דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן פֿראַגמענטן פֿונעם קאַפּיטל וועגן איציק מאַנגערס יונגע יאָרן פֿון דער ביאָגראַפֿישער פֿאָרשונג, באַטיטלט׃
Niemandssprache: Itzik Manger – Ein europäischer Dichter
("ייִדיש איז הפֿקר׃ איציק מאַנגער — אַן אייראָפּעיִשער דיכטער"). דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין זורקאַמפּ־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד, אין 2011.
אפֿרת גל־עד איז געבוירן געוואָרן אין טבֿריה, האָט שטודירט גערמאַניסטיק, ייִדישע לימודים, ייִדישע ליטעראַטור און מאָלערײַ אין דײַטשלאַנד. זי איז טעטיק ווי אַ קינסטלערין, איבערזעצערין און שרײַבערין. זי לערנט ייִדיש אין דעם הײַנריך־הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף.
אַ בילד פֿון אַ יונגן בחור. אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע מערקט מאַנגער אָפּ, אַז ער איז 20 יאָר אַלט. אַנדערשוווּ זאָגט ער, אַז ער איז 21, און גיט צו, אַז אינעם דאָזיקן עלטער האָט ער אָנגעשריבן זײַן ערשטע באַלאַדע, "דאָס גאַסנמיידל". אָבער ער זעט אויס אַ סך ייִנגער, אַ ביסל שעמעוודיק; מיט זײַן געקרײַזלטן קאָפּ האָר, וואָס שטעקן אַרויס פֿון דער אַרבעטער־קעפּקע. דער בחור פּאָזירט פֿאַר דער קאַמערע אַזוי ווי ער וואָלט זיך געגרייט צו אַ שפּרונג. וואָס האָט ער אין זינען?
אין גיכן נאָכן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אין האַרבסט 1914 האָט די רוסישע אַרמיי פֿאַרנומען טיילן פֿון גאַליציע און בוקאָווינע. די משפּחה מאַנגער איז אַנטלאָפֿן פֿון טשערנאָוויץ קיין יאַס אין רומעניע. צוערשט האָבן זיי זיך באַזעצט בײַ טאַנטע חיה, דער מוטערס שוועסטער. איציק האָט געדינט ווי אַ לערנייִנגל בײַ פֿאַרשידענע בעלי־בתּים, אָבער בײַ קיינעם איז ער ניט פֿאַרבליבן אויף לאַנג.
פֿונעם אַלטן אַלמן, דעם טשעכישן שנײַדער שאָנאַק אַנטלויפֿט ער אין גיכן צוריק צו טאַנטע חיה, ווײַל ער האָט ניט ליב דעם טשעכס מאכלים. ווי מאַנגער האָט זיך שפּעטער דערמאָנט אין אַ שמועס מיט יעקבֿ פּאַט, האָט ער זיך איין מאָל בײַנאַכט "אײַנגעוויקלט אין אַ ווײַסן לײַלעך, געשטעלט הינטערן פֿענצטער און גערעדט מיטן לשון פֿונעם שנײַדערס ווײַב׃ ׳שאָנאַק, דו האָסט מיך יונגערהייט אין קבֿר געטריבן. וואָס גיסטו ניט עסן דעם אָרעמען קינד?".
|
יונגער איציק מאַנגער אין יאַס, 1921 |
|
בײַ דעם פּוילישן שנײַדער אַנטאָן שודאַק, זײַן פֿאָטערס אַ גוטן פֿרײַנט, איז ער אויך ניט פֿאַרבליבן אויף לאַנג. הגם ניט קיין ייִד, האָט שודאַק געקענט גוט ייִדיש און האָט ליב געהאַט שלום־עליכם — אָבער דעם יונגן איציק האָט ער טאַקע ניט ליב געהאַט.
דער מאָמענט, ווען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן שלום־עליכמס טויט, האָט זיך אײַנגעקריצט אין מאַנגערס זכּרון׃ "אַ פֿרילינגטאָג וואָס האָט פֿאַרשמעקט מיט מײַגאָלד, מיט צײַטיקן בעז און קאַרשנבליטן. אין יאַס, דער קרוינשטאָט פֿון מאָלדאָווע, דער קרוינשטאָט פֿון ייִדישן טעאַטער. אַ בלייך פֿופֿצן־יאָריק ייִנגל פֿאַר דער וויטרינע פֿון אַ ייִדישן מוכר־ספֿרים, אין סאַמע האַרץ פֿון שולהויף. פֿון ייִנגלס אויגן קאַפּען טרערן. אין פֿענצטער הענגט אַ צײַטונג ׳די ריכטיקע ייִדישע צוקונפֿט׳. דאָס ערשטע זײַטל אין אַ שוואַרץ רעמל. דאָס קעפּל מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות. ׳געשטאָרבן שלום־עליכם׳; ׳געשטאָרבן דער ייִדישער געלעכטער׳."
נאָך שנײַדערײַ פּרוּווט איציק אויס זײַן מזל אין אַנדערע מלאָכות׃ "איך בין געווען אַ באַרבער, אַ פּריקאַזטשיק, אָבער תּמיד האָט עס זיך געענדיקט אין אַ פֿיאַסקאָ". דאָס לעבן אין יאַס איז שווער פֿאַר דער משפּחה מאַנגער, די מלחמה־פּליטים. נאָך זוכענישן באַקומט הילל, דער פֿאָטער, אַ שטעלע פֿון אַ צושנײַדער אין אַ לוקסוס־שנײַדערײַ, און מען ציט זיך אַריבער אין אַ קליינער דירה. ווען רומעניע טרעט אַרײַן אין דער מלחמה קעגן דײַטשלאַנד און עסטרײַך סוף אויגוסט 1916, ווערט הילל, ווי אַן עסטרײַכישער בירגער, אַרײַנגעזעצט אין אַ לאַגער לעבן יאַס. די משפּחה הונגערט, איציק און זײַן ייִנגערער ברודער נאָטע מוזן גאַנצע נעכט שטיין אין די רייען, וואַרטנדיק אויף ברויט. אין גיכן ווערט דער פֿאָטער באַפֿרײַט לויט דער בקשה פֿון זײַן בעל־הבית, וואָס נייטיקט זיך אינעם געניטן צושנײַדער, און די משפּחה ציט זיך אַריבער אין אַ גרעסערער דירה אויף בראַטיאַנו־גאַס, 158.
היללס בעל־הבית, שמואל קריסטיאַן, איז אַ גוטער חבֿר פֿון דער משפּחה און אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט ליב היללס וויצן און איז גרייט צו העלפֿן זײַנע זין. נאָטע לערנט זיך אין דער רומענישער גימנאַזיע און פֿאַרענדיקט זי ווי אַן עקסטערן. אָבער איציק וויל ווערן אַ דיכטער. ער זוכט נאָך אַן אייגענע שפּראַך און פֿאָרעם, לייענט די וועלט־ליטעראַטור אין דײַטשער איבערזעצונג, אָבער פֿאַר זיך אַליין וויל ער שאַפֿן אַן אייגענע דיכטערישע וועלט אויף ייִדיש.
אין אַ שמועס מיט יעקבֿ פּאַט דערקלערט מאַנגער׃ "אויב ווילנע [...] איז געווען אַ שטאָט פֿון אינטעליגענטן, איז יאַס געווען אַ שטאָט אַ פּרימיטיווע. מע האָט דאָרטן גערעדט ייִדיש, געלעבט ייִדיש. לייענען ייִדיש האָט מען דאָרטן ווייניק געקאָנט." מאַנגער דערציילט ווײַטער׃ "איך דערמאָן זיך איינעם אַ ייִדן, וואָס איך האָב באַגעגנט אין די טשאַינעס, אַ מוליאַרזש. מען האָט אים גערופֿן פֿעטער זשאָרזש. ער איז שוין געווען אַן אַלטער ייִד, אָבער אַ סאָציאַליסט. ער האָט אויסגעזען ווי מאַקסים גאָרקי, נאָר זײַנע האָר זײַנען געווען גרוי. די יוגנט האָט זיך געקלעפּט צו אים, אויסגעהערט זײַן תּורה, זײַנע געשיכטעס. ער האָט געהאַט חבֿרים אין אַמעריקע, וואָס פֿלעגן אים שיקן ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן."
דער אַנדערער סאָציאַליסט, וואָס האָט געהאַט השפּעה אויפֿן יונגן מאַנגער, איז געווען דאָקטאָר לודוויק געלערטער, אַ פֿירער פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין רומעניע. "בײַ אים אין הויז האָט מען גערעדט אַ גוטן ייִדיש. ער איז געווען אַ געלערנטער מענטש. דאָרטן האָט ער [מאַנגער] זיך באַגעגנט מיט ייִדישע אינטעליגענטן, סטודענטן און — אויך פֿון זיי געלערנט." אין די "טשײַנעס" (טייהײַזער) זאַפּט מאַנגער אַרײַן דעם זאַפֿטיקן אידיאָמאַטישן ייִדיש פֿון פּראָסטע ייִדן. ער באַקענט זיך גוט מיט פֿאַרשידענע ייִדישע שטאָט־טיילן, אַזעלכע ווי "שולהויף", "אויבערמאַרק" אָדער די "רויטע בריק". ער באַזוכט דעם ייִדישן טעאַטער און פֿאַרברענגט אינעם בירגאָרטן.
אין דער "רויטער בריק" טרעפֿט ער זיך מיט ייִדן, וואָס פֿאַרשטייען ניט קיין סך אין די "קליינע אותיות", אָבער האָבן ברייטע פּלייצעס און אַ חוש פֿאַר יושר. זיי זײַנען פּאַטריאָטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און פֿאַרשטייען די קונסט פֿון דערציילן מעשׂיות און וויצן. מיט יאָרן שפּעטער וועט מאַנגער אַרײַנשטעלן אייניקע געשטאַלטן און עפּיזאָדן פֿון יענער תּקופֿה אין זײַנע אייגענע דערציילונגען. די דאָזיקע טעקסטן, וואָס זײַנען דערשינען אין דער וואַרשעווער צײַטונג "מאָמענט", זײַנען עד־היום ניט אַרײַן אין קיין זאַמלבוך פֿון מאַנגערס פּראָזע.
אַ סך פֿון מאַנגערס לעבן אין יאַס בלײַבט אונדז ניט באַקאַנט. עס פֿעלן מאַטעריאַלן און מקורים פֿון יענער צײַט. ניטאָ קיין בריוו, טאָגביכער, אָפֿיציעלע דאָקומענטן. אָבער עס איז קלאָר, אַז די ייִדישע וועלט פֿון דער דאָזיקער אַלטער רומענישער שטאָט מיט אירע פֿאַרשידענע סבֿיבֿות האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף דעם יונגן דיכטער און באַווירקט זײַנע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אָנזיכטן. די געשטאַלטן און אומשטאַנדן פֿון יענער וועלט האָבן אויסגעפֿורעמט דעם כאַראַקטער פֿון זײַנע שפּעטערע ווערק.
מאַנגערס סאַמע ערשטע נאָטיץ־ביכל, וואָס האָט זיך פֿאַרהיט, האָט 99 זײַטן, אָנגעשריבן פֿון איין זײַט. עס עפֿנט זיך פֿון לינקס אויף רעכטס און הייבט זיך אָן מיט אַ רומענישן קעפּל "Journalul meu. 1917", אָבער קיין טאָגבוך איז דאָרט ניטאָ. אין אַ יאָר אַרום נעמט זיך מאַנגער ווידער פֿאַר שרײַבן אינעם ביכל, דאָס מאָל פֿון רעכטס אויף לינקס, מיטן טיטל׃ "קווייטן. Poesie von J. Manger". אויף דער צווייטער זײַט שטייט דאָס יאָר׃ 1918 — 1919. דערנאָך קומען 28 לידער, אַ פֿראַגמענט פֿון אויטאָביאָגראַפֿישער פּראָזע. נאָך איין טיטל "קווייטן", און דאָס יאָר איז שוין 1919—1920, נאָך פֿינף לידער מיט אַ פֿראַגמענט פֿון אַ ליד, אַ פּאָר קליינע איבערזעצונגען פֿון דײַטש און אַ "קאַטאַלאָג" מיט 76 טיטלען פֿון ביכער, וואָס מאַנגער האָט איבערגעלייענט אָדער האָט געהאַט בדעה צו לייענען.
ניט אין זײַן יוגנט און ניט אַפֿילו שפּעטער האָט מאַנגער געפֿירט אַ טאָגבוך. אַנשטאָט דעם פֿלעגט ער פֿאַרשרײַבן זײַנע לידער, איינצלנע פֿערזן, שטיקלעך פּראָזע, געדאַנקען. ער האָט דאָקומענטירט דעם גאַנג פֿון זײַנע שטודיען, וואָס זײַנען באַשטאַנען כּמעט אויסשליסלעך פֿון די ווערק פֿון דער דײַטשישער ליטעראַטור און וועלט־ליטעראַטור אין דער דײַטשישער איבערזעצונג. קיין אייגענע ביבליאָטעק האָט דער יונגער מאַנגער ניט פֿאַרמאָגט, ער האָט געדאַרפֿט באָרגן ביכער.
די רשימה פֿון די ביכער זאָגט עדות וועגן מאַנגערס נײַגעריקייט און אַנטפּלעקט די ריכטונגען פֿון זײַנע אינטערעסן׃ פּאָליטיק, וויסנשאַפֿט, פֿילאָסאָפֿיע, ליטעראַטור־געשיכטע. ניט קיין סך ביכער וועגן דיכטונג, אָבער אַ סך וועגן טעאַטער. אַ גרויסער טייל פֿונעם קאַטאַלאָג באַשטייט פֿון בעלעטריסטיק — דער קלאַסישער און מיטצײַטלערישער דײַטשישער און אייראָפּעיִשער ליטעראַטור. די ייִדישע ליטעראַטור איז מן־הסתּם געווען נאַטירלעך פֿאַר אים, ניט וויכטיק, כּדי מען זאָל זי אָפּמערקן.
אָבער שרײַבן שרײַבט ער אויף ייִדיש. די טיטלען פֿון זײַנע לידער קלינגען זייער דײַטשמעריש, אַזוי ווי מאַנגערס כּוונה וואָלט געווען נאָכצומאַכן די דײַטשישע פּאָעזיע. אייניקע ווערטער שרײַבט ער אין דעם דײַטשמערישן אויסלייג׃ "נעבעל", "אָבענד", "פֿריעדען". אין זײַנע אויערן קלינגט די מוזיק, דער ריטעם און די גראַמען פֿון דער דײַטשישער דיכטונג. אין זײַנע לידער הערשן די שטימונגען פֿון איינזאַמקייט און טרויער, שמערץ, בענקשאַפֿט, ליבע. דאָס אָרט איז כּסדר נאַטור׃ וואַלד און טאָל, טײַכל און קוואַל׃ "ווען אין דער וואַלדאיינזאַמקייט ערוואַכט / בענקענדע טענער פֿון אַ נאַכטיגאַללענליעד / גיססענד אַ באַלזאַם אין מײַן האַרצען מיעד / זיי מיר געגרוסט דוא שענע זיסע נאַכט".
