ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס — גיטל, פֿון לינקס — עלקע, די דריטע איז פּונקט דעמאָלט געלעגן קראַנק. (וואַסאַר קאָלעדזש)
פֿון רעכטס — גיטל, פֿון לינקס — עלקע, די דריטע איז פּונקט דעמאָלט געלעגן קראַנק. (וואַסאַר קאָלעדזש)

ייִדיש־לימוד באַהאַלט זיך אויס אין די זעלטנסטע ווינקעלעך, אין די פֿאַרוואָרפֿנסטע העק איבערן לאַנד. איך למשל בין שוין פֿאַרבונדן מיט וואַסאַר־קאַלעדזש כּמעט פֿינף יאָר צײַט. פֿיר מאָל אַ יאָר לאָז איך זיך אַרויס אין וועג אַרײַן געבן ייִדיש־עקזאַמענס.

וואַסאַר־קאַלעדזש געפֿינט זיך אין אַ קליין שטעטל אין צפֿון פֿון ניו־יאָרק, וואָס הייסט פּאָקיפּסי. ס׳איז אַזוי גוט ווי אַ מהלך פֿון אַרום פֿינף און זיבעציק מײַל פֿון ניו־יאָרק. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס וואָס שפּראַך־לערער איז נישט דערלויבט צו געבן זייערע קלאַסן עקזאַמענס? איז דער תּירוץ אַז דער זעלביקער קאַלעדזש האָט אײַנגעשטעלט אַ פּרינציפּ, דאָס הייסט, אַ געזעץ, ווען עס קומט צו די פֿיר מאָל אַ יאָר צו געבן שפּראַך־עקזאַמענס, קען די סטודענטן נישט עקזאַמענירן זייער שפּראַך־לערער בכבֿודו־ובֿעצמו, און אַנשטאָט דעם מוז מען אַרײַנברענגען פֿון דרויסן אַ מומחה וואָס קען זיך אויס אינעם געגעבענעם פֿרעמד־לשון. דער מומחה מוז מיט זיך מיטברענגען די עקזאַמענס געבויט אויפֿן מאַטעריאַל וואָס דער לערער האָט געלערנט דורכן יאָר. דער מומחה מוז זיי עקזאַמענירן אויפֿן געביט פֿון שרײַבן, לייענען, פֿאַרשטיין און פֿירן אַ לײַטישן שמועס.

די עבֿודה טו איך שוין יעדן האַרבסט, ווינטער, פֿרילינג און כּמעט יעדן זומער. איצט וועל איך איבערגיין צו די ייִדיש־לערער וואָס האָבן דאָרט געלערנט. אָנגעהויבן לערנען מיט זיי מיט זעקס יאָר צוריק איז געווען אַ יונגער־מאַן, וועלכער האָט פֿאַרלאָזט די ישיבֿה און געוואָרן אַ חצי־פֿרײַדענקער. ער האָט טאַקע געקענט רעדן אַ ישיבֿיש ייִדיש־לשון, געוווינט אין פּאָקיפּסי און געווען אין גאַנצן איבערצײַגט, אַז פֿאַר אים לערנען ייִדיש וועט זײַן אַ קינדערשפּיל, ממש אַ צוקערקע אַראָפּצושלינגען. ס׳איז דען אַ קונץ צו לערנען ייִדיש, האָט ער געטענהט, פֿאַר אַ בחור וואָס האָט ס׳גאַנצע לעבן גערעדט מאַמע־לשון? אַלץ וואָס מ׳דאַרף טאָן איז אַרײַנקומען אין קלאַס און מ׳רעדט, און מ׳קען אַפֿילו לייענען און שרײַבן. אַזוי האָט דער אַמאָליקער ישיבֿה־בחור זיך פֿאָרגעשטעלט.

ווען איך בין אַרײַן אין קלאַס עקזאַמענירן די חבֿרה בחורים און מיידלעך, נישט קיין סך פֿון זיי, איז מיר פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן. איך האָב דערהערט אַן אַנדער לשון. פֿאַרשטייט זיך דער ייִדישער ווערטער־סדר איז גאָר נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין די ראַמען פֿון הײַנטיקן ייִדיש, און ווידער אַ מאָל, אַזעלכע גראַמאַטישע ענינים ווי אַ ווערב, אַן אַדיעקטיוו אָדער אַפֿילו אַ באַשטימטער אָדער אומבאַשטימטער אַרטיקל האָבן נישט עקזיסטירט.

