|
דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן (אין מיטן) פאַרפֿלאַנצט אַ ביימל אינעם ייִדישן ייִשובֿ איתמר, בעת אַ טור פֿונעם אָקופּירטן מערבֿ־ברעג, מאָנטיק
|
Credit: Getty Images |
דאָס אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליִערס בעת די בשותּפֿותדיקע מאַנעוורעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיווער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתניהו; די ערשטע שׂרפֿה, וואָס איז במילא געווען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו ווערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן וועט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן.
צוזאַמען מיטן רויך פֿון דער פֿאַרלאָשענער שׂרפֿה איז אָבער געבליבן דער ריח פֿון דעם שאַרפֿן קאָנפֿליקט, וואָס איז אויסגעבראָכן צווישן דעם העכסטן געריכט און דער פּאָליציי, וועלכע געפֿינט זיך אונטער דער שליטה פֿון ליבערמאַנס פּאַרטיי, און דעם צוזאַמענשטויס צווישן דער עטיק און דער פּאָליטיק.
איך האָב אַמאָל געהאַט באַקרוינט מײַנעם אַ מאמר מיטן קעפּל: "צווישן עטיק, עסטעטיק און קאָסמעטיק", און כ’האָב אויף אַ פּראָוויזאָרישן אופֿן אַרויסגעבראַכט דעם מהות און דעם צוזאַמענהאַנג פֿון די דרײַ קאַטעגאָריעס: באַגריפֿן פֿונעם פֿילאָסאָפֿישן געדאַנקען־אוצר, וועלכע זענען ענג פֿאַרבונדן מיטן עקזיסטענציאַלן מהות פֿון אונדזער אַלעמענס טאָג־טעגלעכן לעבן.
זינט די פֿילאָסאָפֿיע עקזיסטירט, פֿאַרנעמען די דרײַ סוגיות דעם אויבנאָן אין די לערעס פֿון די גרויסע דענקערס, אָנהייבנדיק פֿון די אַלט־גריכישע פֿילאָסאָפֿן — פֿון פּלאַטאָ און אַריסטאָ, דורך טאָמאַס דע אַקווינאָ פֿונעם מיטלאַלטער, דורך שפּינאָזאַ ביז קאַנט און סאַרטר און... אַזוי ווײַטער — צו די פֿון די שפּעטערדיקע און קומענדיקע דורות. די רעליגיעזע מאָנאָטעיִסטישע גלויבנס לייגן, דאַקעגן, דעם טראָפּ אויף דער עטיק. בפֿרט דער ייִדישער גלויבן, וועלכער האָט די ווערטן פֿון דער עטיק אויסגעקריצט אויף די צוויי לוחות פֿון באַרג סיני.
אין איינפֿאַכן לשון פֿאַרנעמט זיך די עטיק מיט דער פֿראַגע: ווי אַזוי פֿיר איך זיך אויף? — אָדער, ריכטיקער: ווי אַזוי דאַרף איך זיך אויפֿפֿירן — און דאָס, פֿאַרשטייט זיך, לויט די "עטישע נאָרמעס", דעם אַזוי גערופֿענעם "עטישן קאָד" פֿון דער צײַט, פֿון דער מענטשלעכער סבֿיבֿה, אאַז״וו.
די עסטעטיק, דאַקעגן, וואָס איז "פֿאָרמעל" די תּורה פֿון שיינקייט, באַשעפֿטיקט זיך למעשׂה מיט דער פֿראַגע: ווי אַזוי זע איך אויס? ווי אַזוי זע איך אויס מיט מײַן אויפֿפֿירונג, מיט מײַנע האַנדלונגען, מיט מײַן באַנעמונג, מיט מײַן קליידונג און אויסזען — פֿון דרויסן, אין די אויגן פֿון אַנדערע. און אויך דאָס לויט די הערשנדיקע עסטעטישע נאָרמעס אין דער צײַט און אין דער סבֿיבֿה אין וועלכער מיר לעבן.