ניט געקוקט אויף זײַן באַגער נאָכצומאַכן די דײַטשישע מוסטערן, דריקט אויס דער יונגער מאַנגער אין זײַנע ערשטע לידער זײַנע אייגענע געפֿילן, זײַן טרויער זײַן דלות, זײַן מאַמעס געוויין. אין איין ליד הערט מען דעם "טיק־טאַק"־קלאַנג פֿון אַ ניימאַשין, אינעם אַנדערן זעט מען די אַלטע, "האַלב־אײַנגעפֿאַלענע" שטוב, וווּ מאַנגער איז געבוירן געוואָרן און וווּ זײַן מאַמע האָט אים אַ מאָל געזונגען׃ "ביזט איין ארבייטסקינד געבוירען / ניט פֿאַר דיר זענען אַלל דיא פֿריידען / ניט פֿאַר דיר איז אַלל דאָס שענקייט / דוא וועסט לײַדען נאָר און לײַדען."
צווישן מאַנגערס פֿריִערע פּאָעטישע פּרוּוון געפֿינט זיך זײַן ערשטע אָפּגעהיטע באַלאַדע, "דער קלויזניק". דער העלד פֿון דער דאָזיקער באַלאַדע זיצט און לערנט תּורה די גאַנצע נאַכט בײַ דער שײַן פֿון אַ ליכטל. ס׳צאַנקט דאָס ליכטל און מאָלט שאָטנס אויף דער וואַנט׃ "דיא שאָטנס אַלץ ווײַטער און ווײַטער, / באַלד ווערן זיי לאַנג, גאַנץ מורא'דיג לאַנג, / באַלד ווערן זיי ברייטער און ברייטער. / דעם קלויזניק ווערט עס באַלד קאַלט און באַלד הייס, / אים טרעט אויפ'ן שטערן אין טראָפּען דער שווייס." אָבער דער איבערגעשראָקענער קלויזניק נעמט זיך אין די הענט און דערמאָנט זיך אָן "אַ וואָרט צו זײַן רעטונג צו זאָגען"׃ "ער פֿאַסט זיך — ער צווייפֿעלט — און ווידער אַמאָל, / באַנג קלינגט אָפּ אין קלויזעל זיין ׳שמע ישׂראל׳ / דאָס ליכטל פאַרלעשט... / אין מיזרח בעגינט עס צו טאָגען." שפּעטער פֿאַרנעמט דער זשאַנער פֿון באַלאַדע אַ צענטראַל אָרט אין מאַנגערס דיכטונג (די לידער ווערן ציטירט אין מאַנגערס אָריגינעלן אויסלייג לויטן כּתבֿ־יד נומער Manger Arc. 4° 1357, 2: 22 אין דער ייִדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים).
אין גיכן גייט דער יונגער דיכטער ווײַט אַוועק פֿון זײַנע ערשטע פּאָעטישע פּרוּוון. ער שרײַבט אַ סך, אָבער איצט טרעפֿן זיך דײַטשמעריזמען אין זײַנע לידער גאָר זעלטן. זײַנע פֿערזן ווערן מער בייגעוודיק, זײַן סינטאַקסיס פּשוטער, און דער אויסלייג מער אין הסכּם מיט די ייִדישע נאָרמעס. ער דערנענטערט זיך צום ייִדישן ליטעראַרישן קרײַזל אין יאַס. אינעם צענטער פֿונעם דאָזיקן קרײַזל שטייען די אַמאָליקע מיטאַרבעטער פֿון דער שריפֿט "ליכט" (וואָס איז דערשינען צווישן דעצעמבער 1914 און סעפּטעמבער 1915׃ אפֿרים וואַלדמאַן, מאָטי ראַבינאָוויטש, יעקבֿ באָטאָשאַנסקי און יעקבֿ גראָפּער.
יעקבֿ באָטאָשאַנסקי דערמאָנט זיך אָן זײַן באַגעגעניש מיט מאַנגער בעת אַ פּאָליטישער דעמאָנסטראַציע אין 1918׃ "אַ שוואַרץ ייִנגל, לומפּן־פּראָלעטאַריש געקליידט. ער האָט געהאַלטן אין איין שרײַען ׳טראַיאַסקאַ אַטריעאַ׳ (זאָל לעבן דער דריטער אינטערנאַציאָנאַל) און מיר געוויזן אַ שיר. אַ שיר, וואָס האָט נישט געהאַט די קלענסטע שײַכות צו דער אַרבעטער־מאַניפֿעסטאַציע. אַ שיר, וואָס זוכט ׳דעם צלם פֿון יעדן בוים׳, אָדער איז פֿול מיט ׳נאַכט, טויט און משוגעת׳."
ווען מאַנגער האָט געשריבן וועגן יאַס אין זײַנע שפּעטערע יאָרן, האָט ער ניט דערמאָנט ניט באָטאָשאַנסקין, ניט ראַבינאָוויטשן, ניט גראָפּערן. אַנשטאָט דעם שווימען אין זײַנע ווערק אַרויס די אַלטע ייִדישע געגנטן ווי בינעס, אויף וועלכע עס אַנטוויקלען זיך די אַלטע מעשׂיות פֿון אַמאָליקע צײַטן, כּלומרשט זײַן באַציִונג צו קעגנוואַרט איז שוין דעמאָלט געווען סענטימענטאַל. אינעם ליד "יאַסי" (1923) מאַכט ער אַ פּרוּוו צו פֿאַרכאַפּן די שטימונג, וואָס האַלט שוין פֿאַר צעגייען זיך אין דער לופֿט׃
דו, אַלטע שטאָט, מיט ווינקליק־קרומע גאַסן,
פֿון דײַנע פֿענצטער שטראָמט אַ זיס דערמאָנען.
דאָ האָט געבליט טרובאַדורן־ליד און לייד
און ס'בליִען נאָך זכרונות, וועלכע וויאַנען
אין יעדן פֿענצטער, וואָס ברענט אין בלייכן שײַן
און וויגט דעם וואַנדערער מיט בענקשאַפֿט אײַן.
אין מאַנגערס לידער און פּראָזע בלײַבט יאַס אַ שטאָט פֿון פּראָסטע ייִדן, אַן אָרט פֿון ייִדישן חיות און פֿרומקייט, אָבער אויך פֿון דער נײַער, אויפֿקומענדיקער וועלטלעכקייט. אין מאַנגערס "זיסן אָנדענק" האָבן געלעבט וועלוול זבאַרזשער, דער ערשטער מאָדערנער טרובאַדור פֿון ייִדישער באָהעמע, און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועמען מאַנגער האָט געמאַכט פֿאַר זײַנע דיכטערישע אָבֿות.
אַ בילד פֿון אַ יונגן בחור. אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע מערקט מאַנגער אָפּ, אַז ער איז 20 יאָר אַלט. אַנדערשוווּ זאָגט ער, אַז ער איז 21, און גיט צו, אַז אינעם דאָזיקן עלטער האָט ער אָנגעשריבן זײַן ערשטע באַלאַדע, "דאָס גאַסנמיידל". אָבער ער זעט אויס אַ סך ייִנגער, אַ ביסל שעמעוודיק; מיט זײַן געקרײַזלטן קאָפּ האָר, וואָס שטעקן אַרויס פֿון דער אַרבעטער־קעפּקע. דער בחור פּאָזירט פֿאַר דער קאַמערע אַזוי ווי ער וואָלט זיך געגרייט צו אַ שפּרונג. וואָס האָט ער אין זינען?
אין גיכן נאָכן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אין האַרבסט 1914 האָט די רוסישע אַרמיי פֿאַרנומען טיילן פֿון גאַליציע און בוקאָווינע. די משפּחה מאַנגער איז אַנטלאָפֿן פֿון טשערנאָוויץ קיין יאַס אין רומעניע. צוערשט האָבן זיי זיך באַזעצט בײַ טאַנטע חיה, דער מוטערס שוועסטער. איציק האָט געדינט ווי אַ לערנייִנגל בײַ פֿאַרשידענע בעלי־בתּים, אָבער בײַ קיינעם איז ער ניט פֿאַרבליבן אויף לאַנג.
