אינעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל וואָלטן מיר געוואָלט אַרויסזאָגן געוויסע געדאַנקען וועגן אייניקע בריוו, וואָס עס קומען אָן פֿון אײַך, אונדזערע לייענען, און וואָס מיר קוקן אויף זיי שטענדיק אַרויס. ס'איז דאָך קלאָר, אַז אַ פּובליקאַציע עקזיסטירט פֿאַר די לייענער; און ווען עס גייען, חלילה, אַוועק די לייענער, גייט אויך אונטער די פּובליקאַציע.
אַ פּובליקאַציע אויף ייִדיש איז אַ ספּעציפֿישע אויסגאַבע סײַ וואָס שייך די שרײַבער און סײַ דער לייענערשאַפֿט. אַ ייִדישע צײַטונג אין שטוב פֿלעגט תּמיד אויפֿגענומען ווערן ווי אַן אייגענער קרובֿ — מיט רעספּעקט און אָפּשײַ; אין דער זעלבער צײַט, ווען עפּעס אַן אַרטיקל איז דעם לייענער נישט געפֿעלן געוואָרן, לאָזט ער זײַן כּעס אויס צו דער גאַנצער צײַטונג.
און אַזוי ביזן הײַנטיקן טאָג: צו מאָל קאָן אַ לייענער אָנקלינגען אין רעדאַקציע און זאָגן, אַז אויב מע וועט נאָך דרוקן אַן אַרטיקל פֿון דעם אָדער יענעם שרײַבער, וועט ער אָפּשטעלן זײַן אַבאָנעמענט. עס גייט אים נישט אָן, דעם אויפֿגעבראַכטן לייענער, אַז אויך אין אַ ייִדישער צײַטונג איז פֿאַראַן אַזאַ זאַך ווי פּלוראַליזם; אַז יעדער מחבר קאָן האָבן זײַן אייגענע מיינונג וועגן דער אָדער אַנדערער פּראָבלעם. סוף־כּל־סוף, זײַנען דאָך אין דער צײַטונג דאָ אויך אַנדערע אַרטיקלען פֿון אַנדערע שרײַבער... ניין, דער אויפֿגעבראַכטער לייענער האָט זיי שוין נישט געזען. ס'איז אים גענוג, אַז אין זײַן צײַטונג איז אָפּגעדרוקט אַ מיינונג, מיט וועלכער ער פּערזענלעך איז נישט מסכּים. שטעלט ער אולטימאַטומס: אָדער — אָדער!
ווער ס'פֿאַרלירט דאָ מער וועט איר זיך שוין אַליין מישבֿ זײַן.
רעאַקציעס אויף די אַרטיקלען, אָפּגעדרוקט אין אונדזער צײַטונג, קומען אָן פֿאַרשידענע, און מיר באַמיִען זיך כּמעט אין יעדן נומער זיי צו דרוקן. בדרך־כּלל, קאָמענטירן מיר נישט די בריוו, סײַדן דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, וואָס ווערט קאָמענטירט דורכן לייענער, טוט עס אַליין.
דאָס מאָל האָבן מיר געמאַכט אַן אויסנאַם און ווילן אַרויסזאָגן אונדזער מיינונג דווקא וועגן אַ בריוו. צו ווייטיקלעך איז די טעמע און דער אופֿן ווי אַזוי זי ווערט פֿאַרטײַטשט פֿון אונדזער אַ לייענער. אָט איז דער דאָזיקער בריוו, אָן שום ענדערונגען, קיין וואָרט נישט געביטן:
טײַערער רעדאַקטאָר,
אין "פֿאָרווערטס" פֿון יוני 4, 2010, איז געווען אַן אַרטיקל פֿון אלישבֿע כּהן־צדק וועגן אַ העלדישן ייִדישן וועטעראַן קעגן די דײַטשן, וועלכער וווינט ביז הײַנט אין ווילנע. ס'קאָן זײַן, ער איז אַן אמתער מוטיקער מענטש, אָבער איך האָב געוואָלט לייענען, אויב ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי, און אויב ער האָט ייִדישע קינדער און אייניקלעך. אין אַרטיקל שרײַבט מען גאָרנישט וועגן דעם, און אויב זײַנע קינדער און אייניקלעך זײַנען נישט ייִדן, וואָס פֿאַר אַ העלד איז ער? פֿאַר וואָס האָט ער געקעמפֿט? צו באַפֿרײַען ליטע? צו לעבן צווישן די ליטווישע אַנטיסעמיטן וואָס האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין לאַנד און זענען דערהויבן הײַנט צו זײַן גיבורים און פּאַטריאָטן? צום באַדויערן, מיר האָבן נישט באַקומען די אַלע פֿאַקטן. אין "פֿאָרווערטס" שטייט אַלע מאָל געשריבן אויבן אָן, אַז די צײַטונג איז פֿאַר: "פֿרײַהייט פֿאַר ייִדן צו פֿירן אַ ייִדיש לעבן", און איך דאַרף זאָגן נאָך אַ מאָל, אויב זײַנע קינדער און אייניקלעך זײַנען ליטווישע גויים, וואָס פֿאַר אַ העלד איז ער? אָבער דער אַרטיקל שווײַגט.