דאָ מישט זיך אַרײַן אין דעם "עסק" אויך די קאָסמעטיק, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאַרבעסערן, פֿאַרשענערן און באַפּוצן די אויסערלעכקייט מיט דער הילף פֿון קינסטלעכע מיטלען. דאָס באַציט זיך נישט נאָר צו דער "שיינהייט־אינדוסטריע", וועלכע פּראָדוצירט כּלערליי קרעמען און פֿליסיקייטן צו פֿלעגן און פֿאַרשענערן די אויסערלעכקייט פֿון מענטשלעכן קערפּער, פֿון דער הויט פֿונעם פּנים, אָדער מיט פֿאַרבן די ליפּן און די נעגל פֿון די הענט און פֿיס, און נישט נאָר די כּלערליי מאַסאַזשיסטן און די פּלאַסטישע כירורגיע אאַז"וו — נאָר דאָס באַציט זיך אויך צו די אַלע דרײַ קאַטעגאָריעס, צו דער אויפֿפֿירונג און האַנדלונגען פֿון געזעלשאַפֿטלעכע עסקנים און פּאָליטישע מנהיגים און דער בליִענדיקער פּראָפֿעסיע פֿון אימאַזשיסטן — מומחים פֿאַר דעם געזעלשאַפֿטלעכן מאַסאַזש פֿון די מנהיגים, צו פֿאַרשענערן זייער אימאַזש אין דער געזעלשאַפֿט.
זאָלן מיר מוחל זײַן די אַלע געלערנטע דענקער, וואָס האָבן אַרײַנגעלייגט אַזוי פֿיל גײַסטיקע מי און האָבן דער מענטשהייט אַזוי פֿיל געגעבן מיטן אומדערמידלעכן אָנשטרענג פֿון זייערע געניאַלע מוחות. אין זייער זכות וועל איך אונטערציִען אַ פּראָסט־פּשוטן סך־הכּל, לויט וועלכן די עטיק, קאָן מען זאָגן, איז דער אינערלעכער מהות פֿון מענטש; די עסטעטיק און די קאָסמעטיק זענען זײַן אויסערלעכער לבֿוש.
אַקעגן וואָס, אייגנטלעך, האָב איך דאָ געמאַכט אָט דעם גאַנצן אַרײַנפֿיר צו אַן אַרטיקל, וואָס דאַרף זיך באַשעפֿטיקן מיט אַן אַקטועלן ענין, וואָס האָט פּאַסירט אין דער פּאָליטיק און אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין מדינת־ישׂראל?
טאַקע דערפֿאַר, ווײַל אין די ווײַטער באַשריבענע פּאַסירונגען האָבן זיך צוזאַמענגעשטויסן די דרײַ באַגריפֿן, און זייער צוזאַמענשטויס האָט שיִער נישט געבראַכט צו אַן עקספּלאָזיע פֿון געוויסן — אויב מיר וואָלטן באַצײַטנס נישט אַ קוק געטאָן אין אונדזער אייגענעם שפּיגל. ווײַל די זעלבע כּללים, וואָס זענען חל געוויינטלעך אויפֿן יחיד, זענען אויך חל אויפֿן כּלל, אויף דער גאַנצער געזעלשאַפֿט; אויך אויף דער מדינה — און די דרײַ אויסגערעכנטע קאַטעגאָריעס באַציִען זיך סײַ צו דער פּאָליטיק און סײַ צו דער געזעצלעכקייט, וואָס געפֿינט זיך אין אַ טאָג־טעגלעכער קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער עטיק. איז עס דעריבער קיין וווּנדער נישט, וואָס סײַ די פּאַרלאַמענטאַרישע אינסטאַנץ, ווי די כּנסת, און סײַ דער פֿאַרבאַנד פֿון די זשורנאַליסטן, דער פּרעסע־ראַט, פֿאַרזאָרגן זיך תּמיד מיט אַ קאָמיסיע פֿאַר עטיק. נישט יעדעס מאָל אָבער גייט די עטיק געפּאָרט מיט דער געזעצלעכקייט, און נישט זעלטן קומט אויס דעם געריכטוועזן צו אַנטשיידן צווישן די צוויי קאַטעגאָריעס.
לויט זײַנע קאָמפּעטענצן איז דאָס געריכט מחויבֿ צו פּסקענען לויט די געזעצן פֿון דעם שטראָף־קאָדעקס, וואָס איז נישט אַזוי עלאַסטיש ווי עס איז די עטיק, וועלכע ווערט געלענקט פֿון די הערשנדיקע געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס. און נישט זעלטן — דער עיקר ווען אין דעם "עסק" מישט זיך אַרײַן די פּאָליטיק — דערפֿירט דאָס צו אַ שאַרפֿן צוזאַמענשטויס, צומאָל צו אַן אויפֿרײַס מיט פּאָליטישע אויסווירקונגען, ווי דאָס איז שיִער נישט געשען אין דער פֿאָריקער וואָך אין ישׂראל.