פֿונעם אַלטן אַלמן, דעם טשעכישן שנײַדער שאָנאַק אַנטלויפֿט ער אין גיכן צוריק צו טאַנטע חיה, ווײַל ער האָט ניט ליב דעם טשעכס מאכלים. ווי מאַנגער האָט זיך שפּעטער דערמאָנט אין אַ שמועס מיט יעקבֿ פּאַט, האָט ער זיך איין מאָל בײַנאַכט "אײַנגעוויקלט אין אַ ווײַסן לײַלעך, געשטעלט הינטערן פֿענצטער און גערעדט מיטן לשון פֿונעם שנײַדערס ווײַב׃ ׳שאָנאַק, דו האָסט מיך יונגערהייט אין קבֿר געטריבן. וואָס גיסטו ניט עסן דעם אָרעמען קינד?". בײַ דעם פּוילישן שנײַדער אַנטאָן שודאַק, זײַן פֿאָטערס אַ גוטן פֿרײַנט, איז ער אויך ניט פֿאַרבליבן אויף לאַנג. הגם ניט קיין ייִד, האָט שודאַק געקענט גוט ייִדיש און האָט ליב געהאַט שלום־עליכם — אָבער דעם יונגן איציק האָט ער טאַקע ניט ליב געהאַט.
דער מאָמענט, ווען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן שלום־עליכמס טויט, האָט זיך אײַנגעקריצט אין מאַנגערס זכּרון׃ "אַ פֿרילינגטאָג וואָס האָט פֿאַרשמעקט מיט מײַגאָלד, מיט צײַטיקן בעז און קאַרשנבליטן. אין יאַס, דער קרוינשטאָט פֿון מאָלדאָווע, דער קרוינשטאָט פֿון ייִדישן טעאַטער. אַ בלייך פֿופֿצן־יאָריק ייִנגל פֿאַר דער וויטרינע פֿון אַ ייִדישן מוכר־ספֿרים, אין סאַמע האַרץ פֿון שולהויף. פֿון ייִנגלס אויגן קאַפּען טרערן. אין פֿענצטער הענגט אַ צײַטונג ׳די ריכטיקע ייִדישע צוקונפֿט׳. דאָס ערשטע זײַטל אין אַ שוואַרץ רעמל. דאָס קעפּל מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות. ׳געשטאָרבן שלום־עליכם׳; ׳געשטאָרבן דער ייִדישער געלעכטער׳."
נאָך שנײַדערײַ פּרוּווט איציק אויס זײַן מזל אין אַנדערע מלאָכות׃ "איך בין געווען אַ באַרבער, אַ פּריקאַזטשיק, אָבער תּמיד האָט עס זיך געענדיקט אין אַ פֿיאַסקאָ". דאָס לעבן אין יאַס איז שווער פֿאַר דער משפּחה מאַנגער, די מלחמה־פּליטים. נאָך זוכענישן באַקומט הילל, דער פֿאָטער, אַ שטעלע פֿון אַ צושנײַדער אין אַ לוקסוס־שנײַדערײַ, און מען ציט זיך אַריבער אין אַ קליינער דירה. ווען רומעניע טרעט אַרײַן אין דער מלחמה קעגן דײַטשלאַנד און עסטרײַך סוף אויגוסט 1916, ווערט הילל, ווי אַן עסטרײַכישער בירגער, אַרײַנגעזעצט אין אַ לאַגער לעבן יאַס. די משפּחה הונגערט, איציק און זײַן ייִנגערער ברודער נאָטע מוזן גאַנצע נעכט שטיין אין די רייען, וואַרטנדיק אויף ברויט. אין גיכן ווערט דער פֿאָטער באַפֿרײַט לויט דער בקשה פֿון זײַן בעל־הבית, וואָס נייטיקט זיך אינעם געניטן צושנײַדער, און די משפּחה ציט זיך אַריבער אין אַ גרעסערער דירה אויף בראַטיאַנו־גאַס, 158.
היללס בעל־הבית, שמואל קריסטיאַן, איז אַ גוטער חבֿר פֿון דער משפּחה און אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט ליב היללס וויצן און איז גרייט צו העלפֿן זײַנע זין. נאָטע לערנט זיך אין דער רומענישער גימנאַזיע און פֿאַרענדיקט זי ווי אַן עקסטערן. אָבער איציק וויל ווערן אַ דיכטער. ער זוכט נאָך אַן אייגענע שפּראַך און פֿאָרעם, לייענט די וועלט־ליטעראַטור אין דײַטשער איבערזעצונג, אָבער פֿאַר זיך אַליין וויל ער שאַפֿן אַן אייגענע דיכטערישע וועלט אויף ייִדיש.
אין אַ שמועס מיט יעקבֿ פּאַט דערקלערט מאַנגער׃ "אויב ווילנע [...] איז געווען אַ שטאָט פֿון אינטעליגענטן, איז יאַס געווען אַ שטאָט אַ פּרימיטיווע. מע האָט דאָרטן גערעדט ייִדיש, געלעבט ייִדיש. לייענען ייִדיש האָט מען דאָרטן ווייניק געקאָנט." מאַנגער דערציילט ווײַטער׃ "איך דערמאָן זיך איינעם אַ ייִדן, וואָס איך האָב באַגעגנט אין די טשאַינעס, אַ מוליאַרזש. מען האָט אים גערופֿן פֿעטער זשאָרזש. ער איז שוין געווען אַן אַלטער ייִד, אָבער אַ סאָציאַליסט. ער האָט אויסגעזען ווי מאַקסים גאָרקי, נאָר זײַנע האָר זײַנען געווען גרוי. די יוגנט האָט זיך געקלעפּט צו אים, אויסגעהערט זײַן תּורה, זײַנע געשיכטעס. ער האָט געהאַט חבֿרים אין אַמעריקע, וואָס פֿלעגן אים שיקן ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן."
דער אַנדערער סאָציאַליסט, וואָס האָט געהאַט השפּעה אויפֿן יונגן מאַנגער, איז געווען דאָקטאָר לודוויק געלערטער, אַ פֿירער פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין רומעניע. "בײַ אים אין הויז האָט מען גערעדט אַ גוטן ייִדיש. ער איז געווען אַ געלערנטער מענטש. דאָרטן האָט ער [מאַנגער] זיך באַגעגנט מיט ייִדישע אינטעליגענטן, סטודענטן און — אויך פֿון זיי געלערנט.
|
איציק מאַנגער, געצייכנט פֿון אַרטור קאָלניק |
|
" אין די "טשײַנעס" (טייהײַזער) זאַפּט מאַנגער אַרײַן דעם זאַפֿטיקן אידיאָמאַטישן ייִדיש פֿון פּראָסטע ייִדן. ער באַקענט זיך גוט מיט פֿאַרשידענע ייִדישע שטאָט־טיילן, אַזעלכע ווי "שולהויף", "אויבערמאַרק" אָדער די "רויטע בריק". ער באַזוכט דעם ייִדישן טעאַטער און פֿאַרברענגט אינעם בירגאָרטן.
אין דער "רויטער בריק" טרעפֿט ער זיך מיט ייִדן, וואָס פֿאַרשטייען ניט קיין סך אין די "קליינע אותיות", אָבער האָבן ברייטע פּלייצעס און אַ חוש פֿאַר יושר. זיי זײַנען פּאַטריאָטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און פֿאַרשטייען די קונסט פֿון דערציילן מעשׂיות און וויצן. מיט יאָרן שפּעטער וועט מאַנגער אַרײַנשטעלן אייניקע געשטאַלטן און עפּיזאָדן פֿון יענער תּקופֿה אין זײַנע אייגענע דערציילונגען. די דאָזיקע טעקסטן, וואָס זײַנען דערשינען אין דער וואַרשעווער צײַטונג "מאָמענט", זײַנען עד־היום ניט אַרײַן אין קיין זאַמלבוך פֿון מאַנגערס פּראָזע.
