

10 יאָר פֿון ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע

מיטוואָך, דעם 16טן יוני, האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרענדיקט דאָס צענטע יאָר פֿון דעם יערלעכן ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע. אָנגעהויבן האָט זיך דער דאָזיקער אויסנעמלעכער און פּאָפּולערער קורס מיט 90 סטודענטן. אין דעם לעצטן, פֿאַרגאַנגענעם, לערן־יאָר האָט די צאָל דערגרייכט ביז 340 סטודענטן.

וואָך־אײַן וואָך־אויס, זענען זיי געקומען פֿון נאָענט און פֿון ווײַט צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל.

די מערסטע פֿון זיי האָבן אַוואַנסירט פֿון די אָנהייב־קלאַסן צו די העכערע אַוואַנסירטע קלאַסן מיט פֿאָרשריטן אין זייערע לימודים צו אַ מדרגה פֿון ערנסטן שטודירן פֿון די שאַפֿונגען פֿון אונדזערע קלאַסיקער: מענדעלע, שלום־עליכם, י.ל. פּרץ, די פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, די דראַמעס פֿון שלום אַש און אַנדערע ייִדישע שרײַבער.

אַ צאָל סטודענטן האָבן באַזוכט די קלאַסן פֿון די ערשטע יאָרן פֿון דעם קורס. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וועלכע באַזוכן און לערנען אויף דעם קורס שוין גאַנצע 10 יאָר! זיי זענען געווען אין דעם אָנהייבער־קלאַס מיט צען יאָר צוריק. איצט זענען זיי שוין אין איינעם פֿון די אַוואַנסירטע קלאַסן!

דער דערפֿאָלג פֿון די קורסן פֿאַר דערוואַקסענע איז בלי שום ספֿק צו פֿאַרדאַנקען דעם איבערגעגעבענעם לערער־פּערסאָנאַל מיט פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן בראָש, דעם לייטער פֿון בית שלום־עליכם און גרינדער פֿון די דאָזיקע קורסן.

די לאַנגיאָריקע, דערפֿאַרענע ייִדיש־פּעדאַגאָגן באַמיִען זיך צו שאַפֿן אַ פֿרײַנדלעכע, וואַרעמע און גינסטיקע אַטמאָספֿער אין קלאַס, וואָס דערנענטערט די דערוואַקסענע סטודענטן צו דעם ייִדיש־לימוד פֿון וועלכן זיי האָבן אַ סך סאַטיספֿאַקציע און גרויס הנאה, ווען זיי דריקן אויס זייערע געדאַנקען, אַפֿילו אין אַ "צעבראָכענעם" ייִדיש...

פֿאַר מיר איז עס געווען אַ באַווײַז פֿאַרוואָס זיי קומען יעדע וואָך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך, ניט נאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אומגעגנט, אָבער אויך פֿון די ווײַטע מרחקים אין לאַנד: פֿון חיפֿה, ירושלים, נתניה, בית־שמש, מודיעין, חדרה און אַנדערע פּלעצער.

צווישן זיי געפֿינען זיך חרדים פֿון בני־ברק, זעלנער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, מענטשן מיט פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיעס אין לעבן, אַרטיסטן פֿון דער העברעיִשער און ייִדישער בינעס, קינסטלער פֿון פֿאַרשיידענעם סאָרט, זינגער און גלאַט קולטור־מענטשן, וועלכע ווילן זיך אָפּפֿרישן מיט אַ ביסל פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע היימען פֿון זייערע באָבעס און זיידעס, אפֿשר אויך פֿון זייערע טאַטעס און מאַמעס...

דאָס איז טאַקע בולט געקומען צום אויסדרוק אין דער סיום־פּראָגראַם, פֿאַרפֿאַסט און אויסגעפֿירט פֿון די סטודענטן אַליין, כּולה אין ייִדיש.

זיי האָבן אויסגעדריקט זייער דאַנק און אָנערקענונג צו זייערע לערער אין זייערע סקעטשן, אין זייערע פֿאַרפֿאַסטע לידער אין ייִדיש, אין געבן די לערער מתּנות און בוקעטן בלומען. איין לערער האָט באַקומען אַ ספּאָרט־העמד מיט אַן אויפֿשריפֿט "איך בין דער בעסטער ייִדיש־לערער"...

די מערסטע פֿון די סטודענטן האָבן מיט גרויס צופֿרידנקייט אויסגעדריקט זייער האָפֿענונג און וווּנטש, צו טרעפֿן זיך ווידער מיט זייערע לערער אין דעם קורס פֿון דעם קומענדיקן יאָר...