אָבער אין אָט דער סוגיא האָט זיך אין דעם פֿאַל אַרײַנגעמישט נאָך אַן אַספּעקט, וואָס שטעלט דעם בירגער פֿאַר דעם אויסוואַל צווישן זײַן אַ חכם — אָדער זײַן גערעכט. די דאָזיקע ברירה, וואָס איז אין תּוך נישט עטיש, איז אויסגעקליבן געוואָרן דורך דעם טראַנספּאָרט־מיניסטעריום ווי אַ סלאָגאַן און אַ מיטל צו באַקעמפֿן די פּלאָג פֿון די פֿאַרקער־אומגליקן. "זײַ נישט גערעכט — זײַ אַ חכם", זאָגט זיך אויף די פּלאַקאַטן, וואָס דאָס מיניסטעריום און די פֿאַרשיידענע פֿאַרבאַנדן האָבן אויסגעקלעפּט אויף די מויערן און עפֿנטלעכע אָביעקטן, ווי אַ פֿאָרזיכטיקייט־רוף צו די אויטאָ־שאָפֿערן. אָבער פֿאַר דער דאָזיקער ברירה ווערן אָפֿטמאָל געשטעלט נישט נאָר שאָפֿערן, נאָר פֿריִער פֿאַר אַלעמען די ריכטער, וואָס דאַרפֿן האַנדלען סײַ מיט חכמה און סײַ פֿאַר דער גערעכטיקייט.
* * *
דאָס מאָל האָט אָבער דער העכסטער טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט געהאַנדלט טאַקע עטיש, אָבער, לויט מײַן מיינונג, אָן דער געהעריקער מאָס פֿון קלוגשאַפֿט, ווען ער האָט אָנגענומען די אַפּעלאַציע פֿון דער מלוכה־פּראָקוראַטור קעגן דעם אורטייל פֿונעם קרײַז־געריכט, און האָט פֿאַרטאָפּלט פֿון פֿופֿצן אויף דרײַסיק חדשים די שטראָף פֿון אַ פּאָליציאַנט, וואָס האָט דערהרגעט אַן אַראַבער, וועלכן ער האָט חושד געווען אין פּרוּוון גנבֿענען אַן אויטאָ.
דער דאָזיקער אורטייל האָט אַרויסגערופֿן אַ געוואַלדיקן צאָרן אין דער פּאָליציי, וועלכע טענהט, אַז דאָס איז געווען אַן אַקט פֿון זעלבשוץ. די פּאָליציסטן און זייערע משפּחות וואָרענען, אַז די פּאָליציאַנטן וועלן זיך אָפּהאַלטן פֿון האַנדלען קעגן די פֿאַרברעכערס, אויס מורא באַשטראָפֿט צו ווערן דורכן געריכט. דאַקעגן מאָטיווירט דער העכסטער בית־דין לצדק, בראָש פֿון וועלכן עס שטייט די אַטאַקירטע העכסטע ריכטערין דורית בייניש, אַז לויט די דערוויזענע פֿאַקטן האָט דעם פּאָליציאַנט נישט געדראָט קיין לעבנס־געפֿאַר מצד דעם פֿאַרדעכטיקטן, און קיינער האָט נישט דאָס רעכט אוועקצונעמען דאָס לעבן פֿון אַ צווייטן. דער גורל האָט געוואָלט, אַז גראָד דעם טאָג האָט זיך שטאַרק פֿאַרערגערט דער צושטאַנד פֿון אַ צווייטן פּאָליציאַנט, וואָס ליגט שוין דרײַ יאָר אין שפּיטאָל ווי אַ געוויקס, אָן באַוווּסטזײַן, נאָכדעם ווי ער איז אין אַן ענלעכן אינצידענט שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן פֿון אַן אַראַבישן גנבֿ פֿון אויטאָס. ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט בעת אַן אויפֿטריט אין דער טעלעוויזיע אײַנצולייגן וועלטן, כּדי אַרויסצוקריגן פֿון מדינה־פּרעזידענט אַן אַמנעסטיע פֿאַר דעם איצט באַשטראָפֿטן פּאָליציאַנט. בראָש פֿון דער קאַמפּאַניע פֿאַר אָט דער אַמנעסטיע האָט זיך געשטעלט דער פּאָליציי־מיניסטער אַהרונאָוויטש פֿון "ישׂראל ביתּנו". פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דאָס העכסטע געריכט פֿאַרעפֿנטלעכט זייער אַ שאַרפֿע דערקלערונג קעגן דער אויפֿפֿירונג פֿון דער פּאָליציי, הלמאַי זי רײַסט אַרונטער די אויטאָריטעט פֿון דעם געריכטוועזן און דערמוטיקט די אומגעזעצלעכקייט אין לאַנד.