אַ סך פֿון מאַנגערס לעבן אין יאַס בלײַבט אונדז ניט באַקאַנט. עס פֿעלן מאַטעריאַלן און מקורים פֿון יענער צײַט. ניטאָ קיין בריוו, טאָגביכער, אָפֿיציעלע דאָקומענטן. אָבער עס איז קלאָר, אַז די ייִדישע וועלט פֿון דער דאָזיקער אַלטער רומענישער שטאָט מיט אירע פֿאַרשידענע סבֿיבֿות האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף דעם יונגן דיכטער און באַווירקט זײַנע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אָנזיכטן. די געשטאַלטן און אומשטאַנדן פֿון יענער וועלט האָבן אויסגעפֿורעמט דעם כאַראַקטער פֿון זײַנע שפּעטערע ווערק.
מאַנגערס סאַמע ערשטע נאָטיץ־ביכל, וואָס האָט זיך פֿאַרהיט, האָט 99 זײַטן, אָנגעשריבן פֿון איין זײַט. עס עפֿנט זיך פֿון לינקס אויף רעכטס און הייבט זיך אָן מיט אַ רומענישן קעפּל "Journalul meu. 1917", אָבער קיין טאָגבוך איז דאָרט ניטאָ. אין אַ יאָר אַרום נעמט זיך מאַנגער ווידער פֿאַר שרײַבן אינעם ביכל, דאָס מאָל פֿון רעכטס אויף לינקס, מיטן טיטל׃ "קווייטן. Poesie von J. Manger". אויף דער צווייטער זײַט שטייט דאָס יאָר׃ 1918 — 1919. דערנאָך קומען 28 לידער, אַ פֿראַגמענט פֿון אויטאָביאָגראַפֿישער פּראָזע. נאָך איין טיטל "קווייטן", און דאָס יאָר איז שוין 1919—1920, נאָך פֿינף לידער מיט אַ פֿראַגמענט פֿון אַ ליד, אַ פּאָר קליינע איבערזעצונגען פֿון דײַטש און אַ "קאַטאַלאָג" מיט 76 טיטלען פֿון ביכער, וואָס מאַנגער האָט איבערגעלייענט אָדער האָט געהאַט בדעה צו לייענען.
ניט אין זײַן יוגנט און ניט אַפֿילו שפּעטער האָט מאַנגער געפֿירט אַ טאָגבוך. אַנשטאָט דעם פֿלעגט ער פֿאַרשרײַבן זײַנע לידער, איינצלנע פֿערזן, שטיקלעך פּראָזע, געדאַנקען. ער האָט דאָקומענטירט דעם גאַנג פֿון זײַנע שטודיען, וואָס זײַנען באַשטאַנען כּמעט אויסשליסלעך פֿון די ווערק פֿון דער דײַטשישער ליטעראַטור און וועלט־ליטעראַטור אין דער דײַטשישער איבערזעצונג. קיין אייגענע ביבליאָטעק האָט דער יונגער מאַנגער ניט פֿאַרמאָגט, ער האָט געדאַרפֿט באָרגן ביכער.
די רשימה פֿון די ביכער זאָגט עדות וועגן מאַנגערס נײַגעריקייט און אַנטפּלעקט די ריכטונגען פֿון זײַנע אינטערעסן׃ פּאָליטיק, וויסנשאַפֿט, פֿילאָסאָפֿיע, ליטעראַטור־געשיכטע. ניט קיין סך ביכער וועגן דיכטונג, אָבער אַ סך וועגן טעאַטער. אַ גרויסער טייל פֿונעם קאַטאַלאָג באַשטייט פֿון בעלעטריסטיק — דער קלאַסישער און מיטצײַטלערישער דײַטשישער און אייראָפּעיִשער ליטעראַטור. די ייִדישע ליטעראַטור איז מן־הסתּם געווען נאַטירלעך פֿאַר אים, ניט וויכטיק, כּדי מען זאָל זי אָפּמערקן.
אָבער שרײַבן שרײַבט ער אויף ייִדיש. די טיטלען פֿון זײַנע לידער קלינגען זייער דײַטשמעריש, אַזוי ווי מאַנגערס כּוונה וואָלט געווען נאָכצומאַכן די דײַטשישע פּאָעזיע. אייניקע ווערטער שרײַבט ער אין דעם דײַטשמערישן אויסלייג׃ "נעבעל", "אָבענד", "פֿריעדען". אין זײַנע אויערן קלינגט די מוזיק, דער ריטעם און די גראַמען פֿון דער דײַטשישער דיכטונג. אין זײַנע לידער הערשן די שטימונגען פֿון איינזאַמקייט און טרויער, שמערץ, בענקשאַפֿט, ליבע. דאָס אָרט איז כּסדר נאַטור׃ וואַלד און טאָל, טײַכל און קוואַל׃ "ווען אין דער וואַלדאיינזאַמקייט ערוואַכט / בענקענדע טענער פֿון אַ נאַכטיגאַללענליעד / גיססענד אַ באַלזאַם אין מײַן האַרצען מיעד / זיי מיר געגרוסט דוא שענע זיסע נאַכט".
ניט געקוקט אויף זײַן באַגער נאָכצומאַכן די דײַטשישע מוסטערן, דריקט אויס דער יונגער מאַנגער אין זײַנע ערשטע לידער זײַנע אייגענע געפֿילן, זײַן טרויער זײַן דלות, זײַן מאַמעס געוויין. אין איין ליד הערט מען דעם "טיק־טאַק"־קלאַנג פֿון אַ ניימאַשין, אינעם אַנדערן זעט מען די אַלטע, "האַלב־אײַנגעפֿאַלענע" שטוב, וווּ מאַנגער איז געבוירן געוואָרן און וווּ זײַן מאַמע האָט אים אַ מאָל געזונגען׃ "ביזט איין ארבייטסקינד געבוירען / ניט פֿאַר דיר זענען אַלל דיא פֿריידען / ניט פֿאַר דיר איז אַלל דאָס שענקייט / דוא וועסט לײַדען נאָר און לײַדען."
צווישן מאַנגערס פֿריִערע פּאָעטישע פּרוּוון געפֿינט זיך זײַן ערשטע אָפּגעהיטע באַלאַדע, "דער קלויזניק". דער העלד פֿון דער דאָזיקער באַלאַדע זיצט און לערנט תּורה די גאַנצע נאַכט בײַ דער שײַן פֿון אַ ליכטל. ס׳צאַנקט דאָס ליכטל און מאָלט שאָטנס אויף דער וואַנט׃ "דיא שאָטנס אַלץ ווײַטער און ווײַטער, / באַלד ווערן זיי לאַנג, גאַנץ מורא'דיג לאַנג, / באַלד ווערן זיי ברייטער און ברייטער. / דעם קלויזניק ווערט עס באַלד קאַלט און באַלד הייס, / אים טרעט אויפ'ן שטערן אין טראָפּען דער שווייס." אָבער דער איבערגעשראָקענער קלויזניק נעמט זיך אין די הענט און דערמאָנט זיך אָן "אַ וואָרט צו זײַן רעטונג צו זאָגען"׃ "ער פֿאַסט זיך — ער צווייפֿעלט — און ווידער אַמאָל, / באַנג קלינגט אָפּ אין קלויזעל זיין ׳שמע ישׂראל׳ / דאָס ליכטל פאַרלעשט... / אין מיזרח בעגינט עס צו טאָגען." שפּעטער פֿאַרנעמט דער זשאַנער פֿון באַלאַדע אַ צענטראַל אָרט אין מאַנגערס דיכטונג (די לידער ווערן ציטירט אין מאַנגערס אָריגינעלן אויסלייג לויטן כּתבֿ־יד נומער Manger Arc. 4° 1357, 2: 22 אין דער ייִדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים).