דער לערער־פּערסאָנאַל פֿון דעם יערלעכן קורס איז באַשטאַנען הײַיאָר פֿון די לערער: רבֿקה רײַך, אסתּר רוזיאַנסקי, אורן ראָמאַן, מרים טרין, ד״ר חיה מעלער און ד״ר מיכל גיא.

פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן האָט אין זײַן באַגריסונג צו די סטודענטן אונטערגעשטראָכן, אַז "...אַ דאַנק דער פֿרײַנדשאַפֿט, ליבשאַפֿט פֿון די לערער צו זייערע סטודענטן, איז דער לימוד פֿון ייִדיש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ לעבעדיקער, פּולסירנדיקער אינסטיטוציע, וואָס פֿאַרשאַפֿט אונדז אַלעמען, די ליבהאָבער פֿון ייִדיש אומעטום, אַ סך נחת, סאַטיספֿאַקציע און צופֿרידנקייט.

4טער זומער־קורס אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

בלויז אַ וואָך נאָך דעם סיום פֿון דעם יערלעכן קורס אין בית שלום־עליכם, האָט זיך אָנגעהויבן, צום פֿערטן מאָל, די אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם אין דעם אינסטיטוט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור א״נ פֿון דער משפּחה גאָלדרײַך אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אונטער דער אָנפֿירונג פֿון פּראָפֿ׳ חנה ווירט־נשר.

העכער 100 סטודענטן "מאַרבע פּינות־העלום" האָבן אָנטייל־גענומען אין דער דאָזיקער וויכטיקער זומער־פּראָגראַם, אַראַנזשירט פֿון בית שלום־עליכם, בראָש מיט פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן.

לויט ווי מען האָט מיר אינפֿאָרמירט, זענען אַ דריטל פֿון די סטודענטן געווען פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, אויסטראַליע, דײַטשלאַנד, פּוילן, רומעניע, פֿראַנקרײַך, שווייץ און אַנדערע לענדער, און צוויי דריטל פֿון ישׂראל. די לערן־פּראָגראַם פֿון דער דאָזיקער יערלעכער פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון דעם לימוד פֿון דער ייִדישער שפּראַך און העכערע ניוואָען — פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

די אוניווערסיטעט־סטודענטן האָבן באַקומען ברייטהאַרציקע סטיפּענדיעס פֿון "קרן נעמי", וואָס איז עטאַבלירט געוואָרן פֿון דער משפּחה כּדר (קאַדאַר), צום אָנדענק פֿון דער פֿרי־פֿאַרשטאָרבענער נעמי פּראַווער־כּדר ז״ל, וועלכע איז אַליין געווען אַ לערערין אין דער זומער־פּראָגראַם.

אין דער הײַיאָריקער פּראָגראַם זענען געווען 7 קלאַסן: 2 קלאַסן פֿאַר אָנהייבער, 4 קלאַסן פֿאַר מיטעלע, און איין קלאַס פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן.

דאָנערשטיק, דעם 15טן יולי, איז געווען דער לעצטער טאָג פֿון דער זומער־פּראָגראַם. אין די פֿרימאָרגן־שעהען זענען נאָך פֿאָרגעקומען לעקציעס אין די פֿאַרשיידענע קלאַסן. איך האָב נאָך באַוויזן צו באַזוכן פֿאַר דער פֿײַערלעכער סיום־פּראָגראַם, עטלעכע קלאַסן און זען מיט מײַנע אויגן די ערנסטקייט פֿון די סטודענטן אין זייער לימוד, זייער צופֿרידנקייט און ליבשאַפֿט וואָס זיי האָבן דעמאָנסטרירט בײַם לייענען דעם ייִדישן טעקסט, אין ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿון זייער באַליבטער לערערין לאה סקיבאַ, אין זינגען הויך און קלאָר אַ ייִדיש ליד.

איך האָב זיך ניט געקענט אָפּוווּנדערן צו זען ווי זייערע פּנימער האָבן געשטראַלט פֿון פֿרייד, ווען זיי זענען מסוגל געווען צו "צעקײַען" דעם טעקסט פֿון דער "וועשין" פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער...

די זעלבע איבערלעבונג האָב איך געהאַט, ווען איך האָב באַזוכט די קלאַסן פֿון יצחק ניבאָרסקי, וועלכער איז ספּעציעל געקומען קיין תּל־אָבֿיבֿ פֿון פּאַריז, און אויך דעם קלאַס פֿון דער דערפֿאַרענער און לאַנג־יאָריקער ייִדיש־פּעדאַגאָגין, אסתּר רוזיאַנסקי.