מיט דרך־ארץ, דוד שאָנבערג, ירושלים
קודם־כּל, הייבט זיך אָן דער "פֿאָרווערטס"־סלאָגאַן, וואָס איר ברענגט צו פֿירן, מיט די ווערטער "פֿרײַהייט פֿאַר אַלע מענטשן" — און דווקא די ווערטער האָט איר פֿאַרזען. צי איז עס צופֿעליק? פֿון אײַער בריוו קומט אַרויס, אַז איר האָט זיי "פֿאַרזען" באַוווּסטזיניק, מחמת אײַך באַזאָרגט נאָר די פֿרײַהייט, וואָס קומט נאָר די ייִדן, דהײַנו, צו פֿירן אַ "ייִדיש לעבן"; און נאָר אין מדינת־ישׂראל. שוין זשע קאָן מען נישט פֿירן אַ ייִדיש לעבן אין די תּפֿוצות, בתוכם אין ליטע?!
אַגבֿ, צום 85סטן געבוירן־טאָג פֿונעם העלד, בנימין מאַצקעוויטש, האָט אים די ייִדישע קהילה באַגריסט מיט ווערטער, וואָס איר — אַ תּושבֿ פֿון דער הייליקער שטאָט — האָט זיי אויך "פֿאַרזען": "מיר קענען אײַך ווי אַ גלענצנדיקן, גוטן מענטש, טרײַער חבֿר, שאַרפֿזיניקן, טיף דענקענדיקן מיטשמועסער. מיר ווינטשן אײַך אויסהיטן אײַער ענטוזיאַזם און אַקטיווקייט אויף לאַנגע יאָרן..."
יאָ, אַ היפּשער טייל ליטווינער און פּאָליאַקן, און אוקראַיִנער (די רשימה איז אַ לאַנגע) האָבן זיך באַטייליקט און מיטגעהאָלפֿן בײַם אומברענגען די ייִדישע באַפֿעלקערונג; יאָ, הײַנט הייבט זיי די נאַציאָנאַלע מאַכט אויף אויף די פּאָסטאַמענטן פֿון העלדישקייט... איז עס דאָך מער אַ צרה פֿונעם לאַנד און פֿאָלק, איידער זייער שטאָלץ.
לויט אײַער מיינונג, קאָן מען נישט זײַן אַ העלד, אויב מע האָט חתונה נישט מיט קיין ייִדישער פֿרוי, און דערפֿאַר, לויט דער הלכה, זײַנען שוין די קינדער און אייניקלעך אויך נישט קיין ייִדן. יאָ, אין דער ייִדישער מדינה איז די פֿראַגע זייער אַן אָנגעווייטיקטע, און נישט ווייניק טראַגעדיעס טרעפֿן זיך צוליב דעם. וויל זיך טאַקע פֿרעגן בײַ אײַך, ר' דוד, צי וואָלט איר אַזאַ בחור, מיט אַ ליטווישער באָבע, וואָס איז געפֿאַלן אין שלאַכט פֿאַר מדינת־ישׂראל, אָנגערופֿן "העלד", צי נישט?
אָבער ווען זײַן ייִדישער זיידע וואָלט נישט געקעמפֿט צו באַפֿרײַען ליטע און נישט דערגאַנגען ביז בערלין, בין איך נישט זיכער, צי ס'וואָלט בכלל געווען אַ ייִדישע מדינה.