אין גיכן גייט דער יונגער דיכטער ווײַט אַוועק פֿון זײַנע ערשטע פּאָעטישע פּרוּוון. ער שרײַבט אַ סך, אָבער איצט טרעפֿן זיך דײַטשמעריזמען אין זײַנע לידער גאָר זעלטן. זײַנע פֿערזן ווערן מער בייגעוודיק, זײַן סינטאַקסיס פּשוטער, און דער אויסלייג מער אין הסכּם מיט די ייִדישע נאָרמעס. ער דערנענטערט זיך צום ייִדישן ליטעראַרישן קרײַזל אין יאַס. אינעם צענטער פֿונעם דאָזיקן קרײַזל שטייען די אַמאָליקע מיטאַרבעטער פֿון דער שריפֿט "ליכט" (וואָס איז דערשינען צווישן דעצעמבער 1914 און סעפּטעמבער 1915׃ אפֿרים וואַלדמאַן, מאָטי ראַבינאָוויטש, יעקבֿ באָטאָשאַנסקי און יעקבֿ גראָפּער.
יעקבֿ באָטאָשאַנסקי דערמאָנט זיך אָן זײַן באַגעגעניש מיט מאַנגער בעת אַ פּאָליטישער דעמאָנסטראַציע אין 1918׃ "אַ שוואַרץ ייִנגל, לומפּן־פּראָלעטאַריש געקליידט. ער האָט געהאַלטן אין איין שרײַען ׳טראַיאַסקאַ אַטריעאַ׳ (זאָל לעבן דער דריטער אינטערנאַציאָנאַל) און מיר געוויזן אַ שיר. אַ שיר, וואָס האָט נישט געהאַט די קלענסטע שײַכות צו דער אַרבעטער־מאַניפֿעסטאַציע. אַ שיר, וואָס זוכט ׳דעם צלם פֿון יעדן בוים׳, אָדער איז פֿול מיט ׳נאַכט, טויט און משוגעת׳."
ווען מאַנגער האָט געשריבן וועגן יאַס אין זײַנע שפּעטערע יאָרן, האָט ער ניט דערמאָנט ניט באָטאָשאַנסקין, ניט ראַבינאָוויטשן, ניט גראָפּערן. אַנשטאָט דעם שווימען אין זײַנע ווערק אַרויס די אַלטע ייִדישע געגנטן ווי בינעס, אויף וועלכע עס אַנטוויקלען זיך די אַלטע מעשׂיות פֿון אַמאָליקע צײַטן, כּלומרשט זײַן באַציִונג צו קעגנוואַרט איז שוין דעמאָלט געווען סענטימענטאַל. אינעם ליד "יאַסי" (1923) מאַכט ער אַ פּרוּוו צו פֿאַרכאַפּן די שטימונג, וואָס האַלט שוין פֿאַר צעגייען זיך אין דער לופֿט׃
דו, אַלטע שטאָט, מיט ווינקליק־קרומע גאַסן,
פֿון דײַנע פֿענצטער שטראָמט אַ זיס דערמאָנען.
דאָ האָט געבליט טרובאַדורן־ליד און לייד
און ס'בליִען נאָך זכרונות, וועלכע וויאַנען
אין יעדן פֿענצטער, וואָס ברענט אין בלייכן שײַן
און וויגט דעם וואַנדערער מיט בענקשאַפֿט אײַן.
אין מאַנגערס לידער און פּראָזע בלײַבט יאַס אַ שטאָט פֿון פּראָסטע ייִדן, אַן אָרט פֿון ייִדישן חיות און פֿרומקייט, אָבער אויך פֿון דער נײַער, אויפֿקומענדיקער וועלטלעכקייט. אין מאַנגערס "זיסן אָנדענק" האָבן געלעבט וועלוול זבאַרזשער, דער ערשטער מאָדערנער טרובאַדור פֿון ייִדישער באָהעמע, און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועמען מאַנגער האָט געמאַכט פֿאַר זײַנע דיכטערישע אָבֿות.
ייִדישע טיפּן פֿון דער "רויטער בריק" אין יאַס
פֿון איציק מאַנגער
"די רויטע בריק" — אַזוי הייסט דער ייִדישער קוואַרטאַל אין דער אַלטער הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאַוויע. דאָס מיינט נישט, אַז ייִדן וווינען נאָר אין דעם דאָזיקן קוואַרטאַל. ניין, זיי וווינען דווקא אין אַנדערע געגנטן פֿון דער שטאָט אויך, און אין קאָמפּאַקטע מאַסן. אין "שול־הויף", אין "אויבערמאַרק" און אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט. אָבער די ייִדן, וואָס וווינען אויף דער "רויטער בריק", דאָס זענען גאַנץ אַנדערע ייִדן פֿון די, וואָס וווינען אין די "פּריצישע גאַסן".
"די רויטע בריק" דאָס איז דער "קיילער קוואַרטאַל" (נישט געסל) פֿון יאַס און האָט אַ שם אויף דער וועלט. יעדער ייִדישער אַקטיאָר, וואָס האָט געשפּילט אין יאַס, וועט אײַך דערציילן "חידושים" וועגן דאָזיקן קוואַרטאַל, וואָס ליפֿערט דעם גרעסטן פּראָצענט ייִדישע טעאַטער־פּאַטריאָטן אין דער שטאָט. פּאַטריאָטן, וואָס ס׳איז בײַ זיי אַ קײַ און שפּײַ אויסצושפּאַנען די פֿערד פֿון דער "קאַרעטע" (לייען׃ דראָזשקע) און זיך אַליין אײַנצושפּאַנען, כּדי אָפּצופֿירן דעם "סטאַר", וואָס האָט בײַ זיי אויסגענומען, אין האָטעל אַרײַן...
נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט. די "רויטע בריק" איז ממש אַן אוצר פֿון ייִדישע עמך־טיפּן, פֿון יענע פּראָסטע ייִדישע פֿאָלקס־מענטשן אין רומעניע, וואָס קאָנען ווינציק אין די "קליינע אותיות", דערפֿאַר אָבער פֿאַרמאָגן זיי ברייטע פּלייצעס און זענען ממש טשעמפּיאָנען בײַ אַ גלעזל ווײַן. זיי האָבן פֿײַנט עוולות און פֿאַר אַן עוולה האָבן זיי נישט נאָר אַ ברייטן "אין טאַטנס טאַטן אַרײַן", נאָר אויך מוט און ... פֿויסטן.
דאָס ווייסן אַפֿילו די כוליגאַנעס, וואָס צעהוליען זיך אַ מאָל. זיי ווייסן, אַז ביז דער "רויטער בריק" יאָ און ווײַטער נישט, וואָרעם עס שמעקט מיט "ברעכן אַ ביין", מיט "בלויע לאַמטערנעס אונטער די אויגן" און אַן אונטערגעהאַקט "ריפּעלע"...
לוינט זיך טאַקע צו באַקענען מיט אַ פּאָר פֿון די דאָזיקע רויטע־בריקער טיפּן, דערווײַל אויף אַ פֿעליעטאָניסטישן שטייגער, ביז זיי וועלן אַ מאָל באַקומען אַ תּיקון אין דער ליטעראַטור דורך זייערן אַן אַש אָדער אַ ווײַסענבערג.
