ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אלכּסנדר איליטשעווסקי,
"דער פּערסיאַנער". ראָמאַן.
מאָסקווע׃ "אַסט", 2010

דער שרײַבער אלכּסנדר איליטשעווסקי האָט זיך קונה־שם געווען אין דער רוסישער ליטעראַטור אין די לעצטע פֿינף יאָר. אַ פֿיזיקער, לויט זײַן ערשטער פּראָפֿעסיע, האָט ער פֿאַרבראַכט די 1990ער יאָרן אין ישׂראל און קאַליפֿאָרניע, וווּ ער האָט געאַרבעט אין פֿאָרשערישע און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. אָבער נאָך זײַן אומקערן זיך קיין רוסלאַנד, איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שרײַבער. ער איז שוין באַלוינט געוואָרן מיט פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פּרעמיעס, אָבער די קריטישע אָפּשאַצונג פֿון זײַנע ווערק איז ווײַט ניט קיין איינשטימיקע.

איליטשעווסקי איז אפֿשר דער שווערסטער צווישן די הײַנטיקע רוסישע מחברים. זײַן פּראָזע איז איבערגעלאָדן מיט מעטאַפֿאָרן, וואָס זײַנען אײַנגעוואָרצלט אין זײַן ברייטער ערודיציע אין נאַטור־וויסנשאַפֿטן און קולטור־געשיכטע. ער וועבט זײַן דערציילערישן לײַוונט פֿון הונדערטער טעמאַטישע פֿעדעם, פֿון טעאָרעטישער פֿיזיק, געאָלאָגיע און זאָאָלאָגיע ביז איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע און הײַנטיקער פּאָליטיק. זײַנע נאַטור־באַשרײַבונגען און פּאָרטרעטן פֿון מענטשלעכע כאַראַקטערן זײַנען סײַ טיף־פּאָעטיש און סײַ טעכניש־פּרעציז.

דער נײַער ראָמאַן "דער פּערסיאַנער" איז דאָס גרעסטע און סאַמע טיפֿזיניקע ווערק פֿון איליטשעווסקין, וואָס מאַכט דעם סך־הכּל פֿון אַ גאַנצער תּקופֿה אין זײַן שאַפֿונג — און אפֿשר אַפֿילו אין דער נײַסטער רוסישער ליטעראַטור. "דער הײַנטצײַטיקער ראָמאַן מוז האָבן אַ נײַע פֿאָרמע", זאָגט איליטשעווסקי, און "דער פּערסיאַנער" איז אַ דרייסטער פּרוּוו צו שאַפֿן אַזאַ מין ראָמאַן.

דאָס איז אַן ענציקלאָפּעדיש בוך וועגן אונדזער צײַט, הגם זײַן האַנדלונג קומט פֿאָר אין אַ לאַנד, וואָס איז קוים באַקאַנט דעם מאָדערנעם לייענער׃ אין דער היסטאָרישער געגנט פֿון שירוואַן, אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון אַזערבײַדזשאַן, אויף דער גרענעץ מיט איראַן. פֿאַר איליטשעווסקין, וואָס שטאַמט פֿון יענע מקומות, ליגט אַזערבײַדזשאַן אינעם סאַמע צענטער פֿון דער וועלט, דער טרערפֿפּונקט פֿון די גרויסע וועלט־רעליגיעס און קולטורן. דאָ לעבן די סאַמע עקזאָטישע, אוראַלטע מינים חיות און פֿייגל, און דאָ האָט מען זיך צו ערשט גענומען אויסצואַרבעטן די נאַפֿט־קוואַלן אינעם 19טן יאָרהונדערט, אַ טעכנאָלאָגישע דערפֿינדונג, וואָס האָט געענדערט די גאַנצע וועלט.

דער דערציילערישער קול פֿונעם ראָמאַן געהערט צו דעם מחברס "אַלטער עגאָ". דאָס איז אַ פֿיזיקער, וואָס האָט עמיגרירט קיין קאַליפֿאָרניע און האָט זיך אין יאָרן אַרום אומגעקערט אין דער אַלטער היים ווי אַן אָנגעשטעלטער פֿון אַן אַמעריקאַנער קאָמפּאַניע, וואָס האָט אַן אינטערעס אין נאַפֿט. אין אַזערבײַדזשאַן טרעפֿט ער זײַן אַלטן חבֿר כאַשעם, אַ זון פֿון אַן אָפֿיצער פֿון דער איראַנישער געהיים־פּאָליציי. כאַשעמס פֿאָטער איז דערהרגעט געוואָרן בעת דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, און זײַן מאַמע איז אַנטלאָפֿן מיטן קינד אין סאָוועטישן אַזערבײַדזשאַן. נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע איז אַזערבײַדזשאַן געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע, אָרעמע און קאָרומפּירטע מלוכה. אָבער כאַשעם האָט געשאַפֿן אַן אייגן "מלכות" אין אַ נאַטור־רעזערוואַציע, וואָס היט אָפּ זעלטענע מינים געוויקסן און חיות.