ווען נישט דאָס פֿאַרטאָפּלען די שטראָף, וואָלט מסתּמא פֿאַרמיטן געוואָרן אַ געזעלשאַפֿטלעכער סקאַנדאַל און אַ פּאָליטישער טומל. אָבער דער טומל האָט צוגעשטעלט דעם מיניסטער ליבערמאַן אַ גוטע געלעגנהייט זיך אָפּצורעכענען מיטן פּרעמיער נתניהו, וועמען ער האָט געהאָלפֿן צו באַהערשן די מאַכט, פֿאַר דער גרינגשעצונג, וואָס ער ווײַזט צו אים איצט אַרויס און פֿאַר נישט באַטייליקן אים, דעם אויסערן־מיניסטער, אין די צענטראַלע ענינים פֿון דער מדינה. די שטרוי, וואָס האָט אײַנגעבראָכן דעם הויקער פֿונעם קעמל, ווי עס זאָגט אַ העברעיִש גלײַכווערטל, איז געווען דאָס שיקן דעם מיניסטער בנימין בן־אליעזר ("פֿואַד) פֿון "עבֿודה" זיך צו טרעפֿן אויף אַ פֿאַרטרוילעכן שמועס אין זשענעווע מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון טערקײַ אָן דעם וויסן פֿון דעם אויסערן־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל.
עס איז קלאָר, אַז נתניהו האָט נישט געקענט אָנטרויען אַזאַ מין שליחות ליבערמאַנען, וואָס זײַן וויצע האָט בשעתּו אַזוי דערנידעריקט דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר, אַוועקזעצנדיק אים אויף אַ נידעריקער סאָפֿע אין זײַן קאַבינעט. אָבער פֿאַר ליבערמאַנען איז נתניהוס האַנדלונג געווען די גרעסטע פֿון אַלע אַנדערע אויסגערעכנטע עוולות, און צו דעם איז צוגעקומען דער אורטייל פֿון דעם העכסטן געריכט מיט דער פֿאַרטאָפּלטער שטראָף קעגן דעם פּאָליציאַנט, וואָס אויך ער געהערט צו ליבערמאַנס שליטה־ספֿערע. איז דאָס טאַקע געווען דער ערשטער פֿאַל, ווען דער פּאָליציי־מיניסטער נעמט אונטער זײַן שוץ דעם פּאָליציאַנט און טרעט אַרויס קעגן דעם העכסטן ציווילן געריכט — די העכסטע יורידישע אינסטאַנץ אין דער מדינה — וואָס איז אין יענע טעג געווען אונטער דעם באָמבאַרדירנדיקן האָגל פֿון אַטאַקעס פֿון ש״ס און פֿון דעם גאַנצן רעליגיעזן, רעאַקציאָנערן לאַגער — אין דעם ענין פֿון דער דיסקרימינאַציע פֿון ספֿרדישע שילערינס אין עמנואל און דער סעריע געזעצן אין דער איצטיקער כּנסת צו פֿאַרשמעלערן די מענטשן־רעכט און אומצוגיין די אורטיילן פֿון העכסטן געריכט.
עס זעט אָבער אויס, אַז די סיבה פֿון ליבערמאַנס איצטיקער נערוועזיטעט קעגן דעם העכסטן געריכט און דער מלוכה־פּראָקוראַטור נעמט זיך פֿון דעם, וואָס עס דערנענטערט זיך די שעה פֿון שטעלן אים צום מישפּט פֿאַר נישט לעגאַלע געלט־מאַכינאַציעס אין לאַנד און אין אויסלאַנד. דערפֿאַר איז ער צעקריגט מיט די אָרגאַנען פֿון דער ישׂראלדיקער יוסטיץ. דעריבער האָט ער אין זײַן קאָאַליציע־אָפּמאַך מיט נתניהון געזאָרגט, ער זאָל קריגן פֿאַר זיך דאָס אויסערן־מיניסטעריום, און פֿאַר זײַנע פּאַרטיי־לײַט און אונטער זײַן השפּעה — דאָס "מיניסטעריום פֿאַר אינערלעכער זיכערהייט" (דאָס הייסט, דאָס פּאָליציי־מיניסטעריום), ווי אויך די טוריסטיק און די אַבסאָרבציע פֿון דער עליה. ליבערמאַן, וועלכער איז אין נתניהוס ערשטער רעגירונג געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון נתניהוס קאַנצעלאַריע, האָט גוט געלערנט פֿון און וועגן זײַן דעמאָלטיקן "באָס". איצט איז ער אַ באַלעבאָס "פֿאַר זיך".
זײַנע פּלענער גרייכן אָבער אַ סך ווײַטער, און ער איז נאָך יונג...
תּל־אָבֿיבֿ, יולי 27, 2010