בײַ דער "רויטער בריק" רעדט מען ייִדיש און נאָך וואָס פֿאַר אַ ייִדיש. זאָל מען זיי נאָך אויסלערנען לייענען און שרײַבן, און עס וועט גיין אַ גאַנג. דערווײַל לאָדן זיך אויס די דערציילערישע כּוחות בעל־פּה אין די "טשײַניעס". אַז הערש מאַנאָלעס מאָלט אײַך אָפּ אַ טיפּ, אַן אינצידענט אויף דער גאַס, אַ קהלשן פֿירער, דאַרף מען אויספֿאָרן אַ וועלט, אַזוי לעבעדיק שטייט אַלץ פֿאַר די אויגן. און מיט פּשוטע ווערטער, מיט אַ מינימום פֿון מיטל. און הומאָר איז פֿאַראַן א גאַנצער קוואַל. אָט יענער וואַריאַנט הומאָר, וואָס גיט גוטברודעריש אַ קלאַפּ אין פּלייצע.
ווער איז הערש מאַנאָלעס?
זײַן אייגנטלעכן פֿאַמיליע־נאָמען ווייס איך נישט, און קיינער, אַחוץ אים, ווייס אים דאַכט זיך, אויך נישט. אויף דער "רויטער בריק" האָט יעדער מענטש זײַן צונאָמען׃ משה "בורדיאַ", מעכל "גאַט", שלמה "קאַטשקע", ישׂראל "פֿאַנטע", "קאָנטע לופּו", ישׂראל "קאָנסול", יאָסל "קאַלאַמוק" און ... הערש "מאַנאָלעס".
איזן איז ער בסך־הכּל אַ הינער־סוחר. דאָס הייסט ער שטייט אויף פֿאַרטאָגס, גייט אַרויס צו דער ראָגאַטקע, האַנדלט־אײַן עטלעכע הינער בײַ די פּויערים, פֿאַרקויפֿט זיי טאַקע תּיכּף ווי אַזוי עס לאָזט זיך, מיט אַ ביסל רווח, און פּטור פֿונעם געשעפֿט. דעם רעשט טאָג ליגט ער איבער אין די טשײַנעס, וווּ ייִדן שוויצן בײַ גרויסע טשײַניקעס אָקריפּ און רעדט וועגן פּאָליטיקע.
אַלץ ווייסט ער, אָט דער הערש מאַנאָלעס. פֿון די היימיש־פּאָליטישע ענינים איז שוין אָפּגערעדט. ער איז אויסגעקאָכט אין אַלע אייראָפּעיִשע קאַבינעטן. אויף יעדן וואָרט, וואָס דער אָדער יענער מיניסטער האָט געלאָזט פֿאַלן, האָט ער תּיכּף אַ פּירוש׃ "און אַזוי איז עס" און "איר וועט זען" און "לאָמיר גיין אין אַ געוועט".
און אַ מענטש פֿון יושר איז ער, הערש מאַנאָלעס, אַ "דעמאָקראַט", וואָס "ווען מען לאָזט אים נאָר צו, וואָלט שוין אַרויס עפּעס רעכטס". נאָר אַזוי, ווי מען לאָזט אים ניט צו, כּדי עס זאָל אַרויס עפּעס רעכטס אין גרויסן סטיל, טוט ער אַלץ, וואָס ער קאָן, כּדי צו פֿאַרריכטן קליינע עוולות. טאַקע דאָ אויפֿן אָרט, און טאַקע שוין, כאָטש קיינער האָט אים ניט אויסגעקליבן פֿאַר גאָטס סטראַפּטשע.
און אָט ווי אַזוי הערש מאַנאָלעס פֿאַרריכט אויפֿן אָרט, און טאַקע שוין, היימישע עוולות.
בײַ אַן אָרעמען סטאָליאַר איז געשטאָרבן אַ קינד, און קהל האָט עס ניט געוואָלט מקבר זײַן. קהל האָט געטענהט, אַז יעדער מוז באַצאָלן פֿאַר אַ קבֿר, ווער מער און ווער ווייניקער, אָבער באַצאָלן מוז מען.
אַז הערש מאַנאָלעס איז דערפֿון געווויר געוואָרן (און פֿון וואָס ווערט הערש מאַנאָלעס ניט געווויר?), האָט ער גענומען דאָס קעסטל מיטן טויטן קינד אונטערן אָרעם, אַרויפֿגעשפּאַנט אין דער קהילה, אַוועקגעשטעלט דאָס קעסטל אויפֿן טיש און געפֿרעגט בײַם ייִד אין די ברילן — דעם סעקרעטאַר׃
— פֿאַרוואָס ווילט איר עס נישט באַגראָבן?
— פֿאַרן קבֿר דאַרף מען באַצאָלן.
— וואָס הייסט באַצאָלן? און אַז מען האָט נישט?!
— און וואָס קאָן איך אײַך העלפֿן?
הערש מאַנאָלעס אויגן צינדן זיך אָן, ער האָט פֿײַנט, אַז מען רעדט אים אַנטקעגן, אַז מען ווידערשפּעניקט אים בפֿרט אַז ער איז גערעכט. שײַך צו זאָגן, גערעכט — ער זאָל אַזוי גערעכט קומען אויף יענער וועלט...
— איר וועט עס שוין באַגראָבן אָן געלט! — טוט ער אַ זאָג און שיבט צו דאָס קעסטל מיטן טויטן קינד צום סעקרעטאַר.
— און אַז נישט? — ענטפֿערט דער סעקרעטאַר און שיבט צוריק דאָס קעסטל אויפֿן טיש צו הערש מאַנאָלעס.
— וועלן מיר זען! — זאָגט הערש מאַנאָלעס און שיבט דאָס קעסטל צום סעקרעטאַר.
— וועלן מיר זען! — ענטפֿערט דער סעקרעטאַר און שיבט דאָס קעסטל צוריק.
הערש מאַנאָלעס ווערט נערוועז.
— און איך זאָג, אַז יאָ.
— און איך זאָג, אַז נישט.
— איר וועט...
— מיר וועלן נישט...
דאָס קעסטל פֿליט אַהין און צוריק איבערן טיש. ביז הערש מאַנאָלעס טוט דעם אמתן טופּ מיטן פֿוס און טוט אַ דונער׃
— יונגערמאַן, פֿאָלגט מיך!...
און מען האָט אים געפֿאָלגט, וואָרן מיט אַ "הייס פֿינפֿטל אין די ציין" איז ניט כּדאַי געווען צו ריזיקירן, און אַ חוץ דעם — דאָס קעסטעלע אויפֿן טיש... עס איז ניט געווען קיין ברירה.
אויף דער נאַכט רעפֿערירט הערש מאַנאָלעס אין טשײַנע די מאַקאַברישע שפּיל מיטן טויטן קינד אויפֿן קהל־טיש. פֿון די הייסע טשײַניקעס מיט אָקריפּ זעצט אַ פּאַרע. ייִדן, חבֿרה גוטע ברידער, הערן זיך צו און טראַכטן בײַ זיך אין האַרצן׃
ער האָט טאַקע נײַן מאָס רייד, אָט דער הערש מאַנאָלעס, אָבער אַ גאָלדן האַרץ — אַ רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן — האָט ער אויך.
הערש מאַנאָלעס דערציילט, און ווי לעבעדיק שווימט אַרויס דאָס פּנים פֿון קהל־סעקרעטאַר, מיט דער גרויסער בריל אויף דער נאָז ווי אַ האַטשיק. קיין פֿינפֿטל אין די ציין האָט ער אים ניט געגעבן, ווײַל ער איז באַצײַטנס מסכּים געווען צו באַגראָבן דאָס קינד אָן אַ גראָשן. אָבער דערפֿאַר טאַקע זיצט אים נאָך דער כּעס אין די פֿויסטן — הערשן, און ער ווייסט ניט, וואָס צו טאָן מיט זיי. ער קלאַפּט מיט זיי אין טיש. מען פֿילט, ווי דער כּעס וויל אַרויס פֿון די פֿויסטן, וויל זיך געפֿינען אַ וועג. און אָט טוט הערש מאַנאָלעס אַ כאַפּ דעם טשײַניק אָקריפּ פֿונעם טיש און אַ טראַך מיט אים צו דער ערד...