נו, מילא. איך האָב דעם ליבלעכן יונגער־מאַן פֿאַרבעטן צו זיך אַהיים און אָנגעהויבן מיט אים קנעלן אַ סדרה ייִדיש און די תּורה פֿון לערערײַ. דער יונגער־מאַן האָט קיין אַנונג נישט געהאַט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. ער האָט אַליין קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזעלכע ווערטער ווי אינפֿיניטיוו, שוין אָפּגערעדט פֿון דיאַלעקטן אין דער ייִדישער שפּראַך, און וויפֿל איך האָב אין אים נישט אַרײַנגעהאַקט די קונסט פֿון לערערײַ איז אים אין איין אויער אַרײַן און אין צווייטן אַרויס.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער ליבלעכער בחור האָט אײַנגעזען, אַז דאָס גאַנצע עסק איז נישט פֿאַר אים. האָט ער פֿאַרלאָזט די שטעלע און אַנשטאָט דעם געוואָרן אַ ייִדישער אַקטיאָר. איך האָב אים געזען שפּילן אין די "גרינע פֿעלדער," און ער האָט זיך באמת אויסגעצייכנט.

אויף זײַן שטעלע איז אָנגעקומען גאָר אַן אויסגעשולטער לערער מיטן נאָמען נחמן קאַמעלאַט. אויב איך האָב נישט קיין טעות, קומט ער אַרויס פֿון רומעניע און טעלעפֿאָניש האָבן מיר געהאַט אַ לענגערן שמועס, וווּ איך האָב אײַנגעזען, אַז איך האָב דאָ צו טאָן מיט אַן אינטעליגענטן און באַלעזענעם מענטשן; אַ קענער פֿון ייִדיש, און ווי נאָר איך בין אַרײַנגעקומען אין קלאַס האָב איך באַלד געהערט, ערשטנס, די ליבשאַפֿט פֿאַרן לערער נחמן, און צווייטנס, אַז די חבֿרה באַהערשן די ייִדישע שפּראַך ווי ס׳געהערט צו זײַן און זײַנען באַהאַוונט אין לערערײַ. און כאָטש די קלאַסן זײַנען באַשטאַנען פֿון אַ דרײַ־פֿיר סטודענטן, האָבן זיי אָבער אַרויסגעוויזן גרויס אינטערעס צום ייִדישן לשון און ווי געזאָגט, זייער ליבשאַפֿט צו זייער לערער איז געווען נישט אָפּצושאַצן. זיי האָבן אים גערופֿן לערער נחמן און ער זיי — בײַ זייערע ייִדישע נעמען.

לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז דאָס שטעטעלע פּאָקיפּסי ליגט אין אַ העק, און דאָך רעגיסטרירן זיך ייִדישע סטודענטן אויפֿן ייִדיש־לימוד. פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט קומט אויך אַ לערערין וואָס גיט אַן עקזאַמען אין הינדי. איך בין אַלע מאָל דערשטוינט וויפֿל די סטודענטן האָבן זיך אויסגעלערנט די שפּראַך מיט יעדן סעמעסטער.

אויב איך מאַך נישט קיין טעות, האָט קעמפּ־בויבעריק — די ייִדישע זומער־קאָלאָניע — זיך אויך געפֿונען אין פּאָקיפּסי. זי האָט עקזיסטירט אונטער דער השגחה און פֿירערשאַפֿט פֿונעם לערער לייבוש לערער. קומען מיר צוריק, הייסט עס, צום נס — ייִדיש. פֿאַראַן נאָך אַ העכערע אינסטיטוציע אין לאַנד, וואָס זאָרגט זיך, אַז ייִדיש זאָל אָנגיין. די לערער מוזן מסתּמא וווינען אין, אָדער אַרום, פּאָקיפּסי. איז וויפֿל ייִדן וווינען שוין הײַנט צו טאָג אין דעם קליינעם דערפֿל פֿון אַ שטעטעלע?

נאָכן חורבן האָט זיך שארית־הפּליטה באַזעצט אין די קליינע ערטער. מיר האָבן אַפֿילו געהאַט אַמאָל פֿרײַנד וואָס האָבן דאָרט געוווינט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין יענע יאָרן האָבן זיך ייִדן פֿאַרנומען מיט אַגריקולטור, פּונקט ווי אין די קליינע שטעטלעך פֿון ניו־דזשוירזי, דער עיקר, לעבן הײַטס־טאַון, וווּ די נײַע אימיגראַנטן האָבן באַאַרבעט די ערד, געפֿלאַנצט און אײַנגענומען שניט, ווי פֿאַרמערס, און אַ סך פֿון זיי האָבן זיך עוסק געווען מיט הינער און עופֿות. פֿאַרשטייט זיך, אַז הײַנט איז פֿון דעם אַלעם גאָרנישט פֿאַרבליבן און אַלץ איז נעלם געוואָרן.