אין דעם לערער־פּערסאָנאַל פֿון דער זומער־פּראָגראַם זענען אויך געווען פּראָפֿ׳ חוה טורניאַנסקי, אליעזר ניבאָרסקי, אורן רומן, דניאל באַרנבוים, מרים טרין און דער יונגער מאָטל גאָרדאָן פֿון סאַנקט־פּעטערבורג (געוועזענער לענינגראַד), רוסלאַנד.

אין איינעם פֿון אַ קלאַס וואָס איך האָב באַזוכט, האָב איך זיך באַקענט מיט ציפּי לעווין־בירון, אַ געבוירענע אין ישׂראל, אַ געוועזענע לערערין פֿון תּנ״ך אין אַ ישׂראל־מיטלשול, אַ שעפֿערישע העברעיִשע דיכטערין, וואָס האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט 4 ביכער פּאָעזיע און איצט איז זי אַ רבֿ, בעסער געזאָגט אַ "רבא" פֿון איינער פֿון די שילן אין ישׂראל, וואָס געהערן צו דער "אינטערנאַציאָנאַלער פֿעדעראַציע פֿאַר סעקולערער הומאַניסטישער ייִדישקייט". אויף העברעיִש הייסט עס "המכון הגבֿוה להכשרת מנהיגות יהודות רבנית חילונית". זי האָט מיר דערציילט, אַז די ליבע צו ייִדיש האָט זי געירשנט פֿון איר באָבען און געלערנט פֿון איר חכמה און אַ סך ייִדיש־פֿאָלקלאָר. זי האָט טאַקע אַרויסגעוויזן אינטערעס און ליבע צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער זומער־פּראָגראַם.

אין מײַן שמועס מיט איר, האָט זי מיר דערציילט, אַז אין דער דאָזיקער "סעקולערער ייִדישקייט־באַוועגונג" האָט מען אַ סך סימפּאַטיע און פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דערפֿאַר טאַקע האָט זי זיך פֿאַרשריבן אין דער זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און זי האָפֿט ווײַטער צו שטודירן און דערלערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור, וואָס זי האָט שטאַרק ליב, אין די קומענדיקע ייִדיש־פּראָגראַמען; אַזעלכע, ווי זיי זענען דאָ אין אַ גרויסער צאָל הײַנט אין ישׂראל.

די סיום־צערעמאָניע איז געווען ממש אַ קאָנצערט פֿול מיט הומאָר און געזאַנג. יעדער קלאַס איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע מיט רעציטאַציעס און געזאַנג, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט דעם עולם אין זאַל גרויס פֿאַרגעניגן. די סטודענטן האָבן אין זייער אויפֿטריט האַרציק אויסגעדריקט זייער דאַנק און ליבע צו זייערע לערער. אייניקע האָבן אָנגעשריבן אין אַ פֿליסיקן, שפּרודלדיקן ייִדיש, זייערע אייגענע סקעטשן, פֿול מיט חן און הומאָר, אין וועלכע זיי האָבן אויסגעדריקט זייער לויב צו די לערער און זייער צופֿרידנקייט וואָס זיי האָבן במשך אַ חודש צײַט פֿאַרווײַלט אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה און געלערנט די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור.

כּדאַי צו דערמאָנען דעם אויפֿטריט פֿון דרײַ יונגע אַרטיסטן פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער", סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם, וועלכע האָבן קינסטלעריש אויסגעפֿירט אַ צאָל ייִדישע לידער מיט דער באַגלייטונג פֿון דעם באַקאַנטן מוזיקער מישאַ בלעכעראָוויטש. דאָס זענען געווען די יונגע טאַלאַנטירטע אַרטיסטן סמדר בן־דור, יובֿל ראַפּאָפּאָרט און ענת סגל־כּהן.

עס איז ממש געווען אַ מחיהדיקער טאָג פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור, ווי מיר וואָלטן פֿאַרווײַלט אויף אַ ייִדיש־אינדזל אין דעם שטורמישן אַרום, אין דעם טומלדיקן ים פֿון דער הײַנטיקער ישׂראל־ווירקלעכקייט...

מיט דער פּראָגראַם פֿון דעם סיום האָבן אָנגעפֿירט, מיט אַ סך חן און באַגאַבטקייט, פּראָפֿ׳ חנה ווירט־נשר און פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן.

בעת אַ הפֿסקה בײַם טישל פֿון "פֿאָרווערטס"
בעת אַ הפֿסקה בײַם טישל פֿון "פֿאָרווערטס"
Credit: Bella Bryks-Klein