— אַז געהרגעט זאָל ער ווערן, דער ממזר!...
טוליע דער קאַפֿעזשיו — דער בעל־הבית פֿון טשײַנע — מאַכט אַ שטרייכל אויף דער טיר מיט ווײַסן קרייד׃ אַ סימן, אַז הערש מאַנאָלעס איז שולדיק פֿאַר אַ טשײַניק, וואָס ער האָט צעקלאַפּט און אויסגעגאָסן.
טוליע קאַפֿעזשיו ווייסט, אַז איצט איז ניט די צײַט צו מאָנען פֿאַרן שאָדן, ניט דערפֿאַר, וואָס ער האָט חלילה מורא, ער האָט שוין דווקא פֿאַר קיינעם קיין מורא ניט. טוליע, ער איז דער שמשון הגיבור פֿון דער רויטער בריק און האָט שוין מיט אַ דרענגל פֿונעם פּלויט ניט איין "וווילן יונג" צעהרגעט, ווי עס דאַרף צו זײַן. ניט דערפֿאַר, וואָס ער האָט זיך ליב צו שלאָגן. פֿאַרקערט, ער איז די גוטסקייט אַליין, נאָר אַז מען ברענגט אים אַ מאָל אין כּעס אַרײַן — איר פֿאַרשטייט?
טוליע דער קאַפֿעזשיו פֿאַרשטייט, אַז דעם כּעס מוז מען אויסשפּילן, למשל, ווי מען שפּילט אויס אַ ליבע, למשל, ווי מען שפּילט אויס אַ צעטל אויף דער לאָטעריע. דערפֿאַר באַנוגנט ער זיך איצט מיט אַ שטרייכל קרייד אויף דער טיר און דערלאַנגט צו פֿאַרבײַסן אַן אַרײַנגעקומענעם אורח, גלײַך ס׳וואָלט גאָרנישט ניט געשען...
אויף אַ רעפֿעראַט אין יאַסער טריאַנאָן־זאַל האָט אַ מאָל הערש מאַנאָלעס צוגעוואָרפֿן דעם שרײַבער פֿון די שורות זײַן קאָמפּלימענט׃ "אוי האָט ער אַ גאָרגל מיט סמעטענע!"... דאָס האָט געזאָלט הייסן׃ "אוי רעדט ער גוט", — און עס איז געווען אַ חשובֿער קאָמפּלימענט. וואָרן הערש מאַנאָלעס איז אַ פֿאַכמאַן. ער האָט אַליין אַ גאָרגל מיט סמעטענע, אַז ער נעמט עפּעס דערציילן.
ער זיצט און שפּינט ווײַטער זײַנע אויספֿירן. נאָך די פּאַטעטישע אַקאָרדן קומען די באַטראַכטונגען וועגן סדר העולם און דער אויספֿיר, אַז עס "איז פֿע" און נאָך אַ מאָל "פֿע", און אַז די לײַט מיט די ווײַנשל־בעקעלעך בריקען שוין צו פֿיל פֿאַר וווילטאָג, אַז אַזאַ חבֿרה־מאַן פֿון קהל, למשל, וואָלט מען באַדאַרפֿט אויפֿהענגען אויף זײַן גאָלדענער קייט און אים פֿרעגן, וויפֿל דער זייגער האַלט...
פֿון די טשײַניקעס אָקריפּ זעצט אַ פּאַרע. אויף דער טונקעלער וואַנט פֿון דער טשײַנע שיבן זיך שאָטנס. אַ קעסטל מיט אַ טויט קינד פֿאָרט דאָרטן אום אַהין און צוריק, אַהין און צוריק.
טוליע דער קאַפֿעזשיו דערלאַנגט צום טיש אַ פּאָרציע טיי מיט אַ פּאָרציע באַסטראַמע (אַ מין גערויכערט פֿלייש) און הערש מאַנאָלעס פֿאַרענדיקט זײַן דרשה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין די העכסטע טענער — מיט אַ געמורמל׃
...אײַ, ווען מען לאָזט אים צו, וואָלט ער שוין געמאַכט עפּעס רעכטס. נאָר וואָס קאָן ער טאָן, אַז מען לאָזט אים נישט צו...
פֿעטער זשאָרזש (אַן אַרבעטער לעבנס־לעגענדע)
(געדרוקט לויטן כּתבֿ־יד, אינעם מאָדערנעם אויסלייג. Manger Arc. 4° 1357, 2: 9 [13–14]
שלעפּט זיך א לוויה איבער די בלאָטיקע גאַסן, ניט ווען וואַרפֿט אַ דורכגייער אַ בליק און לויפֿט זײַן וועג.
קרעכצן די רעדער די מאָנאָטאָנע לעגענדע פֿון אַן אַרבעטער־לעבן.
אַ מאָל איז געווען.
דערמאָן איך זיך אָן דעם ברודיקן קאַפעהויז ווי אַרום צעוואָרפֿענע טישלעך האָב איך אים דאָס ערשטע מאָל געזען. אַ גרופּע יונגע אַרבעטער אַרום זיך, דערציילנדיק זיי עפּעס פֿון פֿערדינאַנד לאַסאַל.
אין זײַנע אויגן איז דער גלויבן אִָן אַ בעסערער צוקונפֿט געלעגן.
"און זי וועט קומען (די רעוואָלוציע), זי מוז אַ מאָל קומען, און אויב ניט מיר, וועלן אונדזערע קינדער בעסערע צײַטן דערלעבן".
כּמעט ווי אַ נבֿואה האָט עס פֿון זײַנע ליפּן געקלונגען.
אַרויס פֿון דער שטאָט האָט ער זיך פֿון אַ פּאָר ברעטלעך אַ שטיבל געצימערט. אַ קאַסטן אָנגעשטאָפּט מיט אַמעריקאַנישע סאָציאַליסטישע בלעטער און בראָשורן איז זיין גאַנץ האָב און גוטס געווען.
אַרום דעם שטיבל האָט ער אַ גאָרטן געפֿלאַנצט און מיט וויפל ליבשאַפט האָט ער זײַנע בלומען געצערטלט. אויב די פֿרײַהייט וועט זיך אַמאָל איר זיגערקראַנץ פֿלעכטן וועט זי זיכער איינע פֿון די פֿאַריתומטע בלומען פֿון פֿעטער זשאָרזשס גאָרטן אין איר קראַנץ פֿאַרפֿלעכטן און זי וועט איינע פֿון די שענסטע זיין.
אָפֿט פֿלעג איך אים טרעפֿן איבער אַ דיקן העפֿט געבויגן זיצן און שרײַבן. דאָס האָט ער זײַן לעבנס־געשיכֿטע געשריבן. בײַם לעבן האָט ער זי קיינעם ניט ווײַזן געוואָלט. ערשט נאָך מיין טויט וועט איר זי קינדערלעך לייענען.
די לעבענס־געשיכטע פֿון דעם אַלטינקן פֿעטער זשאָרזש געהערט אין אַן אַרבעטער־אַרכיוו. זי איז ניט נאָר אַ דאָקומענט פֿון זײַן אייגענעם באַוועגטן לעבן; זי גיט בכלל אַ בילד פֿון דעם ערשטן טיפּ ייִדישן סאָציאַליסט, דעם אַזוי גערופענעם סאָציאַליסטישן משׂכּיל.
("דער מאָמענט", נומער 151. 1 יולי, 1934)