פּאָקיפּסי האָט זיך פֿאַרוואַנדלט הײַנט אין אַן אָרעמער באַפֿעלקערונג וואָס לעבט אויף דער קיצבֿה פֿון דער רעגירונג. ס׳איז אויך נישט מער קיין ייִדיש שטעטעלע, ס׳איז באַזעצט ס׳רובֿ פֿון קריסטן. פֿאַראַן אין שטעטל אַ שלל מיט קלויסטערס, בענזין־סטאַנציעס און קליינע רעסטאָראַנדלעך. ס׳איז אַ שלעפֿעריק שטעטעלע און מיצקע דרינען געפֿינט זיך וואַסאַר־קאַלעדזש, וואָס האָט געשמט מיט זייער סטודענטשאַפֿט, עקסקלוסיוו פֿאַר מיידלעך. כאָטש הײַנט איז שוין דער קאַלעדזש "coed" — פֿאַראַן אויך בחורים אויפֿן קעמפּוס — און ווען איך קוק אויף די אויטאָס וואָס שטייען אַרום די געסלעך פֿונעם קעמפּוס, זע איך אַז די חבֿרה קומט פֿון אַלע עקן אַמעריקע, פּונקט ווי אין אַלע קאַלעדזשעס און אוניווערסיטעטן. און דאָך געפֿינט זיך צווישן זיי אַ ייִדישע חבֿרה וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין מאַמע־לשון. איך פֿרעג בײַ די סטודענטן אין ייִדישן קלאַס, היתּכן? ווי קומט עס און וואָס האָט זיי מאָטיווירט צו רעגיסטרירן זיך פֿאַרן לימוד ייִדיש? ענטפֿערן זיי, אַז זייערע משפּחות זײַנען איבערגליקלעך און איך טראַכט בײַ זיך, אָט די יונגוואַרג וויל נישט איבערהאַקן די גאָלדענע קייט. ארץ־ישׂראל איז בײַ זיי אָנגעלייגט, זיי פֿילן צו איר אַ צוציִונגס־קראַפֿט, דאָך אַ ייִדישע מדינה. ס׳רובֿ פֿון זיי קומען נישט אַרויס פֿון קיין פֿרומע משפּחות, זיי זײַנען אָבער נײַגעריק זיך צו באַקענען מיטן אָפּשטאַם פֿון ייִדישן פֿאָלק, וועגן אונדזער לאַנגער געשיכטע און קולטור. נאָך אַלעמען, דאָס אַלץ געהערט צו זיי.

ווען איך הייב אָן יעדן סעמעסטער צו לערנען מיט מײַנע ייִדיש־קלאַסן אין קאָלומביע, הייב איך אָן מיט דעם וואָס זיי פֿאַרמאָגן. ס׳איז זייערס. איך גיב זיי צוריק זייער קולטור־פֿאַרמעגן, און זיי קוקן מיך אָן מיט אַ פּאָר אויסגעגלאָצטע אויגן. אַזוינס האָבן זיי נאָך נישט געהערט. און כאָטש צווישן זיי געפֿינען זיך מערסטנס מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, און וועלטלעכע ייִדן, מוז איך צוגעבן אַז ביידע גרופּעס כאַפּן אויף פּונקט אַזוי שנעל ווי די אַנדערע. וואָס עס פֿעלט דער וועלטלעכער חבֿרה, איז זייער אָפּגעפֿרעמדקייט צום ייִדישן מהות, קולטור, טראַדיציע און מינהגים, און בכלל — די באַקאַנטשאַפֿט מיטן חומש. און דאָס פֿעלט אויס אין אַלע קלאַסן: סײַ אין קאָלומביע, סײַ אין פּאָקיפּסי. די הײַנטיקע יוגנט קומט אויסגעליידיקט פֿון ייִדיש וויסן, מוז יעדע ייִדישע לעקציע אָנגעפּיקעוועט זײַן מיט ייִדיש וויסן.

איך וויל פֿאַרענדיקן מיטן רוף צו בויען ייִדישע סעמינאַרן, וווּ מען זאָל אויסשולן ייִדישע לערער. אָן דעם זײַנען מיר פֿאַרפֿאַלן, ווײַל מײַן דור ייִדישע לערער זײַנען שוין, וואָס מען רופֿט "פּאָ־הופּיע", וואָס דאָס מיינט — באַרײַכערט מיט יאָרן. אַזוי אַז נאָך אונדז וועלן איבערנעמען לערער שלא ידעו את יוסף, און קנעלן אָן ענטוזיאַזם און אָן זאַטקייט מיט ייִדיש וויסן. דעריבער דאַרף עמעצער זיך מרחם זײַן אויף אונדזער רײַכן־בידנעם לשון, און זאָרגן פֿאַר דער צוקונפֿט, ווײַל אָן דעם ייִדישן מאָרגן וועלן מיר זײַן אויסגעשפּילט. איך האָף, אַז מײַנע רייד האָבן נישט צו טאָן מיט מײַן עלטער, נאָר מיט אמתער זאָרג, ווײַל אַזוי האָב איך נאָך גערעדט אין דער יוגנט און ס׳איז, ליידער, געפֿאַלן אויף טויבע אויערן. לאָמיר האָפֿן אויף בעסערס.