אין דער אמתן איז כאַשעם אַ סך מער, ווי סתּם אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אַ נאַטור־רעזערוואַציע. ער איז אַ נבֿיא פֿון אַ נײַער סינטעטישער רעליגיע, אַ מעטאַפֿאָרישער גילגול פֿון נבֿיאישע געשטאַלטן פֿון גאָר פֿאַרשידענע טראַדיציעס, פֿון שיִיִטישן איסלאַם ביז רוסישן אַוואַנגאַרד. ער האָט אַפֿילו אַ קליינע אַרמיי, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם רוסישן דיכטער־פֿוטוריסט וועלימיר כלעבניקאָוו.

איליטשעווסקי באַנוצט זיך מיטן פֿאַנטאַסטישן סיפּור־המעשׂה, כּדי צו באַרירן אַלע ענינים, וועלכע ער האַלט פֿאַר גורלדיק־וויכטיקע׃ איסלאַם און טעראָריזם, נאַפֿט און פּאָליטיק, נאַטור און נײַע טעכנאָלאָגיעס. יעדע זאַך און יעדער באַגריף ווערט באַלעבט אונטער זײַן פּען מיט אַ שלל פֿון מעטאַפֿאָרישע מיינונגען. דער צענטראַלער מעטאַפֿאָרישער אימאַזש פֿונעם ראָמאַן איז נאַפֿט, וואָס טראָגט אין זיך די גאַנצע ירושה פֿון דער ביאָלאָגישער עוואָלוציע און איינצײַטיק איז עס אַן אָביעקט פֿונעם כּמעט עראָטישן באַגער מצד דער מאָדערנער וועלט. פֿון איין זײַט, נעמט דער נאַפֿט אַרײַן אַלץ, וואָס האָט אַ מאָל געלעבט אויף דער ערד, און פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס דער יסוד פֿון שׂינאה, קינאה אין דער הײַנטיקער פּאָליטיק.

איליטשעווסקי האָט אײַנגעזאַפּט די רײַכע ירושה פֿון פּאָסט־מאָדערניזם און געמאַכט אַ שריט ווײַטער. אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור קאָן מען אים אפֿשר פֿאַרגלײַכן מיט מײַקל שאַבאָן. ביידע מחברים פֿאַרמאָגן אַ שטאַרקן כּוח־הדמיון, אַן אייגנאַרטיקן ליטעראַרישן סטיל און אַ רײַכן וואָקאַבולאַר, וואָס פֿאָדערט צומאָל אַ ספּעציעלן ווערטערבוך. אָבער ווי אַ דענקער איז איליטשעווסקי אַ סך טיפֿער פֿון שאַבאָן. זײַן שפּיל מיט ווערטער און אימאַזשן איז אַ דעקטוך פֿאַרן פֿילאָסאָפֿישן געדאַנקענגאַנג, וואָס האָט זײַנע וואָרצלען אין פֿאַרשידענע קולטורעלע און רעליגיעזע טראַדיציעס, פֿון בודיזם און איסלאַם ביזן רוסישן אַוואַנגאַרד און דעם אַמעריקאַנער מאָדערניזם.

איליטשעווסקי קומט פֿון אַן אייגנאַרטיקן ייִחוס׃ צווישן זײַנע באָבעס און זיידעס זײַנען געווען אַשכּנזישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַזערבײַדזשאַן פֿאַר און נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, ווי אויך רוסישע פּויערים, וואָס האָבן זיך מגייר געווען און פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם ווײַטן עק פֿון דער רוסישער אימפּעריע דורך דער צאַרישער רעגירונג. די ייִדישע טעמע איז דערפֿאַר גאַנץ וויכטיק פֿאַר אים. שוין דער נאָמען פֿונעם דערציילער, איליאַ דובנאָוו, איז מרמז אויף זײַן שליחות ווי אַ היסטאָריקער, וואָס ברענגט צונויף דאָס אַמאָל און דעם הײַנט, דעם "גלות" און דאָס "היימלאַנד". היסטאָריש האָט אַזערבײַדזשאַן אַ רײַכע ייִדישע טראַדיציע. דאָ טרעפֿן זיך ביז פֿאַרשידענע ייִדישע עדות׃ אַשכּנזים, מיזרחדיקע ייִדן, רוסישע גרים און אַלטע כאַזאַרן. ווי עס דערקלערט איינער אַ פּאַרשוין אינעם ראָמאַן, "יעדער איינער קאָן ווערן אַ ייִד אָדער אַ קאָזאַק, ווען מען וויל ווערן פֿרײַ."

אַלע העלדן פֿונעם ראָמאַן ווילן דערגרייכן פֿרײַהייט. אויף דעם דאָזיקן וועג מוזן זיי איבערקומען כּלערליי אינערלעכע און דרויסנדיקע מניעות. איינע פֿון די גרעסטע סכּנות אין דער מאָדערנער וועלט איז דער רעליגיעזער פֿונדאַמענטאַליזם און אידעאָלאָגישע אינטאָלעראַנץ, וואָס נעמט אָן פֿאַרשידענע פֿאָרמעס, פֿון קאָמוניזם ביז איסלאַם, האַלט איליטשעווסקי. פֿרײַהייט און שקלאַפֿערײַ ראַנגלען זיך אומעטום, אָבער אַמבולטסטן זעט מען דעם דאָזיקן קאָנפֿליקט אינעם לאַנד, וואָס הייסט "פּערסיע", סײַ אינעם רעאַלן געאָגראַפֿישן, סײַ אינעם סימבאָלישן זיּן.