דאָס פּינטעלע ייִדיש
דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן פֿראַגמענטן פֿונעם קאַפּיטל וועגן איציק מאַנגערס יונגע יאָרן פֿון דער ביאָגראַפֿישער פֿאָרשונג, באַטיטלט׃

Niemandssprache: Itzik Manger – Ein europäischer Dichter

("ייִדיש איז הפֿקר׃ איציק מאַנגער — אַן אייראָפּעיִשער דיכטער"). דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין זורקאַמפּ־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד, אין 2011.

אפֿרת גל־עד איז געבוירן געוואָרן אין טבֿריה, האָט שטודירט גערמאַניסטיק, ייִדישע לימודים, ייִדישע ליטעראַטור און מאָלערײַ אין דײַטשלאַנד. זי איז טעטיק ווי אַ קינסטלערין, איבערזעצערין און שרײַבערין. זי לערנט ייִדיש אין דעם הײַנריך־הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף.